בית פורומים אידישע געדאנק

רבותי ס'צורת! זייער איי. קיו. האט זיך אביסל געהויבן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2010 04:29 לינק ישיר 
רבותי ס'צורת! זייער איי. קיו. האט זיך אביסל געהויבן

איך בין ממש צושוידערט איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טון. ביז היינט האט מען ביי אונז אין פורום בכלל נישט געהערט רעדן וועגן די ניוויא פון דעם געלען זשארנאל וואס רופט זיך "דער בלאט".

קודם א שטיקל (לאנגע) הקדמה:

אויב האט איר אמאל געזען רעדן דערוועגן איז דאס נאר בנוגע ענינים העומדים על הפרק ווי למשל די מוסקאוויש קאטשקעס אויף וואס מען האט געלאכט צו זען איין וואך א קעפל אויפן פאדערשטן זייט אז זיי האבן בכלל נישט גע'שחט'ן דעם מאסקאווי און זיי האבן גאר געראטעוועט אנדערע וואס האבן יא געשחטן... צוויי וואכן דערויף איז אינם זעלבן זשורנאל געווען א מודעה פון זייער בית השחיטה אז מען זאל צוריק ברענגען די קאטשקעס וואס מען האט געקויפט, א וואך דערויף נאך א צעטל אינטערגעשריבן פון זייערע רועי בקר. במשך 6 וואכן האבן זיי דארט וואך איין וואך אויס אינטערגעריסן די חשובסטע רבנים און געגעבן שפעט נעמען פאר די רבנים וכו'

אוודאי האט מען דא גערעדט דערוועגן.

נאך א דוגמא איז די בראדוועי טרייענגל ווי דער בלאט האט זיך כסדר סותר געווען פון איין וואך צום צווייטן,
נאך א דוגמא איז ראוז פלאזא ביעטש פראנט,
נאך א דוגמא איז ווען שמעלקא בדחן האט געשריבן וועגן די "אומצוגעפאסטע ניגונים" וואס די מתיבתא באקעס האבן געזינגען.
נאך א דוגמא איז ווען זיי האבן אינטערגעריסן הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן מיט שקרים וכזבים בשם א זין פון ר' חיים לאקס, דאס האט טאקע געברענגט א בריוו בשם ר' חיים לאקסעס זין אז עס איז שקר.
איין וואך איז דאס באוואשן ר' דוד שמידל שליט"א
איין וואך איז דאס שקרים וכזבים וועגן די שפאנישע ביה"ח
א וואך דערויף איז דאס שניידן ווייץ אויפן פעלד בשעת'ן רעגן... וכו' וכו' וכו'
יעדע פאר וואכן מיט אנדערע שקרים וכזבים און ערגסטע שמוץ קעגן רבנים און עסקנים וואס העלפן ארויס קהלתינו הקדושה.

קוקט נאך דא אין הייד פארק וועט איר זען ביי די אהרוינים "גאנצעטע זייטן מיט אשכולות" יעדן מאנטאג אין דאנערשטיג מיט פרישע מעשיות און בויך קרעמפן, זיי האבן שוין צענדליגע מאל באוויינט דאס אינטערגאנג פון דער איד... און קורץ דערויף א פרישע אשכול אז דער איד שטויסט שוין ווייטער און דערנאך נאכאמאל א הספד אויף די פטירה וואס גייט אט אט אריין אין קראפט...

משא"כ דא וועט איר כמעט נישט טרעפן קיין אשכולות וועגן זייער קינדישער צייטונג, די וועלכע זענען יא דא באציען זיך אן אויסנאם צו אספעקטן פון פאליטיק וואס זענען באשריבן געווארן דארט. ווי קינדיש און ווי נאריש יענע בלעטל איז האט מען נישט דעבאטירט פאר פארשטענדליכע סיבות.

קודם כל קומט דאס נישט אריין אין אינזערע שטיבער הן צוליב די איסור פונם ברך משה, הן צוליב איר קינידשע סטייל און הן צוליב די פילע דברי כפירה און זלזול ברבנים וואס געפינען דארט א אויבן אן אזוי ווי וויענער רב שליט"א האט געזאגט ביי זיין דרשה ז' אדר תש"ע נאכדעם וואס די אהרוינים האבן אנגעהויבן זייער מערכה קעגן די רבנים וואס זענען מסדר קידושין אינם בני יואלער זאל.

די אהרוינים האבן אלעמאל זיך געהאלטן מיטן קאפ אין דערהייך... זיי האבן שטאלצירט מיט זייער "טאטע צייטנוג" ווי קינדער אין חדר, זיי האבן געוואלט אז די גאנצע וועלט זאל גלייבן אז דער איד גייט אט אט אינטער און דער בלאט וואקסט פון טאג צו טאג. האלטנדיג זיך מיט די נאז אין די וואלקענעס האבן זיי טאקע געפירט זייער צייטונג אראפ און אראפ.

מיר פון אינזער זייט האבן קיינמאל נישט קרעטעקירט די ניוויא פון דעם נארישן צייטונג פאר צוויי סיבות, קודם ווייל מיר ווייסן נישט וואס דארט שטייט, חוץ די פאר חלקים וואס איז נוגע פאר אונז און צווייטנס ווייל מיר האבן נישט געוואלט אז זיי זאלן הייבן די ניוויא!

די תוצאות האבן זיך טאקע אנגעזען, אין די צייט וואס דער איד האט כסדר אינוועסטעד געלט און כסדר פארבעסערט די צייטנוג האבן זיך די קונים כסדר געמערט, אין די זעלבע צייט האבן די אהרוינים געטוישט אביסל די גרעפיקס און געטוישט די פעדער נעמען פון זייערע לצים וחוץ מזה האבן זיי גארנישט פארבעסערט...

