איין משל. "פון פענע צום בלאט". יעדע וואך באזונדער זענען פאראן איינס אדער מערערע בריוון וועלכע מאכן מיר לאכן און קרומען מיט די נאז, איך ווייס נישט צו די שרייבערס זענען אזעלכע בעביס, צו גאר די בחורים העורכים (וועלכע מאכן זיכער אז אלע בריוון "פיטן" אריין אין איין עמוד, ברצותם מקצרים וברצותם... מאריכים, וביודעי ובמכירי קאמינא, איך האב שוין אמאל געשריבן א בריוו, און די חשוב'ע רעדאקציע האט דאס היבש באפעפערט, הגם נישט שלעכט, אבער איך האב זיך איבערצייגט אז ס'איז נישט גענצליך אומר דבר בשם אומרו, און מסתמא לייגן זיי צו היבש אייגענע בריוון ווען עס פעלט זיך אויס, בתוך שאר שקרי עמו ישראל..)
איך מיין אז פון היינט און ווייטער זאל איך יעדע וואך מעתיק זיין איינע פון די בריוון, וירא הקהל ויצחקו.
איך וואלט געקענט נאך מער מאריך זיין, נאר עס איז צופיל אויף איינמאל.. צוביסלעך, מהיום והלאה, וועלן מיר ארויפלייגן די צודרייטע מאדנע זאכן פון דער בלאט, כולי האי ואולי וועט זיך די "חשוב'ע רעדאקציע" אויפוועקן...
נשלח ב-1/11/2010 23:01
חשוב'ער דין תורה,
בנוגע דיין טענה אז ס'איז יענעמ'ס ביזנעס, וויל איך פארשטיין וואס דו מיינסט. דא איז נישט דער מצב אז איינער האט א פריוואטע ביזנעס, און איך גיי אים אויסטון די הויזן און אויסלופטערן די שמוצ-וועש ברבים, ח"ו, מען רעדט דאך דא פון א צייטונג וואס ער "וויל" איך זאל דאס קויפן, דאס איז דוקא אויסגעשטעלט אז עס זאל זיין אפן פאר די פובליק, און טאקע ווי מער, און טויזענטער מענטשן איבער די גאנצע וועלט לייענען דאס, איז ממילא קיין שום פראבלעם נישט צו רעדן דערפון אין פאבליק. אפילו ביי לשה"ר וואס איז א שרעקליכער איסור איז אויך דא א היתר אויב די זאך איז מפורסם און יעדער ווייסט, אעכו"כ אויף א צייטונג וואס איז נישט מער ווי א דומם און מען באשולדיגט נישט קיינעם פערזענליך (ס'קען זיין סיי ווער פונעם שטאב), און די אלע זאכן זענען א מילתא דעבידי לגלויי, איז נישט שייך דיין טענה.
דער "פותח" האט נישט קיין שום אגענדע דא. איי עס באלאנגט פאר מהר"א און ווער הייסט עס מיר קויפן? איז שני תירוצים בדבר. איינס, איך גאראנטיר דיר אז די פארקויפער ווילן דאס ליבערשט פארקויפן פאר די "מתנגדים" פון מהר"א (נישט אז איך בין) ווי איידער די חסידים, די חסידים האבן זיי שוין ממילא אין טאש; און צווייטנס איז דאס זייער א מאדנע טענה, ס'איז אזוי ווי דו ביסט מודה "אין הכי נמי, ס'איז טאקע א נארישע צייטונג, אבער דאס איז בלויז פאר אונז חסידי מהר"א, וראויין הדברים למי שאמרם, מיר דארפן טאקע אזא סארט צייטונג, אבער אויב ביסטו נישט קיין חסיד מהר"א, נאר אן "ערנסטער מענטש" דאן וואס קויפסטו דאס בכלל...", קומט אויס אז דו ביסט מודה אין די קליינ-קעפיגקייט.
