גרויסער טאטע צבי הירש
די חתונה איז געווען אין פראט אינסיטוט
דו ביסט דיך אפשר טועה מיט ר' העניך'ס חתונה תשמ"ז יענץ איז געווען אין ארמארי
*
יעצט צוריק צום נושא
לאפלאש, איך האב דא געשריבן איין ווארט אז מען ווארפן פאשקעווילן?
האסט אנגעהויבן צו רעדן פון מורא שמים האב איך דיר געלאזט הערן וואס איך האב צו זאגן
יעצט דו לערן אויס דיינע קינדער נאכצושרייען ר' אהרן, און מאכן פראטעסטן און מיר וועלן רעדן אין צוואנציג יאר ארום...
מילכיגער קען זאגן נישט מרא דאתרא און שוין
קרח האט אויך געטענהט כי כל העדה כולם קדושים און משה רבינו איז גארנישט מער ווי כלל ישראל
און קרח איז נישט געווען סתם א ה"פ שרייבער.
ממילא נאכאמאל הוי זהיר בגחלתן
און איך קען דיר זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מיין זיידע זז"ג משרידי דור הישן, און איך פרוביר צו גיין אויף זיין וועג כפי יכלתי (איך פאל אמאל דורך אבער איך פרוביר)
ווען מען האט אויפגענומען רז"ל פאר רב האב איך געהאט יונגע היציגע בלוט, און מיין זיידע זייענדיג פון די אנשי שם וואס זיין נאמען וואלט געקענט פיגורירן אז ער איז דערקעגן, האט מקיים געווען שב ואל תעשה, און איך האב אים דאן געפרעגט, זיידע לעבן, איך ווייס דיך יא מיט וועם דו האלטסט, פארוואס לאזטו נישט הערן דיין מיינונג?
האט ער מיר געענטפערט בזה"ל: "איך האב מורא צו טשעפענען מיט א אייניקל פון דברי חיים א אייניקל פון ייטב לב"
ואני מגיע רק לקרסוליו, פרוביר איך במיטב יכלתי נישט צו טון קיין פעולות וואס איז פוגע פערזענליך
און איך מיין אז איר וועט נאכקוקן מיינע תגובות וועט איר כמעט נישט טרעפן עפעס וואס איך האב זאל געשריבן פערזענליך קעגן רז"ל (נאכאמאל אולי המצא תמצא א מענטש קען דורכפאלן, אבער כמעט נישט), הגם מיט מיינע ידיעות וואלט איך אסאך געקענט שרייבן.
און ממילא צוריק צום ענין, לאפלאש טייערע, פאר א ספק ספיקא אז ער איז מרא דאתרא הזהר בגחלתו, און לו יהא כדבריך אז נישט, איר ער א אייניקל פון דברי חיים און פון ייטב לב