מיר האבן זיך געפריידט און געהאלטן ביי די זייטן צוקוקענדיג ווי נאך און נאך מענטשן הערן אויף צו קויפן דער בלאט. מיר האבן זיך נאך מער געפריידט נאכדעם וואס מיר האבן געזען די ארטיקל וואס די אהרוינים האבן אריינגעגעבן פאר The NY Post ווי זיי שטאלצירן מיט זייער רבי... (זעט אויס אז גלייבן אין ר' אהרן איז איינע פון די שבע מצוות בני נח...) דארט אין יענעם ארטיקל האבן זיי געפיטערט דעם פאוסט מיט חלומות און דמיונות זיי האבן געבאקן נומערן אזאש ס'איז געגאנגען א רויך



איך וויל נישט אריינקריכן אינם גאנצן בילד ווייל איך וויל זיך האלטן צום נושא פונם אשכול. דא האבן די אהרוינים איינגעגעבן אז זיי האבן 14,500 משפחות (נישט 501 און אויך נישט 499 נאר פונקט 500, עס איז נישט באקאנט אויב זיי האבן גערעכנט די חתן וואס האט חתונה געהאט יענע נאכט... און פאר אונז פארגינען זיי 8,163 איר הערט? 163 נישט 164 אדער 160 זיי רעכענען פונקטליך... מיר ווייסן נישט וועלכע עידשעס זיי רעכענען, לכאורה רעכענען זיי נישט די קווינס תלמידים פון די לעצטע 10 יאר) דאס איז אמאל זיכער אז זיי פארגינען אונז נישט אפילו א שיך בענדל דעריבער האבן מיר שיין דערלעבט אז פון דעם זאלי וואס האט נישט קיין "מנין" איז ארויסגעוואקסן א Rabbi Zalman מיר אריבער 8 טויזענט "משפחות"... איר הערט? אפילו די אהרוינים זאגן אז מיר האבן אריבער 8 טויזענט משפחות...

לאמיר זיך ריקן א טריט ווייטער, אלס תלמידים אין די מוסדות פארגינען זיי פאר אינז 7,958 און נעמען פאר זיך 13,035 אודך די זעלבע חשבון עפעס ביי אינז זענען דא נישט גלייכע נומערן און זייערע נומערן געלונגען עפעס אלעמאל גלייך... עס ווינדערט נאר פארוואס פאר אינז פארגינען זיי נאר די וויליאמסבורגע UTA און מאכן זיך נישט וויסענדיג פון די מוסדות אין קרית יואל וואס פארמאגט 4 טויזענט תלמידים, עס ווינדערט פארוואס זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג פון די ישיבה גדולה מיט אירע 850 בחורים... משא"כ ביי זיך רעכענען זיי אלעס אינאיינעם (צוזמאען מיט ב"פ ווי רוב תלמידים זענען סיי ווי אינזערע)... איך גיי נישט ברעכן קאפ אויף זייערע חשבונות ווייל ס'איז קיין חשבון נישט דא... ווען דער ריפארטער וואלט איבערגעפרעגט דעם בדחן א מינוט שפעטער וויפיל משפחות אדער תלמידים זיי האבן וואלט ער שוין נישט געדענקט וואס ער האט פריער געזאגט און די נומערן וועלטן געווען אנדערע... אבער לאמיר נישט פארקריכן...

עפעס אין איין פלאץ האבן זיי ווינדערליך נישט געקענט דרייען מיט די נומערן דאס איז ביי די צייטונגען, דארט האבן זיי ווינדערליך מודה געווען אז דער איד פארקויפט מיט 12,000 קאפיס מער ווי דער בלאט! באמת איז די דיפרענטס גרעסער אבער לאמיר אויף דערווייל זיין צופרידן מיטן הסכמה פון "ומלאך רע בע"כ יענה אמן". די אהרוינישע פירער האבן מיט אלעם געדרייט און געשמירט, איין זאך האבן זיי נישט געקענט פארדרייען א קאפ דער בלאט איז אינדערערד און דער איד וואקסט.

לאמיר גיין א טריט ווייטער צו די 12,000 קאפיס וואס אפילו זיי זענען מודה אז דער איד  פארקויפט מער קענט איר צולייגן די 14,509 אהרוינים וואס האבן אויפגעהערט קויפן דער איד צוליב פאליטיק... דאס אז דער איד איז אזא געלונגענע צייטנוג אז ווען נישט די פאליטיק פאקויפן זיי מיט 26,509 שטיקלעך מער... איר שמייכלט נאך נישט? אוודאי נישט איר לאכט!

ביז יעצט איז נאר געווען די הקדמה, יעצט קום איך צו צום ווארט:

מיר האבן זיך אלעמאל געפרדייט פון די טפשות וואס שפראצט אין דער בלאט, און מיר האבן פארשטייט זיך נישט געוואלט אויפקלערן די בהמות אז מען דארף זיין א קליינע קעפל, א בחור אדער א פרוי צו קויפן דער בלאט צוויי וואכן רציפות, מיר וואלטן זיך אליינס געשאסן אין די פיס ווען מיר וואלטן דאס געטון.

יעצט זענען מיר אויף געהאקטע צרות, די אהרוינים אליינס האבן זיך אנגעהויבן אויפוועקן פון א טיפע שלאף און זייער איי. קיו. איז אביסל געוואקן, זיי פארפירן ברבים אז זיי שעמען זיך מיט דער בלאט! דאס מיינט אז עס הערשט א סכנה אז דער בלאט וועט זיך נעמען אין די הענט אריין דאס מיינט אז מיר זענען אין צרות!

לעצטנס האט פאסירט עטליכע אינטערסאנטע זאכן וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געקענט פאראויסזאגן. דער בלאט האט געהאט א באשרייבונג אויף די שבע מצוות בני נח וואס איז געלאפן אין פארזעצונגען אויף 3 וואכן... זיי האבן דארט געצייגט ווי די "מדינת ישראל" אמבאסאדארן שרייבן אינטער א לבאווישטער צעטל אז זיי וועלן איינהאלטן די מצוות בני נח ממש לתפארת מדינת ישראל...

די לצים האבן אריינגעלייגט די פאלגאנדע רעקלאמע


די לצים שטעלן קודם א פנים כאילו נישט ווייניגער ווי די "רבנים הגאונים" זענען מעורר, זיי ווייסן וואס מיר אלע ווייסן אז רבנים ציטערן צו רעדן בכלל וועגן דער בלאט ווייל ווען יא ווערן זיי א וואך דערויף באגאסן מיט א קיתון של שופכין...
נעקסט
ס'האט "האקעלע שטריכן"... איר מיינט צו זאגן אז?... וואס איז דאס "האקעלע שטריכן"?
נעקסט
די פארדריסליכער טעות איז באמערק געואורן דורך די "רעדאקציע"... זאגט נאר די טויזענטער ליינער און הונדערטער "הרבנים הגאונים" דאס גארנישט באמערק?
נעקסט
איז שוין געווען אפגעדריקט... די לצים לייגן אריין א הבהרה ביים "דריטן פארזעצונג..."