און צו די אלע וואס טענה'ן אז מען מוז האבן אביסל א נידריגע-לעוועל צייטונג פאר די פרויען אין קינדער כדי צו קענען קאמפיטן מיט די בינה, משפחה, און אנדערע מאגאזינען, צו די טאקע וויל איך זאגן: משם ראי'! נעמט סיי וועלכע פון די אויבנדערמאנע מאגאזינען און טרעפט מיר אפילו ענליכס צו די נארישע געשרייבעכצער אין דער בלאט! איר וועט נישט טרעפן, לא מהם ולא מקצתם. נישט אז איך בין דער גרויסער לייענער פון די מאגאזינען, אבער איך האב עס שוין געזעהן דא און דארט און כ'האב ארויס זייער וועג פון שרייבן... אויב עפעס, איז דער נייער אפטיילונג פון דער איד "פאמיליע אפטיילונג" גאנץ א גוטער עקזעמפל פאר א קאמפעטישן פון יענע אויסגאבעס.
סך הכל - א צייטונג וואס אדרעסירט א ציבור, מוז האבן אין זיך א געוויסע מאס סעלף-רעספעקט, וואס פעלט פון דער בלאט.
נאך א קלייניגקייט, צו די וואס האבן באשולדיגט "דער בלאט" וועגן די נטרונא "ראדיא מעסעדזשעס": די ווערטער זענען אזוי אריינגעשיקט געווארן צו "דער בלאט", און ערשיינט אין "דער איד" אויך פונקט אזוי.
תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 01/11/2010 23:11:59
נשלח ב-31/10/2010 23:48
כ'בין נישט דער גרויסער מבין אין צייטונגען, אבער... ס'איז א תענוג אריינצובליקן אין די קינדערישע געדאנק פארום צוזעהן מיט די אייגענע אויגן ווי דער קווינס-בחור'ל חיי שעה שפרינגט ווי א צאפיק צוטירנדיג עטליכע גוטע שטקילעך פון דער בלאט...
פארדעם אליינס האט זיך דאס געלוינט
נשלח ב-31/10/2010 23:41
בנוגע דעם עצם אשכול
קוקט עפעס אויס זייער מאדנע, ווייל ממה נפשך האט דער פותח א אגענדע דא
אויב דער בלאט באלאנגט פאר מהר''א דאן ווער הייסט אים עס קויפן, אין אויב איז א פריוואטע צייטונג דארפסטו עס אוודאי נישט קויפן אין מיט וואס פאר רעכט שמירסטו אויס דיין קריטיק ברבים אויף יענעם'ס ביזנעס, איך קויף עס גראדע לעצטנס אין אויב א ארטיקל שמעקט מיר נישט מיש איך עס דורך, אין ס'מיר נישט בייגעלפאלן צו אויספויקען מיין הארץוויי ברבים,
פינקט ווי ווען איך האב אויפגעהערט צו קויפן דער איד ציליב די אפענע שארפע האס קעגן מהר''א אין זיינע בפריינדעטע רבנים איז מיר נישט בייגעפאלען צו עפנען אשכולות, אין אז די גלייכסט עס נישט דאן קויף עס נישט אין פארטיג
אין בנוגע דער מיסד פין דער איד
ניין, קראסנא רב זצ''ל האט עס געפענט פאקטיש
ער האט דאס געטוהן מיט די פילסטע שטיצע פין סאטמאר רב זצ''ל
ער האט געשאפען די געלט דערפאר, ביז ר' סענדר דייטש האט עס איבערגענומען אין געמאכט פאר א געהעריגע צייטונג אין היינט ליגט עס ביי די גבאי פין מהרז''ל
איך ווייס אז די זאליס קענען יעצט נעמען מיינע ווערטער און פארדרייען כאילו איך מאך חוזק פון רבין ז"ל אדער אז אפילו דער אהרויני איז מודה אז דער בלאט איז א מאדערענע צייטונג, פארט גיי איך נישט איינהאלטן מיינע ווערטער ווייל איי קאולד נאט קער לעס וואס זיי זאגן.
