לידיעתכם: די "חיטוטי שכבי סעזאן" איז שוין ב"ה א פארגאנגענהייט!
צום ערשט מוז איך מיך באגריסן מיטן ציבור, נאכן זיין אפווענזד אזא לאנגע צייט, בעיקר צוליב וואס מ'זעמיר ב"ה געווארן שטארק פארנומען אין די ארבעט.
און פאר די זעלבע סיבה וועל איך מן הסתם יעצט אויך מקצר זיין, אבער אויפן שפיץ גאפל וועל איך יא איבערגעבן מיינע קראנטע אינפארמאציע אינעם ענים פון חיטוטי שכבי, ווייל איך פיהל אז דער ציבור איז ווערד צו וויסן די פארהוילענע פאקטן.
=================
ווי יעדער זעהט גרייטן זיך די זאליס (המכונים התאחדות הרבנים) אפצורעכטן א פראטעסט אין מאנהעטן. (הגם ביי זיי אליינס זענען דא שווערע חילוקי דיעות איבער די מערכה, צווישן רב נידערמאן און רב ברילל, ועוד, אבער איך ווועל דאס נישט בארירן).
דער פראטעסט איז אביסל א אייגנארטיגע. פארוואס אייגנארטיג? ווייל עפ"י רוב ווערן אונזערע פראטעסטן אפגעהאלטן פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, און די געלעגנההיט ווערט אויסגענוצט צו אויסדרוקן אונזער אנטריסונג פון די ציונים בכלליות.
דאסמאל אבער ווערט דאס אפגעהאלטן קעגן א פירמע פריוואט, וועלכע איז די אייגנטומער פון די שטח אינעם ביה"ח אין יאפו, און זענען פאראנטוואטליך אויף די חיטוטי שכבי אויפן ארט. דאס מיינט אז די גאנצע פראטעסט דינט ווי א פריוואטע מערכה קעגן א איד (א פרייע ציוני), צוליב זיינע שענדליכע מעשים.
אבער היות דער ציבור (מיר און זיי צוגלייך) ווערן דאך נישט אינפארמירט קיינמאל מיט די אינערליכע זאכן, מען גייט ווי מיט פארמאכטע אויגן צו די רוף פון די עסקנים, וואס אין אונזער פאל זענען די עסקנים ליידער די טרויעריג בארימטע טעראריסטן פון אתרא קדישא, דעריבער וועל איך זיין דער וואס וועט פארציילן אביסל, מגלה טפח ומכסה טפחיים.
ווי שוין געשריבן אין די פארגאנגנהייט, איז די לעצטערע פארמערטע חיטוטי שכבי געווען א רעזולטאט פון די אויפפירונג פון אתרא קדישא ביי די אשקלון מערכה, וואו די סיקריקים (די מחריבים פון כלל ישראל) אין א צוזאמענארבייט מיט אתרא קדשיא האבן דורכגעפירט פראטעסטן און אויך נאך מעשים שלא ניצנו ליכתב קעגן דעם הויפט פון די ארכילאגן "פריוואט", און די תוצאה דערפון איז געווען אז ער האט באשלאסן ארויסצו-ווארפן אלע משגיחים פון אלע שטחים וואו ער ארבעט, און דעריבער זענען געווען גראבונגען אן קיין משגיחים און ליידער איז געווען נאכאנאנדע מערכות איינס נאכן צווייטן.
עקסטער איז אתרא קדישא באגאנגען עוולות קעגן די אייגנטומער פון די יאפו ביה"ח, וואס איך האב שוין אמאל מאריך געווען.