איך וויל זיך נישט אזוי טיף מעמיק זיין די די לצנות פון שמעקלא בדחן ווייל אפילו ער איז זיך נישט מעמיק אין זיינע אייגענע ווערטער...

עכ"פ דא האט פאסירט א חידוש, דער בלאט האט גענומען (טאקע אויף א ליצונישן אופן און הערשט נאכן דריטן פארזעצונגט) די גאטס מודה צו זיין אז זיי האבן געמאכט א טעות!

מאכט נישט קיין טעות, דא ביי אינז האט איר נישט געהערט רעדן אפילו א ווערט דערוועגן, זיי האבן אנגעהויבן באקומען היץ פון די אייגענע...

יעצט א שפאן אריבער צו מיין צרה:

געוויסע אהרוינים האבן זיך אנגעהויבן ארויסזען פון שמעלקא בדחן'ס אילוזיע און הייבן אן רעדן ברבים וועגן די בושות וואס דער בלאט איז זיי גורם. איך וועל נישט צולייגן קיין אייגענע ווערטער, איך וועל נאר ציטירן ווארט ביי ווארט וואס זיי שרייבן זיך איינער דעם צווייטן אין זייער אייגענע פורום.

(געשריבן דורך מערערע אהרוינים איר קענט דאס נאך זען אין זייער אינטערנעט סייט)

 

קודם כל, איך וויל מוסר מודעה זיין אז איך רעד נישט פון פאליטיק, נאר בלויז פון די צייטונג הנקרא "דער בלאט".

בעפאר איר וועט אלע פרעגן פארוואס איך קויף עס בכלל, לאמיך אייך ענטפערן, עס זענען פאראן גאנץ שיינע ארטיקלען, טענענבוים, באקציין, פון פארשידענע וועלטליכע טעמעס וואס איך גלייך שטארק צו לייענען. ביז א שטיק צייט צוריק פלעגן זיין נאך אינטערעסאנטערע ארטיקלען וועלכע האבן אויפגעהערט צו ערשיינען (ווי י.באש, לעבאוויטש וואס האט געשריבן פסיכאלאגיע(?) פאר מענטל פראבלעמען ("פארוואס האב איך געווארט"?) און נאך פארשידענע (נישט אזעלכע בייסיגע פארהאסטע ארטיקלען ווי דוב שטרייכער פון י.ג.)

אבער בכלל זענען די שרייבערס היבש משוגע, און קוקן אויס צו זיין צוריקגעבליבענע.

איך פארשטיי אז מען שרייבט פון דעם רבי'ן (הגה"ק מיליאן מאל) און אין אלע אידישקייט ענינים שטופט מען אינעם רבי'ן כאילו אלעס האט בלויז מיט איהם (צב"ש ש.ב. מרגליות, ער שרייבט אמת'דיג שיין אבער עס עקלט אזויפיל צו זעהן יעדע וואך דעם רבי'ן שליט"א נאכאמאל און נאכאמאל), עס איז אויך גאנץ אינטערעסאנט צו זעהן די אלע (וועלטליכע - נישט רבי'שע) בילדער יעדע וואך און די בדיחות'דיגע קאמענטארן הונטער זיי, וואס ברענגט גאנץ אפט ארויס א שמייכל..

אבער וואס עס מאכט מיך (און נאך אנדערע מענטשן) אויפצוהייבן די אויגן-ברעמען און פרעגן "הזאת נעמי", זענען פארשידענע מאדנע און אומפארשטענדליכע זאכן וואס מאכט יעדן לאכן.

איין משל. "פון פענע צום בלאט". יעדע וואך באזונדער זענען פאראן איינס אדער מערערע בריוון וועלכע מאכן מיר לאכן און קרומען מיט די נאז, איך ווייס נישט צו די שרייבערס זענען אזעלכע בעביס, צו גאר די בחורים העורכים (וועלכע מאכן זיכער אז אלע בריוון "פיטן" אריין אין איין עמוד, ברצותם מקצרים וברצותם... מאריכים, וביודעי ובמכירי קאמינא, איך האב שוין אמאל געשריבן א בריוו, און די חשוב'ע רעדאקציע האט דאס היבש באפעפערט, הגם נישט שלעכט, אבער איך האב זיך איבערצייגט אז ס'איז נישט גענצליך אומר דבר בשם אומרו, און מסתמא לייגן זיי צו היבש אייגענע בריוון ווען עס פעלט זיך אויס, בתוך שאר שקרי עמו ישראל..)

איך מיין אז פון היינט און ווייטער זאל איך יעדע וואך מעתיק זיין איינע פון די בריוון, וירא הקהל ויצחקו.

לעצטע וואך האט איינער, א "פעני-סעיווער" געשריבן ווי אזוי מען קען זיך שפארן א פעני, דהיינו אויב איינער האט אן עלעקטריק ביל פון ווייניגער ווי 30 דאלער (!) (ער אליין איז מודה אז עס איז נישטא אזוינס, אבער לפי חלומותיו קען יא זיין אזא זאך) זאל ליבערשט נישט באצאלן דעם ביל (אויב ער שיקט דאס מיט די פאסט) ווייל די 1.5% שטראף וואס קומט דערויף א חודש שפעטער וועט זיין בלויז 43 סענט וואס איז ביליגער מיט א צענט ווי א סטעמפ! פלאצקער גאון'ס אויסטרעף!!

ער האט בלויז "פארגעסן" מסתמא אויסצורעכענען וויפיל עס קאסט א "טשעק" און די טינט פון פעדער צו שרייבן דעם טשעק, און די צייט (טיים איז מאני) וואס עס נעמט צו שרייבן, ווער רעדט נאך אויב מאכט מען א מאני-ארדער!

כ'מיין.. קאם-אן! ווי נידריג (אין מענטשליכקייט) דארף מען זיין אריינצולייגן אזוינע שטותים! ס'איז טאקע פאר קינדערלעך און ווייבער, אבער אפילו פאר זיי! האט שוין דער בלאט בכלל נישט קיין "זעלבסט-רעספעקט"?