דער רבי ז"ל האט געגרינדעט דער איד ווייל ער האט בדעת תורתו הקדושה פארשטאנען אז "די דור" דארף א צייטונג. אינזערע זיידעס פאר 4 דורות צוריק וואלטן נישט געקענט פארשטיין פארוואס מיר דארפן א צייטונג. אזוי אויך פראבירן זיי מיט זייער צמצום המוחות זיך צו האלטן צום פריערדיגן דור. איי די רבי אליינס האט געטון א זאך וואס אינדערהיים וואלט ער נישט געטון?! איי די רבי האט פארשטאנען אז דא אין אמעריקע איז נישט דער אלטער היים?! צו דעם האבן זייער זאלי דעקל מוח שוין נישט קיין פלאץ.
היינט צוטאגס מיט די נסיונות פון די ענגלישע היימישע צייטונגען און מאגעזינען ווי משפחה בינה המודיע דארפן מיר האבן א צייטנוג וואס שטעלט זיך צו צו די פרויען.
די וואס טענה'ן אז א צייטנוג איז געמאכט פאר "ערענסטע מענשטן" כאפן נישט ווי נידריג זיי זענען ווייל א ערענסטע מענטש דארף דאך נישט קיין צייטונג, די רבי האט דאך נאר געגרינדעט א צייטונג ווייל די דורות פאלן. טאקע פאר דעם זעלבן סיבה דארף א צייטונג אין תשע"א זיין אינטערסאנט אויך, מען דארף דארט הומאר און שטיקלעך וואס ברענגן אויף א שמייכל.
אויב זענט איר צו ערענסט פאר דעם זענט איר מכובד זיך צו באשטעלן אויף פאסט די "העדה" פון ירושלים אדער ליינען דעם אלטמאדישן דער איד מיט אירע העסליכע שמוץ קען יעדער וואס גייט נישט מיט זיי 100% אין שפאן
נשלח ב-29/10/2010 02:09
איך האב נישט קען געדולד אפצוליינען דעם גאנצן אשכול וואס קוקט אויס צו זיין נישט מער ווי עפעס א פי.אר. ארבייט קעגן דער בלאט. איך וואלט אבער יא דא אנגעפרעגט א חידה: וויפיל דאפעלטע ניקס געפינט זיך אין היזיגן אשכול?
אנטשולדיגט הרב "הטוב שמך" איך ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, און ס'איז באמת אירעלעווענט, איך בין מיט דיר מיט איין מיינונג (עכ"פ אויפן וועג ווי דו שרייבסט עס) בנוגע "דער בלאט", אני כשלעצמי ברענג נישט אריין קיין בלאט אין שטוב, און בדרך כלל קען דורכגיין וואכן וואס איך זע נישט קיין בלאט פאר די אויגן.
ועכ"ז האלט איך אז האסטו בארירט א נקודה ווי דו גרייזט
יא אמת אז דער בלאט האט ליעב מגזם צו זיין זאכן מער ווי ס'איז, און ווי דו ברענגסט עס גוט ארויס אז דאס איז דער דרך איבעראל, ווער ס'איז אמאל געווען אפשר א הר"ר איז היינט א הגה"צ וכו' וכו', אבער דארפסט פארשטיין אז ס'איז נאכאלץ דא שרייבערס (ממש איינצעלע, ווייניגער וויפיל פינגערס אויף איין האנט, אבער ס'איז דא) וואס שרייבן בדרך כלל אמת'ע זאכן, איך בלעים נישט אז דו גלייבסט זיי אויך נישט, ווייל אויף זאכן וואס איך אליין האב נישט מיטגעהאלטן וואלט איך עס אויך נישט געגלייבט ווייל ס'שטייט אין בלאט.
