דריי חתנים אין איין פעקל רח"ל
אין סאטמאר קאכט זיך יעצט וועגן 3 חתונות וואס זענען פארגעקומען 24 יאר צוריק. די מעשה פארט פון מויל צו אויער פון אויער צו מויל. פארשטייט זיך אז ווען א מעשה פארט אויף אזא אופן, קומען כסדר צו פרטים וואס זענען נישט געשטויגן וכו'.
אזוי ווי איך האב פארשפראכן פאר די ליינער און שרייבער "אין סאטמאר" אז איך וועל טאקע נישט אלעמאל זיין דער ערשטער אבער יא דער קראנטסטער. וועל איך מאכן סדר אין די מעשה.
איך גיי נישט דן זיין קיינער וואס איז פארמישט אין די פרשה, און מען טאר בשום אופן נישט דן זיין ואדרבה מען קען גרינגערהייט דן זיין אלע פארמישטע לכף זכות בפרט די חתנים כלות און די מחותנים, זיי זענען זיכער גארנישט שולדיג.
איך וועל נישט ארויסשרייבן נעמען כדי צו שוינען די כבוד פון די משפחות, חוץ אז עס איז געווען א אייניקל פון סאטמארע רבי ז"ל ווייל דער דעמאלטסדיגער חתן פארציילט היינט די מעשה זייער אפען ווייל ער איז גארנישט שולדיג געווען דערין און ער האפט אז מיטן פארשפרייטן די מעשה וועט דאס אים זיין א מליץ יושר. זאל דער רבוש"ע העלפן אז בזכות וואס די מעשה וועט מעורר זיין אידישע הערצער זאלן זיי אלע אויפגעראכטן ווערן בקרוב ממש, אמן.
(אלע נעמען זענען פאלש) פאר 24 יאר צוריק איז געגאנגען אינטערן חופה א חתן "הורוויץ" אייניקל פון סאטמאר רבי ז"ל, מאיזה סיבה שהוא האט מען א וואך פאר די באשטימטע חתונה פון סאטמאר רבי'ס אייניקל געלאזט וויסן פאר משפחת "ווייס" וואס דארפן חתונה מאכן אין ויואל משה זאל אז זיי וועלן דארט נישט קענען חתונה מאכן צוליב דעם וואס מען וועט דארפן האבן די זאל פאר די נשים בעת די חתונה פונם רבי'נס אייניקל.
עס איז שווער צו שילדערן די הארץ ווייטאג וואס מחותנים גייען אריבער אין אזא פאל, די אינוויטעשאנס זענען שוין לאנג געווען אין די פאסט קעסטלעך פון די געלאדענטע, קיין "גוט מארגן וו"ב" איז נאך דאן נישט געווען, "קול מבשר" איז נאך דאן נישט געווען. עס איז פשוט נישט געווען א וועג איינצומעלדן אלע געסט צו די חתונה אז די "ווייס" חתונה וועט נישט זיין אין ויואל משה. א קליינע הילף איז געווען אז מען האט ערלעדיגט אז משפחת "ווייס" זאל קענען חתונה מאכן אין בית רחל זאל אויף העווארד, די צומישעניש און הארץ ווייטאג איז געווען זייער גרויס און דאס געווען פאר די מחותנים א קליינע הילף...
אין פאקט איז בית רחל נישט געווען פריי!
לכבוד דעם וואס מען האט געדארפט צושטעלן א זאל פארן משפחת "ווייס" וואס מען האט ארויסגעקאפעט פון ויואל משה געציילטע טעג פאר די חתונה האט מען אויך ארויסגעקאפעט משפחת "שווארץ" וואס האט געהאט באשטעלט בית רחל, און דא האט זיך אויך איבערגע'חזר'ט דאס זעלבע, משפחת "שווארץ" איז געווארן זייער אנגעווייטאגט עטליכע טעג פאר די חתונה. אבער חוץ אראפשלינגען די פאקטן האבן די מחותנים גארנישט געקענט טון מען האט געדארפט ליידיג מאכן בית רחל פאר משפחת ווייס.
(האלט חשבון, יעצט האט מען שוין צורידערט 2 חתונות).
די מצב ביי די מחותנים וואס מען האט ארויסגעקאפעט איז געווען זייער אנגעווייטאגט, איר קענט זיך אליינס פארשטעלן ווי פארנומען די מחותנים זענען און יעצט פלאצט זיי אזא באמבע אין פנים.