ס'זענען דאך זיכער פאראן אנדערע מענטשן - נישט אהרונים - וועלכע לייענען די צייטונג, דארף מען זיך נישט כאטש אביסעלע אהערשטעלן? נישט מאכן ליצנות פון זיך אליין? ווי למשל זאגן אזא נארישע צודרייטע זאך (סוכות אויסגאבע) אז איינע פון די "הויפט געשעענישן פון יאר" איז.. נישט מער און נישט ווייניגער ווי... "13 חתונה זאלן געעפנט לויט די תקנות"...? האם אר יו קידדינג?? דאס שטייגט אפילו איבער גראסמאנ'ס פרשה און די וואלקענאו אין איסלאנד וכדו'... באמת א פלא עצום!

איך לאך נאך ביז היינט פונעם "אויסשווארץ" (אזוי רופט דער בלאט אן א "בלעק-אוט"), אדער "שיך און זאקן", דהיינו ביי יעדע רבי'שע געשעעניש האבן זיך פארזאמעלט טויזענטער (מיליאנען?) אידן מיט "שיך און זאקן", הגם רוב גייען נישט אנגעטון שבת'דיג, אבער היות דער בלאט שרייבט דאך "בלויז אמת" און טוט נישט פארנויגן דאס מינדעסטע, מדבר שקר תרחק, איז ע"כ שרייבט מען "שיך און זאקן" וואס דאס איז דאך טאקע אמת! ווער גייט דען נישט שיך און זאקן? קיינער קומט דאך נישט צו א חתונה בארוועס.

איך וואלט געקענט נאך מער מאריך זיין, נאר עס איז צופיל אויף איינמאל.. צוביסלעך, מהיום והלאה, וועלן מיר ארויפלייגן די צודרייטע מאדנע זאכן פון דער בלאט, כולי האי ואולי וועט זיך די "חשוב'ע רעדאקציע" אויפוועקן...

***********

יא די בלאט איז אבסולוטלי פאריקט אויף מיליאן 


******

דער בלאט עקזיסטירט נאר ווייל ס'איז דער פראפאגאנדע צייטונג פון די אהרונים, ממילא זענען אלע ארונים לויאל בלאט שטיצער בלינדערהייט, איך גאראנטיר ענק אז אויב זאל עס ווען זיין א פריוואטע נייטראלער צייטונג וואלט עס נישט געלעבט נאך איין טאג, עס האט נישט קיין שום פראפעשענעליזם פון דשורנאליזם, ס'קוקט אויס ווי א קאלארינג בוק וואס א קליינע בייבי פירקעלט אן, הוידל בוידל, לצנות, שטותים...

למשל איך האב יעצט געכאפט די בלאט פון די לעצטע וואך, קודם האבן זיי אויפן ערשטן בלעטל, א ריזיגער בילד פון א איבערגעדרייטער עראפלאן אין א דערפל אין די פיליפינס צוליב עפעס א שטורעם דארט, וואס פאר-א-שווארץ-יאר, פארנעמט א שטורעם אין די פיליפענען דער פראמענענטסטער ארט פון א חרדישע צייטונג אין ניו יארק, זענען זיי משוגע?

נאכדעם קוק איך ווייטער מעלדן זיי די נוטרונא ראדיא-עדס, ווייסן זיי פשוט נישט אז א עד אין אידיש רופט מען א רעקלאמע, זיי רופן עס "ראדיא-מעסעדשעס", איז טאקע דארט נישט דא קיין שום פאראנטווארטליגער שרייבער וואס זאל עכ"פ איבערקוקן די קעפליך פון לכה"פ די ערשטע בלאט....אנביליוועבל!!

********

איך האב באמת געמיינט אז צווישן אזויפיל אידישע שרייבער וועט זיין כאטשיק עטליכע מבינים אויף די נידריגע קוואליטי פון די בלאט דזשורנאליזם. דערווייל וואס ווען וואו.

איך האב ספעציעל ארויסגעברענגט די מעלות אויך, איך בין נישט קיין איין זייטיגער, איך זעה די געשמאקייט דערפון אויף עטליכע פלעצער, און אזוי אויך אין "דער איד" (איך ליין ביידע), אבער יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז 100% אמת. אדרבה ווייזט מיר אויף אז נישט!!

די עקסטרעמען, "דער בלאט איז פאררוקט אויף מיליאן", רעדט נישט צו מיר. עס מיינט נישט גארנישט. איך גלייך בכלל נישט די עקסטרעמע אויסדרוקן. נישט אויפן בלאט און אודאי נישט אויף א מענטש.

איך קען אבער נישט צוריקציען. יעדער נארמאלער שרייבער, אפילו נאר א שטיקעלע, וועט מודה זיין אז דא ליגט מאדנע, קינדישע כאראקטעריסטן. דאס איז אחוץ די פאנאטישע איבער'חזר'ן כ"ק הגה"ק שליט"א יעדע רגע (וואס איך האב בכלל נישט ליב, פון קיין שום חסידות. און מיט דעם ענין מוז איך געבן קרעדיט פאר "דער איד").

איך וויל מיך אנטשולדיגן אויב איך האב איינעם וויי געטון. איך וויל נישט קיינעם שטעכן. אפשר מיט די צייט וועט איר נאך פארשטיין וואס איך מיין. איך וועל פרובירן מעתיק זיין שטיקער וואך נאך וואך. אינו דומה שמיעה לראי'. א שאד איך האב עס נישט געטון ביז היינט.

********

מילך דייטש ,לטובתך ולהנאתך, מאך סדר און דיין אפיס,
 
פאר עטליכע יאר צוריק, ווען מען האט אונז בא'גנב'ט פון אלע  אונזערע נכסים
האט אויסגעפעלט אזא צייטונג ווי דו האסט יעצט, ווייל ווי נישט ווי דיין צייטונג האט אויפגעהייטער
די געמיטער נאך די נאכנאדע דורכפעלער יעדן איינציגן טאג, און קארט וכדומה, עס האט געהאלפן מיט מסיבות וכדו'

מיילך!!!! עס איז אנדערע צייטן היינט ציטאגס!!!! דער עולם ברויך מער נישט קיין לייכטיזיניגע ביליגע צייטונג
עס האלט נישט ווייט, אז אויב עס וועט נישט געשען קיין מעדשער טשענדש און דיין צייטונג, וועלן
מגידי שיעור אסר'ן עס צו ליינען! נישט ווייל עס איז גוי'עש, נאר ווייל דער גוי וואלט זיך אויך געשעמט דערמיט

הער דיך נישט צו צי די מענטשן ארום דיר און דיין אפיס וואס ווילען  ווייטער מעלקן פון דיר
גיי און גאס, רעד צום ציבר, עס נישט דא קיין 20 פרצאנט ארונים וואס זענענן מודה אז זיי ליינען דיין צייטונג!!!!
יעדער נערמאלער אינגערמאן לייקענט אז ער נעמט עס און די הענט אריין,

מאך 180 דעגרי טערען פאר עס איז צי שפעט!!!!!