יעצט איך גיי נישט דא לייגן א סעמפל אויף ש. ב. מרגליות ארטיקלען אז ער איז כולו אמת ממש ווי דער שינאווער רב, ווייל איך ווייס באמת נישט
אבער ביי די נקודה פון די שחיטה קען איך זאגן א עדות וואס איך האב געהערט מפי עד נוכח.
א היבשע שטיק צייט נאך די פינקל פרשה איז אמאל אריינגעקומען הר"ר דוד שלמה עקשטיין צו רבינו שליט"א, אןו מען האט גערעדט איבער וואס טוט זיך מיט די רדיפת הדת אין א"י, און ר' דוד שלמה האט זיך אינמיטן אויסגעדרוקט בערך אזא אויסדרוק "וואס וועט זיין מיט די אידן אין א"י".
האט זיך רבינו שליט"א אנגערופן, "איר פרעגט וואס וועט זיין מיט אידן אין א"י, און איך שלאף נישט ביינאכט מיט וואס וועט זיין מיט די אידן אין אמעריקא" (ווארט נאר ווי די זאליס גייען זיך יעצט אויפוועקן, ציוני...)
ר' דוד שלמה מיט נאך א איד וואס איז דארט געווען האבן זיך איבערגעבליקט, ווי איינער זאגט וואס האט שוין פאסירט, און רבינו שליט"א האט זיך גענומען מתמרמר זיין וואס גייט פאר מיט די שחיטות, וואס וויפיל די גאס האט געוואוסט ביי פינקל, האט די רבי געוואוסט סאך מער וואס טוט זיך ערגעץ אנדערש.
ס'איז דאן געווען א צייט וואס יעדער האט געמיינט אז מען האט געכאפט דעם טאטער, און איבעראל איז כשר וישר, אבער רבינו שליט"א האט נישט גערוט, ביז ווי לאנג ער האט אהערגעשטעלט על צד היותר טוב ווי אזוי עס דארף צו זיין על פי תורה, ער האט דאס צוגעשטעלט פאר זיין קהלה, און פאר יעדע אידיש קינד וואס וויל דאס האבן.
יעצט איך ווייס נישט וואס דיין אגענדע איז, איך בין ברור אז די זאליס גייען מאכן צימעס פון מיין תגובה, אבער אויב דו וועסט פרעגן סיי וועלכן רב וואס באלאנגט נישט אפיציעל צו די זאלי פארטיי, וואס קען לערנען, און איז שוין געווען ביי אונזער בית השחיטה און ערגעץ אנדערש, וועסטו הערן וואס רבינו שליט"א האט אויפגעטון.
איך האב עס שוין פערזענליך געהערט פון אסאך פרעמדע רבנים
און צום שלוס, דער בלאט דארף נאך אלץ א תיקון!
נשלח ב-28/10/2010 23:59
קוקט אויס ווי עס איז דא א גיטע בלאט די וואך
עס קומט וועכענטליכע קללות
נאך יעדע גיטע בלאט
(אגב, די עיקר כאפט ער זיך ארויף אויף די בריווען אין די עיקר באדערט אים מרגליות'ן ארטיקעלן אין די חתונה תקנות מיט די מהודר'דיגע שחיטה)
נשלח ב-28/10/2010 23:41
רבותי, לאמיר אייך נאכאמאל קלאר מאכן.
איך האב געזאגט איך בין "נישט קיין זאלי", און הגם איך בין אויך נישט קיין חסיד פון מהר"א, (איך האלט נישט פון קיינעם ספעציעל, אבער איך האב נישט פיינט קיין אידן, פשוט אסור ע"פ תורה), האב איך קלאר געזאגט אז איך רעד נישט פון קיין פאליטיק, איך האב נישט קיין שום סיבה אראפצורייסן דער בלאט, נאר אדרבה, מי יתן והי' זיי זאלן זיך באמת בעסערן.