דער עסקן אהרעלע יאקטער וועלכע איז געווען פארטיפט אין די מערכה איז געוואויר געווארן וואס דא טוט זיך, און וויפיל ער האט נאר עוסק געווען דערין האט ער זיך באגעגנט מיט נאך און נאך היימישע עסקנים פון אלע חסידותן און ארגאניזאציעס אין אר"י, וועלכע האבן אים געזאגט אז זיי האבן שון ארויס די זאך יארן, און זיי זענען גרייט אים צו העלפן אנצוגיין מיט א אייגענע אפאראציע להצלת קברים, אבער בתנאי אז די טעראריסטן זאלן נישט וויסן זייער נאמען (וייל אויס יא איז אחת דתם להמית, און דער להמית איז בכלל נישט קיין גוזמא). דאס הייסט אז אלעס זאל נאר גיין אויף זיין אייגענע נאמען.
ער האט זיך נישט געפוילט און אנגעהויבן ארבעטן פלייסיג. ס'איז געווען זייער שווער אויסצוגראדן די לעכער וואס אתרא קדישא האט אהגעברענגט, און עס איז נאכאלץ ביטער שווער, אבער ער האט באוויזן צו ברענגען די הויפט פון די ארכילאגן (שוקה דורפמן) צו איינע פון די גרויסע היימישע רבנים, (פון די גרעסטע קנאישע רבנים אין אר"י), וועלכע האט פארזיכערט פאר דורפאמן אז אויב וועט ער פאלגן הרב יאקטער וועט ער מער נישט אטאקירט ווערן דורך די עדה החרדית.
די זעלבע איז געטוהן געווארן מיט די אייגנטומער פונעם שטח אין יאפו, מיט וועמען עס איז געווען זייער שווער זיך איבערצובעטן, וויבאלד זיי האבן שוין געהאט באקומען אזא שנאה צו די חרדים, מיינענדיג אז אלע מוחים ווייסן וואס דא טוט זיך אונטער די קוליסן און אלע זענען סתם שלעכטע טעראריסטן, אבער עס איז ב"ה געלונגען זיי איבערצוצייגן וואס דער אמת דא איז, און אז כלל שיראל איז נישט משוגע.
וואס עס האט זיך אויסגעלאזט מיט די פארהאדלונגען מיט דורפמן וועלן מיר יעצט איבערלאזן, ווייל באמת האלט עס נאך אינדערמיט והשתיקה יפה לו, אבער קודם אויף דערווייל איז אדאנק דעם אפגעשטעלט געווארן די פלייץ פון חיטוטי שכבי, און הרב יאקטער (מיט זיינע עסקנים ורבנים המפחדים על פירסום שמם..) ווערט איינגעמאלדן פון יעדן שטח וואו די ארילאגן קומען אראפ, אויפן זעלבן וועג ווי אתרא קדישא איז געווארן איינגעמאלדן ביז היינט.
אבער וואס עס איז יא נוגע צו וויסן איז די פאלגנדע פארהוילענע פאקט בנוגע די אפמאך אין יאפו:
די בוי ארבעט גייט אן "נאר" מיט די אנוועזנהייט פון א משגיח, א געוועזענע משגיח פון אתרא קדישא פאר 15 יאר צוריק וועלכע ארבעט היינט פאר די נייע ועד, און עס איז פאראן א געשריבענע אפמאך מיט הרב יאקטער אז מען קען נישט בויען נאר מיט זיין הסכמה!
די זאלי'ס פראבירן אראפ צו רייסן דעם עסקן הרב יאקטער פאר א אפגעריסענע אויסווארף ווער געדענקט נישט ווי די ערשטע פאר חדשים פין די מערכה האבען זיי געניצט זיין הילף אין געארבעט מיט אים אינאיינעם נאר כך הוא דרכם, דער אלטער גאון אין לוחם מלחמת ד' ר' אליקום שלעזינגער שליט''א איז אויך געווארען ביי זיי א 'לץ' פאר נישט מיטשפילן די חילול ש''ש פין די חילול קברים אין שפאניע, אין האט געהאט די חוצפה צו פועלן ביי די ארטיגע רעגירונג מ'זאל קענען צירוק מקבר זיין די עצמות אפי' אין זייער תורה בלעטער פיטערט מען דעם מעכטיגען קעציל פרעציל טיטול אויף איינס פין די גרעסטע פוסקים בדורינו פאר'ן טוהן זיין פליכט וואס רביה''ק ז''ל האט אויף אים ארויפגעלייגט ע''כ איז א שבח פאר הרב יאקטער די אלע מיסע לאוזינגען,
נשלח ב-31/10/2010 22:43
1) איך פארצייל זאכן וואס איך ווייס קראנט און איך בין איבערצייגט אין איר ווארהייט. אויב וויל אתרא קדישא אז דו זאלסט זיי גלייבן, זאלן זיי ברענגען א ראי' אז מען גראבט יא.