*************

אויף זייט 17 די פיקטשערס פון דעם ר' מענדל ווערצבערגער מיט דער רב פון די סאטמארע קהלה אין מאנטריאל, איז געהעריג לצנות געמאכט פון די 2 חשובע רבנים, ווי קומט די בילד אהין, די טיפוש!! יא איך ווייס אז ער איז דער אהרוני קאמפעטישן פון רב טירנויער, מסכים, אבער וואס קלעפסטו דארט אריין די בילדער, איז דאס א ארטס-ענד-קרעפטס אדער א צייטונג?

************

בנוגע לייגן בילדער ביזטו נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל די ערשטע זאך וואס די אויג פון א מענטש כאפט איז א בילד, האט דער בלאט לעצטנס אנגענומען דעם שטעלונג, און זיי פרובירן ביי יעדע נייעס צוצולייגן א בילד פון וועמען אדער פון וואס ס'רעדט זיך דא.
איך געב זיי נישט אינגאנצן גערעכט, און ס'זענען דא אינעם בלאט אסאך פעלערהאפטיגע זאכן וועלכע זיי מעגן זיך צולערנען, אבער סתם גיין ארונטערייסן הלא דבר האט קיין פשט.

**************

א) די "הגה"ק" טיטל קריכט מיר שוין אויך ארויס פון די נאז-לעכער! פארוואס קען נישט שטיין נארמאל "מרן אדמו"ר מסאטמאר", העכסטענס א "עט"ר", אדער אמאל אמאל אן "הגה"ק", אבער נישט טויזענט מאל א וואך!

ב) למעשה איז עס גאנץ א געלונגענער צייטונג זיי האבן גוטע נייעס, גוטע ארטיקלען וועלטליכע און תורה'דיגע. אבער די סטייל דערפון איז אביסל בחור'יש און קינדעריש, ווי די נארישע בילדער וואס עס טוט זיך אין אזיע-אוזבעקיסטאן-מדבריות ווי א פייגל פליהט-א הויז צופאלט-א אויטא פארקט וכו' (הגם עס איז דא וואס גלייכן עס, איז עס זיכער צופיהל פער וואך). און ווער רעדט נאך פון די בריווען וואס אסאך אמאל דוכט זיך ווי אפאר עידזש בחורים האבן עס געשריבן, ווי למשל אינמיטן זומער וויפיל בחורים עס גייען מיטן שעמפא אין די האנט, און וויפיל מיטן האנטוך אויפן פלייצע... (ווער געדענקט?)

**********

להוי ידועה אז דער בלאט לייגט נישט אריין בדרך כלל קיין שום חרדי'שע נייעס אליין'ס, יעדע נייעס ווערט אריינגעשיקט דורך די מוסד וואס לייגט עס אריין, דאס ברענגט געלט פאר'ן מוסד וועלכע פובליצירט זייער סוקסעפולע מאורע, אין דארפסט פארלאנגען ביי די סעקרעטרי פין דעם מוסד זאל דאס מגיה זיין אין זאל אראפנעמען דאס ווארט הגה''ק ווייל דיר קרענקט עס.

**********

לאמיר נעמען נאך א משל פון די וואך.

דאס איז אויף זייט 51, וואו מען באשרייבט צי ספלענדע צוקער איז געזונט צו נישט.



הודעה פאר דער בלאט: צו ווייסטו אז כדי צו לעקן די פוס דארף מען אויסטון  די "שיך און זאקן"?

*************

לאמיר נעמען נאך א משל..

דאס איז אויף זייט 76 ביי די "טעכנאלאגיע נייעס".




הודעה צו דער בלאט: ביסטו זיכער אז "קינד און קייט" געדענקט דאס? אפשר האבן מאנכע א שוואכן זכרון, און איר שרייבט דאס אזוי מיט א זיכערקייט.. וואס טוט זיך מיטן "כדי שלא לבייש את מי שאין לו"..? (בדרך צחות).

***************

למעשה מיך - אלס ארוני - רינט שוין דעם "הגה"ק" ארויס פון די נאז לעכער... אזש ס'גרוילט, צו וואס פעלט עס אויס? וועם טוט מען באאנפלוסן דערמיט? ס'איז גענצליך איבעריג! ס'קוקט אויס ווי א "גזירת המלכות" אז אויב נישט איז "אחת דתו" מען פארפעלט נישט אפילו איין מאל עס אויסצולאזן!

כ'האלט אז האלטנדיג שוין תשע"א, דער רבי איז שוין רבי פינף יאר צום גוטן. אזוי ווי מען האט שוין אויפגעהערט מיטן שרייבן בעפארן יו"ט די גרויסע "התרוממות" און ווי די "טויזענטער" גרייטן זיך, מעג מען שוין אויך אויפהערן מיט דעם.

*************

איך מוז מודה זיין אלס אהרוני, די טויזנטער הגה"ק'ס איז סתם דערנערווירענד, און סטופיד, דער רבי ווערט נישט הייליגער ווען מען זאגט דאס איבער טויזנט מאל, סאיז ממש א חוזק.

************

איך געב נישט אינגאנצן גערעכט פארן בלאט מיט זייער משוגעת'ן, אבער מ'קען זיי דן זיין, אז זיי ווילן זיך צושטעלן צו אלע קאטאגאריע ליינער'ס, מענער, פרויען, פאליטיקאנטן א.א.וו. צוגלייך, און דעריבער לייגן זיי אריין גאר אסאך בילדער, און צומאל מאדנע בילדער, ווייל זיי האלטן אז נאך אפאר פרויען אדער קינדער וועלן דאס גלייכן.