די אלע וואס שרייבן דא אז דער בלאט איז נאך אלץ זייער שיין טראץ די נארישקייטן, וועל איך זיי דן זיין לכף זכות (נישט זאגן אז זיי זענען בעיביס פונקט ווי די שרייבערלעך אדער עורכי ומגיהי הבלאט), און זאגן אז איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט, איך לייען שוין דעם בלאט יארן, איך זאג קלאר אז עס איז פאראן אסאך הנאה צו האבן דערפון, און אנהייב איז עס אפילו געווען שענער פון דער איד (א חוץ פאליטיק, איך רעד פון ארטיקלען) איך נעם נישט אוועק די מעלות, די "היימישקייט" דערפון, צב"ש די "עדיטאריעל" אין דער בלאט ציט מיר מער צו לייענען ווי זיי רעדן דירעקט צום לייענער, אנדערש ווי "דער איד", וואס מיינט אז מען מוז נוצן עפעס א הויכע שפראך וואס לאו כל מוחא סביל דא, עפעס אזוי ברמז'דיג, מען דארף זיך אנשפיצן דעם קאפ צו פארשטיין וואס גענוי זיי ווילן דא, א.א.וו.
דאן, אין יענע צייטן, האב איך געטראכט, נו וואס איז דען, דער בלאט מאכט זיך צומאל צופיל נאריש, ער לאזט זיך צו שטארק אראפ מן ההר אל העם, נו שאדט נישט, מען מעג אמאל געבן א שמייכעלע אויך.. אבער מיט דער צייט האב איך געזעהן ווי די נארישקייטן האלטן אן, ממש א שאד אז איך האב נישט אוועקגעלייגט די אלע אינטרעסאנטע ארטיקלען, אויסשפראכן, און מאדנע מודעות און באמבאסטישע העדליינס אן קיין הענט און פיס..
(אגב - אפילו אין פאליטיק שפילן זיי אסאך מאל שלעכט און צו איבערגעאיילט. געדענקט איר פאריאר נאך סוכות ווי זיי האבן געוואלט איינשלונגען תולדות אהרן אויף די שמחת בית השואבה סענזאציע און א וואך דערנאך בבושת פנים צוריקגעצויגן? - אינטערעסאנט, דעמאלס האבן זיי זיך אויפגעוועקט צום פאקט אז "תולדות אהרן" עקזיסטירט אויף דער וועלט, און אויך ברמז דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר, יא, צו שטעכן נעמט מען תו"א אויכעט; אבער א גאנץ יאר ווארפט מען נישט אריין קיין ווארט לטובתם, משא"כ דער איד וועלכע דעקט יא תו"א, האט אבער נישט קיין פראבלעם צו דעקן אויך תולדות אברהם יצחק יעדעס מאל ווען דער רבי קומט, אבער אכ"מ).
עכ"פ נחזור לענינינו. די גוטע ארטיקלען פון דער בלאט האט זיך מיט דער צייט היבש פארמינערט כנ"ל, און די "פאני" זאכן האט ווייטער אנגעהאלטן "פול-פאארס". איך פלעג טאקע זיך צעשמייכלען דא און דארט, אבער צוביסלעך האט מיר אנגעהויבן אריינצוקריכן אין קאפ אז עפעס איז דא נישט נארמאל. נישט רעספעקטפול. עס באלאנגט נישט פאר א צייטונג, מ'כלומר'שט א "שופר" פון יהדות החרדית, צו מאכן אזעלכע דזשאוקס!! עס פאסט פשוט נישט.
אויף דעם ארויף האב איך זיך אנגעהויבן דא צו באקלאגן. איר זענט גערעכט, ווען עס זאל נאר איין וואך דאס שטיין, איז עס טאקע א פיינע צייטונג, אבער וואך נאך וואך קען מען טרעפן אזויפיל קינדערישקייטן, למשל די הונדערטער (מיליאנען) נארישע ראשי תיבות יעדן ערב נייעם יאר, און בכלל רוב בריוון פון פענע צום בלאט, איז זייער קינדעריש.