דאס ערגסטע איז נאך געווען ביי משפחת "שווארץ" וואס זענען געווארן ארויסגעשטויסן פון בית רחל. די מוסדות האט ערלעדיגט זיי זאלן קענען חתונה מאכן אין א זאל אין "בארא פארק"... דא האט הערשט געפלאצט א באמבע, דער אבי הכלה האט געזאגט אז ער קען דאס ממש נישט אריבערטראגן, חוץ טוישן די מקום החתונה און אלע שוועריקייטן וואס זענען פארבינדן דערמיט וועט ער דארפן שלעפן זיינע געסט אין משפחה מיט באסעס קיין בארא פארק, און נישט נאר דאס נאר די זאל וואס מען האט אים צוגעשטעלט איז געווען א גוי'אישע זאל. די מוסדות האבן פארשטייט זיך באצאלט פאר פרישע אינוויטעשאנס, באסעס און כשר'ן די גוי'אישע זאל אבער דער אבי הכלה האט זיך געהאלטן ביי זיינס און ארויסגעזאגט אז ער איז נישט מוחל רח"ל.
עטליכע יארן זענען פארביי און דער עולם האט שוין נישט געדענקט די מעשה אפילו א חלק פון די דעמאלטסדיגע חתנים און כלות...
דא האט זיך אנגעהויבן א קייט פון צרות (מיר דרייען זיך נישט אין הימל, אבער מיר גלייבן אז אין שום מקרה בעולם כלל). די מאמע פון די חתן ביי די ערשטע חתונה (די הורוויץ חתונה) איז ליידער אוועק אינגערהייט איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים... רח"ל, איינע פון די יתומים וואס זי האט איבערגעלאזט איז טאקע נישט געווען א קינד אין שטוב ער האט שוין געהאט א "אייגענע שטוב" אבער ליידער איז נאך דאס שטוב געווען ליידיג, עס איז שוין געווען א שיינע פאר יאר פון די חתונה און מיט קינדער איז ער נאך נישט געבענטשט געווארן... דער פארווייטאגטער זין וואס האט באגלייט זיין מאמע'ס מטה אין אירע אינגע יארן און האט נאך אליינס נישט קיין קינדער איז טאקע דער חתן דינן...
אסאך יארן זענען פאריבער. מען הלאט יעצט אריבער 23 יאר פון די חתונה והילד איננו רח"ל, דער חתן האט נאך אלס נישט קיין קינדער.
שפירענדיג אז די צייט לויפט אויס און נאכן מאכן א חשבון הנפש האט ער זיך דערמאנט אז לכבוד זיין חתונה האט מען וויי געטון א צווייטע חתן כלה מיט מחותנים און משפחה פון אלע זייטן. ער האט מברר געווען ביי די מוסדות ווער דאס איז יענער חתן וואס מען האט ארויסגעקאפעט פון ויואל משה לכבודו און ער איז אנגעקומען צום דעם דעמאלטסדיגען חתן "ווייס" ער האט זיך פארבינדן מיט יענעם און צו זיין ערשטוינינג הערט ער פון דעם "ווייס" אז ער אליינס האט ליידער אויך נישט קיין קינדער!... רח"ל, דער "ווייס" האט זיך דערמאנט אז מען האט פון בית רחל אויך ארויסגעקאפעט א חתונה לכבודו!
צוזאמען האבן די צוויי פארווייטאגטע אינגעלייט אנגעהויבן זיכן ווער דער דריטער איז געווען אבער אן ערפאלג. זייענדיג אנטשלאסן צו טרעפן דעם דריטן האבן די צוויי אריינגעלייגט רעקלאמעס אין עטליכע בלעטער אז ווער עס האט חתונה געהאט אין די דעיט זאל רופן... והנה הוא בא, עס האט זיך אנגערופן איינער און דאס איז טאקע אינזער שווארץ וואס מען האט ארויסגעקאפעט פון בית רחל לכבוד "ווייס" וואס מען האט ארויסגעקאפעט פון ויואל משה...
דער שווארץ האט פארציילט אז ער אליינס האט א נישט געזינט קינד רח"ל און זיין שווער איז אויך אוועק אינגערהייט רח"ל... און נישט לאנג פאר זיין פריצייטיגע פטירה האט ער נאך גערעדט דערוועגן און זיך אויסגעדריקט אז ער איז נאך אלס נישט מוחל רח"ל.
נאך א פסק פון רבנים האט די אלמנה (די שוויגער פון שווארץ) אינטערגעשריבן א מחילה בריוו און הורוויץ מיט ווייס זענען ארויף מיט א מנין צום קבר פון דער שווער פון שווארץ צו בעטן מחילה...
זאל דער רבוש"ע העלפן די אלע וואס דארפן א ישועה און רפואה בזכות וואס די מעשה וועט מעורר זיין אנדערע מער אכטונג צו געבן אויף יענעמ'ס געפילן.
 |
|
|