*********

מיט דיין פארטיידיגען דעם "דער בלאט" ברענגסטע זייער גוט ארויס, וואס פאר חורבן דער בלאט מאכט
אן פאר אונזערע אייגענע איגענט, און כ'וועל מסביר דיר עס  זיין זיין

אלמלא, עס וואלט געווען א אומפארטיישע צייטונג, וואלט נישט מען געקענט האבן קיין טענות, אויף אים
ווייל ער וואלט געקענט ענטפערן אז קיינער איז עס נישט מחויב צי קויפן. עס איז א פריוואטע זאך

אבער יעצט אז ער שטעלט זיך אהער ווי דער "סאטמערער צייטונג" , ווייסן 95 פראצענט בחורים אז זיין מיזען עס ליינען,
און ליידער ווי אזוי עס זעט אויס, ביליג,ליצנות,קינדעריש, ברענגט עס אריין א נידריגע מאראל פאר די וואס ליינען עס בקביאות
און דאס איז נאך ערגער ווי צי האבן א אידישע צייטונג וואס עס זעט אויס מער גויעש, א שטייגער ווי דער "שטרן-שפאקטיוו-נייעס באריכט" ווייל לצינות, קינדעריש קלעפט זיך אן, און דער בלאט פארטרעט און ווערט געשריבען אויף אזא אויפן,

עס איז ראנג צו זאגן אז אנ"ש מוזען פארטיידיגען דעם "דער בלאט"
זאל דער בלאט זיך טוישען, אדער זאל ער ווען אויס סאטמערע צייטונג,
מען דארף נישט, און מען טאר נישט פיטערן אונזערע קינדער מיט ביליגע לצנות וואך איין און וואך אויס

*****************

די בלאט פארוואלטונג זאלן וויסן, [איך בין זיכער אז זייער שטאב דרייט זיך דא] אז זיי קענען נישט האבן קיין פרי-רייד מיט דעם וואס זיי זענען די אפציעלער PR צייטונג פון סאטמאר, איך ווייס קלאר אז די בלאט פלעגט אריינשטעלן פיקציע אנאנסן, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, סתם פאר די  FUN צו זיך פשוט אינטערהאלטן און זיך קאטשען פאר געלעכטער, דאס איז זייער דיסרעספעקטפול, און עזות'דיג, זיי זאלן זיך נישט איינרעדן אז דער עולם באמערקט עס נישט, דער עולם האט נאר בעסערע דאגות אינטערסירט עס פשוט קיינעם

דאס איז איינס,

שנית, האט "שר מקוצי" ארויסגעברענגט זייער א שטארקע פוינט, אז וואס איז געווען פאסיג תשנ"ט איז נישט מער פעליג תשע"א, דער עולם איז מער נישט נייגעריק און איז מיד פון די שרייעדיגע מחלוקה העד-ליינס, פון די קארטס וכדומה, ס'פעלט שוין לאנג נישט אויס, און די זעלבע מיט די אלע בעבישע איבערגעטריבענע נייעסער פון די קהלה, קיינער ברויך עס נישט, די איינציגע זאך וואס עס טוט אויף אז ס'געבט דעם איינדרוק כאילו דער יסוד פון די קהלה איז די פאליטיק און פראפגאנדע, אויב מאכט זיך אמאל עפעס א לעגיטימער נייעס בנוגע די פאליטיק, וועט גארנישט שאטן אז מ'באשרייבט עס קורץ און שארף ביי די לעצטע בלעטער,

***************

עד כאן די ציטאטן פונם אהרוינישן וועב זייטל ווי זיי גיסן אויס זייער ווייטאג אינטער אנאנימע פעדער נעמען, אמת אז אויפן גאס שעמען זיי זיך נאך מודה צו זיין אין זייערע בושות און זיי קענען אויסגיסן זייער ווייטאג נאר אויף אזא אנאנימע אופן, אבער דאס צייגט אן אז אינטער דער ערד קאכט זיך שוין...

רבותי ס'איז צרות לא עת לחשות, מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז דער בלאט זאל ארויפנעמען זייער ניוויא! עס איז חובת השעה ווען איר טרעפט אן א אהרויני אין גאס זאלט איר אים קלאפן אין ריקן און זאגן "דער בלאט איז באמבאסטיש, ס'איז א מעכטיגע צייטונג, איך 'באלעק זיך די פינגער' דערמיט יעדע וואך, ממש א מחיה" גיבט פאר דעם אהרויני א גוטע געפיל מיט זייער קינדישער שרייב ווערק און ח"ו זיי נישט אויפוועקן פון טיפן שלאף!

צום געזעגענען לאמיר זינגען צוזאמען "אברמעלע מלמד זיצט אין בעט מיט א שמאטע צוגעדעקט וכו" פרעגט נאר נישט וואס פאסירט אויב אברמעלע מלמד שטעקט פלוצלינג ארויס די בת היענה אויגן פון אינטערן שמאטע...



תוקן על ידי חיי_שעה ב- 27/10/2010 04:30:03




תוקן על ידי חיי_שעה ב- 27/10/2010 04:32:34




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 04:45 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 15:50 לינק ישיר 

עס לאזט נישט נאך דארט. זיי גיסן פעך און שוועבל אויפן בלאט. מ'וועט מוזן אזוי ווי חיי שעה זאגט זיי צוריק אריינהאקן אין קאפ אז ס'נישטא קיין בעסערס פאר זיי ווי "דער בלאט".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 16:05 לינק ישיר 