ווידעראום איבער די טיטול'ען פון די רבי'ס, האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז מען שרייבט צופיל טיטול'ען אויפן רבי'ן. מען קען אפילו זאגן אז יעדער חסיד מעג שרייבן וויפיל ער וויל, אין אלע צייטונגען זעהט מען גענוג איבערגעטריבענע טיטול'ען אויף אלע רבי'ס, אסאך חסידות מאכן אבנארמאלע פראפאגאנדע פון יעדן קלייניגקייט, און ווערט ליידער ערגער פון וואך צו וואך, אבער וואס ברענגט ארויס שטוינונג ביי יעדן לייענער איז די משוגעת אריינצוריקן דעם רבי'ן אין יעדן ארטיקל, ווי כאילו אידישקייט קען זיך נישט האלטן ווען נישט מהר"א, איך וועל נישט אונטערשאצן די אויפטוען פון ר"א, אבער אז ש.ב. מרגליות קען, למשל, שרייבן (מזל טוב, אמעריקע!) אז נאך די פינקל פרשה האט מיט די צייט יעדער מסיח דעת געווען דערפון, און אחד היה מרן הגה"ק רבינו שליט"א וואס האט נישט געקענט שלאפן (!!!) רואיג קיין נעכט ביז ער האט זיך דערטראכט צום שחיטה המהודרת, איז אזא עקלדיגע סטעיטמענט, אז איך ווייס נישט וויאזוי איינער קען דאס ווייטער לייענען! ס'איז נישט קיין חילוק צי מען שרייבט הגה"ק 50 מאל אדער קיינמאל. לאז אמאל דעם רבי'ן אין די זייט.
צו שרייבן אז די געשעעניש פון יאר איז די עפענונג פון אזויפיל חתונה זאלן אונטער "אונזערע תקנות" איז זייער קינדעריש און נאריש. יעדער נארמאלער מענטש וועט דאס פארשטיין. בכלל דארף מען נישט באשרייבן יעדע זאל מיט אזא טאראראם אז זיי האבן אויך מודה געווען צו אונזערע תקנות. דאנט געט מי ראנג, איך האלט זייער פון די תקנות, איך בין זייער דאנקבאר פאר מהר"א פארן דאס איינפירן (אדער גאר פאר זיינע מענטשן וואס זיי גאר האבן אים געהייסן מאכן א טראסק דערפון, כידוע ליודעים), און די צוויי משלים וואס איך שרייב דא זענען באמת זאכן וואס ער האט טאקע איינגעפירט, און עס קומט אים קרעדיט, אבער עס איז נאל פיל ערגער ביי געוויסע ענינים וואס ער האט גארנישט איינגעשטויסן דערמיט, און דאך שווערצט מען אים אריין אין יעדע אידישקייט ענין.
איך קען נאך אסאך מאריך זיין, איך וויל נישט יעדן אפענטפערן, אבער אזויפיל, ימים ידברו. נאכן ארויפסקענען יעדע וואך נאך עטליכע עקזעמפלס, וועט מען פארשטיין בעסער און בעסער - אדער, האפענטליך, וועט עס פארראכטן ווערן און דער אשכול וועט קענען פארשלאסן ווערן.. לאמיר האפן אז די צווייטע איז אמת.
און זייט מיר אלע געזונט! כה לחי!!
נשלח ב-27/10/2010 20:40
צוויי יונגעלייט האבן זיך ארומגעטענהט אויב קויפן די בלאט אדער נישט
משה: איך קויף מער נישט די בלאט, פיל מיט שטותים...
יענקל: און וואס וועט זיין מיט די נייעס, איך מוז דאך וויסן די נייעס וואס טוט זיך עפעס אויף די וועלט
משה: למשל וואסערע סארט נייעס מוזטו וויסן
יענקל: למשל? למשל אויב מען געווינט די קאורט פון ווי גיי איך עס וויסן, איך ליין נישט היידפארק?
משה: אהא! און אויב שטייט עס אין בלאט ביסטו שוין פארזיכערט אז דו האסט עס געווינען?...