איי וועט דאך דער עולם פרעגן וואס הייסט געטראפן? מען גראבט דאך מערות טעגליך?
קיין פראבלעים. די וואס האבן נישט געכאפט די צענדליגער סתירות ביז אהער, מיט די טעגליכע בלאפערייען וועלכע האבן די לעצטע פאר חדשים געטוישט ריכטונג יעדן טאג, דער וועט שוין ווייטער נישט פרעגן.
נשלח ב-31/10/2010 17:31
איך גיי נישט אריין אין ווער סאיז אהרעלע יקטר וויל איך ווייס נישט אבער דעס וואס סגייט דא ארום אין זיין נאמען אז מגראבט נישט איז סטם א שקר אל גבי שקר קיקט וואס ער זאגט
......"בתגובה לידיעה אומר ארהל'ה יקטר מי שמזוהה יותר מכל עם המאבק במקום: "כואב יותר לראות שהרסו ופינו את הקברים ולא שהחומה קרסה. אני לא יודע אם יש קשר בין קללת המקובלים או התפילות שנעשו שם כי בשעת התפילות לא היה כלום". ...............
אין דעס וואס איינער האט געשריבן דא אז מזעט נישט קיין מוחים ווען די וואנט פאלט אראפ איז אויך שקר זיי האבן דא געהאט א קליפ דעמאלטץ ווי מזעט די מוחים
נשלח ב-29/10/2010 00:01
נעקסטע וואך וועט דער איד קענען שרייבן אז ''זייט די פראטעסט אין מאנהעטן'' גרובט מען נישט
קוק די וואך אין דער איד מ'קען מיינען אז ס'טוט זיך א גרובעריי מיט פראטעסטן ממש ווי פאר 4 חדשים ציריק נאר זיי האבען בטעות נישט באריכטעד אפאר חדשים....
נשלח ב-28/10/2010 17:07
שלום עליכם הרב מלך (שוין לאנג נישט געהערט פון דיר - זינט דו האסט זיך אויפגעזאגט פון שרייבן דא מיט אסאך שעה'ן צוריק).
איך גלייך זייער צו פירן מענטשליכע שמועסן, אן קיינע אטאקעס, אבער, אלעס האט א שיעור.
איך וואלט געוואלט דו זאלסט מיר אליינס ענטפערן וויפיל מאל איך האב שוין געענטפערט אויף דיין באמבע קשיא.
יישר כח.
נשלח ב-27/10/2010 22:37
יעקל, איך האב קיינעם נישט באשמיצט, ענק זענען ביזי צו באשמיצן אתרא קדישא, אין פליצלינג זעהט מען א שיינע קול קורא, אינקלאדינג ענקער דיין, קוקט אויס אז די רבנים האלטן אנדערש ווי די ארונים אויף היידפארק.
נשלח ב-27/10/2010 20:28
האלבערשטאם כתב:
הרב יאקטער איז אמאל געווען פון די גרויסע עסקנים פאר די כהניסטען וואס האבען געפירט די מערכה קעגען יצחק ראבין פאר צוריקגעבן שטחים
בשעתו האט דער שין בית איינגעזעצט הרב יאקטער פאר האבען מסירות נפש פאר ארץ ישראל אין ארייגעזעצט אין א צינוק פאר א פאר וואכען
די פארגעסט שנעל
די געדענקסט נישט ענקער לעצטע דורכפאל ווען נאכען באשמיצן הרב יאקטער
ביז איין טאג ווען די ביד'ץ האט אים געגבן א בריוו