1) וואס איז די "צורת"? אויב ווערן מיר קלוג ווערן מיר דאך אויטאמאטיש זאליס?... 2) דו שרייבסט:איין פלאץ האבן זיי ווינדערליך נישט געקענט דרייען מיט די נומערן דאס איז ביי די צייטונגען, דארט האבן זיי ווינדערליך מודה געווען אז דער איד פארקויפט מיט 12,000 קאפיס מער ווי דער בלאט! באמת איז די דיפרענטס גרעסער אבער לאמיר אויף דערווייל זיין צופרידן מיטן הסכמה פון "ומלאך רע בע"כ יענה אמן". די אהרוינישע פירער האבן מיט אלעם געדרייט און געשמירט, איין זאך האבן זיי נישט געקענט פארדרייען א קאפ דער בלאט איז אינדערערד און דער איד וואקסט: לאמיר הערן. פארוואס ביי מוסדות(ווי מען קען זעהן אויף פראגרעמס) קען מען יא זאגן "ליגנט" און ביי צייטונגען(וואס איז שווערער צו מברר זיין) קען מען נישט???2)דו האלטסט טאקע אז עס איז א דיפערענץ פון 12,000(אנטשולדיגט... סאך מער)קאפיעס א וואך?? וואס ביסטו? א מצה טאש?? ווייסטו דען נישט אז די נומבער 39000 און 51000 איז פאלש? דו ווילסט וויסן וויפיל יעדער פארקויפט? איך וועל דיר זאגן(און קענסט עס מברר זיין ביי די קאמפאני וואס דרוקט ביידע)ביידע צייטונגען פרינטן בערך 10,000 קאפיס א וואך. דו לייגסט צו 50000 משפחות... און בכלל וויאזוי דער בילד קוקט מיר אויס איז אז א זאלי איז געוואר געווארן אז מען גייט שרייבן אן ארטיקל איז ער שנעל געלאפן צום פאוסט זאגן זיין זייט און ער האט נישט געוואוסט וואספארא נומבערס די ארונים האבן געגעבן און צופעליג ביים יוד האט ער געהאט מזל אז ער האט געשריבן מער... דאס איז די איינציגסטע נארמאלע הסבר(אדרבה! איר האט א בעסערע הסבר??)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 18:10 לינק ישיר 

פריינדליך נייס טריי צו אראפפירן דעם שמועס פון אירע רעלסען. דער גאנצער פאוסט איז נאר געווען א דרך אגב וואס חיי שעה האט געשריבן. דער עיקר פוינט זיינער איז אז די אהרונים אליין הייבן זיך אן כאפן אז דער בלאט איז א פורים צייטונג, און דאס איז זייער נישט גוט פאר אונז, פאר אונז איז וויכטיג אז די אהרונים זאלן זיך שווערן אין בלאט אויף יעדעס ווארט וואס דארט שטייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 06:16 לינק ישיר 

די טראנסליווענישע בלאט ליינערס טענה'ן אז מען זאל בלייבן אויף דעם איצטיגען שטייגער, העכסטענס באנייען די קול סאטמאר ביילאגע ווי עס זאל אריינגעשטעלט ווערן שמואל ווידער'ס מעשיות.
ווער געדענקט נאך די מעשה פונעם גוי מיט די זילבערנע ציין וואס האט ארויפגעברענגט פאר העסקן נמרץ יוסי בראך א צעטל אז ער איז נישט ערלויבט אריינצוקומען און ראדני, אבער דער געטרייע עסקן האט מיט זיין געניט קעפל פארשטאנען עס איז נאר אים צו דערשרעקן, ווייל לעגאל איז בערל פר"מ ראה"ק אויף ראדני, ער האט גלייך געהייסן פאר די גוי מיט די זילבערנע צייין ער זאל עס אריינשליידערען און טרעש קאסטן, וכך הוה, - אויפדערנאכט האט יוסי אריינשפאצירט און ראדני, אבער די כת מוסרים-רוצחים-מסרבים לדין-והולכים בערכעום של עכים בלי היתר בית דין, האבן אים ארויסגעווארפן פארן בלויזן חטא פאר קומען דאווענען.
אדער די מעשה ווי שופט באראש ווערט אויסגעפארשט פארן נעמען שוחד, נאך וואס א מתפלל פון א שיל און נארט מיאמי האט אונטערגעהערט א געשפרעך וואס איינער האט אליינס געהעררט פון באראש אז ער האט באקומען שוחד געלט..
די ריכטער האט שטרענג אנגעוואנט די שני בני רבינו אז יעדער מיז ווערן אריינגעלאזט אויף 550 בעדפארד...
בוי ארבעט ביים ארטיסטן שול אויף מורטעל געקומען צו א האסטיגן אפשטעל נאך וואס א הינט האט געביסן א צוויי א האלב יעריג קינד...
רבנים גרייטן זיך ארויסצוגעבן א איסור צו אריינגיין אונעם ארטיסטן שיל..
א מענטש האט גענימען א קאר סערוויס און געבעטן אים צו פירן צי "קווינס קעמפ", די דרייווער פרעגט איבערראשט ווי איז דאס פלאץ...?
שמואל "ווי וואונט מאור" מאך זיך נישט וויסענדיג פון די זאליס וואס שפילן ווי ארוינים.. האלט וויטער אן אויף דעם וועג מיט די טשאדעלע באדעלע מעשיות און גאלדי לאקס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 06:58 לינק ישיר 

קעציל. וואס דו וואלטסא געוואלט ווייס איך..... אבער למעשה די טענות וואס מען האט אויפן בלאט איז אויף די שרייבערישע חלק. נישט די פאליטיק חלק. וואס אין דעם האט די בלאט א רעקארד פון שרייבן די מינימום וואס שייך. משא"כ די "סקווירא צייטונג"... וואס דו וועסט שווער טרעפן א וואך וואס עס שטייט נישט די שמוציגסטע לשונות קעגן אונז(אדרבה! דו קויפסט מער דעם יוד ווי מיר... דו דארפסט דאס וויסן) און די איידיע פון די קול סאטמאר אפטיילונג איז טאקע דאס געווען. אז ווער עס וויל נישט זיינע קינדער/ב"ב/ער זאלן ליינען פאליטיק זאל עס קענען ארויסנעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 07:17 לינק ישיר 

אקוראט וואס איך וויל, אלעס זאל בלייבן ווי ביז יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 14:39 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
קעציל. וואס דו וואלטסא געוואלט ווייס איך..... אבער למעשה די טענות וואס מען האט אויפן בלאט איז אויף די שרייבערישע חלק. נישט די פאליטיק חלק. וואס אין דעם האט די בלאט א רעקארד פון שרייבן די מינימום וואס שייך. משא"כ די "סקווירא צייטונג"... וואס דו וועסט שווער טרעפן א וואך וואס עס שטייט נישט די שמוציגסטע לשונות קעגן אונז(אדרבה! דו קויפסט מער דעם יוד ווי מיר... דו דארפסט דאס וויסן) און די איידיע פון די קול סאטמאר אפטיילונג איז טאקע דאס געווען. אז ווער עס וויל נישט זיינע קינדער/ב"ב/ער זאלן ליינען פאליטיק זאל עס קענען ארויסנעמען


כאכאכא, איך קען נישט אויף הערן צו לאכן, די בעסטע זאך וואס שמואל ווידער רעדט זיי איין, איז אז אין איד איז סאך ערגער מיט פאליטיק, ממש קיין איין וואך גייט נישט אריבער דארט אן דעם...

און דאס קענט איר הערן אין בית מדרש, אויף ה"פ, איבעראל זאגט יעדע אהרוני מיט א זיכערקייט: דער איד איז דאך פול מיט האס קעגן אונז, אונזער רבי'ן, און אויף וועם נישט?

יעצט קומט דא א שרייבער וואס האט נאך מיום היוולדו נישט גענומען קיין איד אין די האנט און ער זאגט אונז וואס דארט שטייט, אזוי ווייט קען מען זיי איינרעדן במילתא דעבידא לגלויי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 15:45 לינק ישיר 

אומזינסט, די ביזט יעצט אין אן הומאריסטישן גייסט, אדער די רעדסט ערנסט?

"דער איד" איז אין די לעצטערע יארן געווען אנגעפולט מיט די ערגסטע ארטיקלען אויף די גאנצע חסידות פון מהר"א און מיט די ערגסטע לשונות אויף מהר"א אליינס, און ס'איז געווען צייטן וואס מ'האט ממש געקענט זאגן "וואך איין וואך אויס". און אפילו וואכ'ן וואס ס'זאל גארנישט פארקומען עפעס אויסערגעווענליכע קריגערייען צווישן ביידע פארטייען.

ברם זכרו לטוב די בעלי בתים פון דער איד וועלכע האבן טאקע לעצטנס געמאכט גאר אסאך גוטע שינוים, הן אין די נייעס'ן, ארטיקלען וכדו', און האבן שטארק פארשענערט די גראפיק פונעם גאנצן צייטונג, (וועלכע דער בלאט האט אפילו לעצטנס אנגעהויבן נאכמאכן), און בעיקר אז זיי האבן געמאכט א שטארקן שינוי לטובה, און כמעט געמאכט אן ענדע צו די אלע האס ארטיקלען קעגן מהר"א וחסידיו, וועלכע א יעדע נארמאלע מענטש האט זיך געעקלט דערפון. אבער צו זאגן אז דער איד איז נישט געווען פול מיט האס אנטקעגן מהר"א איז ממש שקר במילתא דעבידא לגלוי'. (אויב די ווילסט קען איך צושטייטלעך אנהייבן אריינסקענען זייערע "וואך איין וואך אויס" העץ ארטיקלען, וועלכע איך גלויב אז די געדענקסט נאך גאר גוט).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 20:48 לינק ישיר 

Wow!!!! פון די גאנצע פארמעגליך אימפעריע איז געבליבן א 'קעציל' אויף 'חיי שעה'..... נעבעך...... אין איין ווארט: נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 20:52 לינק ישיר 

דייקן כתב:
אומזינסט, די ביזט יעצט אין אן הומאריסטישן גייסט, אדער די רעדסט ערנסט?

"דער איד" איז אין די לעצטערע יארן געווען אנגעפולט מיט די ערגסטע ארטיקלען אויף די גאנצע חסידות פון מהר"א און מיט די ערגסטע לשונות אויף מהר"א אליינס, און ס'איז געווען צייטן וואס מ'האט ממש געקענט זאגן "וואך איין וואך אויס". און אפילו וואכ'ן וואס ס'זאל גארנישט פארקומען עפעס אויסערגעווענליכע קריגערייען צווישן ביידע פארטייען.

ברם זכרו לטוב די בעלי בתים פון דער איד וועלכע האבן טאקע לעצטנס געמאכט גאר אסאך גוטע שינוים, הן אין די נייעס'ן, ארטיקלען וכדו', און האבן שטארק פארשענערט די גראפיק פונעם גאנצן צייטונג, (וועלכע דער בלאט האט אפילו לעצטנס אנגעהויבן נאכמאכן), און בעיקר אז זיי האבן געמאכט א שטארקן שינוי לטובה, און כמעט געמאכט אן ענדע צו די אלע האס ארטיקלען קעגן מהר"א וחסידיו, וועלכע א יעדע נארמאלע מענטש האט זיך געעקלט דערפון. אבער צו זאגן אז דער איד איז נישט געווען פול מיט האס אנטקעגן מהר"א איז ממש שקר במילתא דעבידא לגלוי'. (אויב די ווילסט קען איך צושטייטלעך אנהייבן אריינסקענען זייערע "וואך איין וואך אויס" העץ ארטיקלען, וועלכע איך גלויב אז די געדענקסט נאך גאר גוט).


אדרבה ואדרבה, אבער אין די זעלבע צייט סקען ביטע אריין אלעס וואס איז געשטאנען די זעלבע וואך אין בלאט. מסכים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 21:09 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין סאך נערוון עס צו טוהן. איך האב א צווייטע פארשלאג, פאר יעדן ארטיקל וואס איך שטעל ארויף פונעם איד, וועסטו ארויפשטעלן איינס פונעם בלאט, מסכים?
וירא הקהל וישפוט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 23:23 לינק ישיר 

איך האב נישט אין מיין באזיץ נישט קיין אידן און נישט קיין בלעטער. אז דו ווילסט דוקא אריינסקענען דעם איד, האב איך דיר געבעטן להשלמת הענין, לייג אריין דעם בלאט אויכעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2010 03:01 לינק ישיר 

מיין ציהל איז נישט דאס זיצן און סקענען, איך האב נישט קיין סאך נערוון דערצו, און איך באקום נישט באצאלט דערפאר, איך ברויך נאר דיין הודאה אז דער איד איז געווען אנגעפולט מיט האס ארטיקלען. איך האב נאר צוגעלייגט אז איך קען דאס טוהן, אבער אויב די ביזט צו מיר מודה איז דאך א שאד די ארבעט...

נאר וואס'זשע דען, איך האלט אז פאר'ן ציבור וועלכע האט דאס נאכנישט געזען בעפאר אדער גאר פארגעסן, וואלט גאר אינטרעסאנט געווען אז מ'זאל דא ארויפלייגן די אלטע ארטיקלען, סיי פונעם איד און סיי פונעם בלאט, וירא הקהל וישפוט, און דאן וואלט איך צו דעם מסכים געווען אז איך וועל לייגן איין איד ארטיקל, און די אדער א צווייטער זאל לייגן א בלאט ארטיקל א.א.וו. וירא הקהל וישפוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבותי ס'צורת! זייער איי. קיו. האט זיך אביסל געהויבן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext