עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז אין די צייט וואס די אהרוינים שעפן חיות און זיי אטעמען הייד פארק זיצן מיר דא נאר צו קענען זיין א קאנטער צו זייערע בליט טרינקעריי, עס האט זיך ארויסגעשטעלט איינמאל אין נאכאמאל אז זיי זענען פאר'עקש'נט צו טרינקן בליט דא טראץ דעם וואס מיר זענען נישט דא געווען און זיך געבעטן זיי זאלן אויפהערן וואשן די סאטמארע שמוץ וועש ברבים...
למעשה ווייסט יעדער אז מען קען זיי קיין ווארט נישט גלייבן ווייל אפילו שמעלקע בדחן באקט מעשיות אין דער בלאט איז דאס א פשטות אז רבי_יונה באקט מעשיות אויף הייד פארק.
עס איז בכלל נישט געקומען אויפן געדאנק פאר קיינעם דא צו שרייבן אז עס רינט נישט קיין בליט אין סאטאמר בנוגע די סיין פון USO קיינם האט נישט אינטערסירט צו ענטפערן אפילו נאר בקיצור אז די אהרוינים זען א בילד זיי ווייסן בכלל נישט וואס דאס מיינט, זיי שעמען זיך נישט א מינוט נאכן פרעגן אויף הייד פארק וואס פשט פון די "נייע ארגאניזאציע" תיכף א מינוט דערויף נאך פאר זיי ווייסן פשט, ווייסן זיי שוין אז ס'רינט בליט מ'רייסט זיך ביי די קעפ נידערמאן פאפא מענצער פרידעמאן, זיי שמירן נעמען און באקן פרישע סחורה, מיר ווייסן אז קיינער קויפט נישט זייערע לאקשן עס פעלט בכלל נישט אויס צו ענטפערן אויף אזא געבעקס.
די אהרוינים (סיי די וואס האקן אפען קעגן דער בלאט און סיי די וואס נעמען זיך אן לפנים דא ברבים) חזר'ן איבער צענדליגע מאלן אז די חפירות האבן זיך אויפגעהערט. מיר האבן אויף קיין מינוט נישט געטראכט אז עס פעלט בכלל אויס צו שרייבן דעם אמת אז ליידער גראבט מען נעבעך אינגרויסן. מיר האבן געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס.
דערווייל האב איך היינט אנגעטראפן א אהרויני, א ביסל א שטילער און איך בין געווען ערשטוינט זיך צו דערמאנען אז די אהרוינים גלייבן יא יונה'ס דמיונות. איך האב אים געפרעגט אויב ער גלייבט הייד פארק מעשיות האט ער מיר געזאגט אז ער האט דאס אליינס געהערט פון שלום לאנדא... איך האב אים נישט געפרעגט אויב שלום לאנדא שמעט זיך נישט צו מפרסם זיין אז ער ליינט הייד פארק...
דעריבער פיל איך הפעם א פליכט און כדי צו העלפן די אהרוינים מקיים זיין דעם מצוה לשמועה דברי חכמים און ארויסקומען צום פראטעסט וואס זייער דיין האט גערופן.
אהרוינים די חפירות גייען ליידער אן אויפן פולן שוואנג! יקתר איז סך הכל א שיק יונגל וואס נעמט איבער די אויסגעגראבענע עצמות מטעם די עדה החרדית און ברענגט זיי ארויף פון יפו קיין ירושלים צו קבורה. ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די גראבינגען האבן זיך אויפגעהערט. ס'איז נאך איינס פון יונה'ס פראסטע שקרים. לאזט אייך נישט קלאט מאכן פון עמלק...
נ.ב. איך גלייב אז קיין איין איינציגער אהרויני וועט סיי ווי נישט קומען, אבער איך דארף טון און נישט אויפטון.
אזהרה! המהדרין
תוקן על ידי המהדרין ב- 29/10/2010 18:48:11
נשלח ב-29/10/2010 00:17
סתם פאר אינטערעסאנטקייט. איך ווייס פון אסאך ארונים וואס זענען געגאנגען. עס איז טאקע נישט געשטעלט געווארן קיין צעטלעך מטעם הקהילה. אבער עס זענען געגאנגען
נשלח ב-29/10/2010 00:26
איך וויל באלד אדער מארגן ארויפברענגן אשכולות וואו מען קען טאקע זעהן אז עס איז נאר "אפצוענפערן" און "פארטיידיגן"... און דרך אגב. די פארום האט זיך געעפנט פאר אחים אנחנו האט זיך פארשפארט. ענק האבן זיכער געמאכט נישט צו בלייבן איין טאג אן א פארום...
נשלח ב-29/10/2010 01:00
פריינדליך כתב:
סתם פאר אינטערעסאנטקייט. איך ווייס פון אסאך ארונים וואס זענען געגאנגען. עס איז טאקע נישט געשטעלט געווארן קיין צעטלעך מטעם הקהילה. אבער עס זענען געגאנגען
ברוך השם. חיי שעה, האלט אן ווייטער, פריינדליך איז מעיד אז דיינע ווערטער טוען אויף!
נשלח ב-29/10/2010 07:03
וואו האב איך געשריבן אז עס איז א דאנק חיי שעה'ס ווערטער? חוץ אויב חיי שעה איז יצחק גליק פון התאחה"ר(אופס! סאררי. עס איז די זלונישע וועג פון לייגן ניקס אויף מענטשן. למשל ר' בנציו לאוב=FIVEBORO. מהר"א=ר' יענקל(איך מיין אז אנפאנג פון דעם פארום איז עס אמאל געשטאנען)שמואל ווידער=ר' יונה. וכו' וכו'
נשלח ב-29/10/2010 17:30
א שטיקל ליסטע פון ארטיקלען פון חיי שעה אליינס(דער פותח האשכול דא!!) וואס מען קען טאקע זעהן אז רובו ככלו זענען טאקע נאר ארטיקלען צו פארטיידיגן און געשריבן ממש די מינימום. קוקט אויף די לשונות. מען קען זעהן ווי ער שרייבט ממש ווי געצווינגען....און נישט ח"ו צו באשמוצן יענעם...(אנטשולדיגט אזויווי איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט א הייפערלינק. איז עס נישט קיין לינקס נאר נעמען)20 אשכולות אין קארגע 2 וואכן!!!!!!!
1)חלה דעק. געבן נישט אויף, פרישע פעלשעריי
2)ברוך... והבדלנו מהייד פארק, די גראבערייען אין יפו גייט אן
3)נעבעך אייך ר' געציל
4)רבותי ס'צורת! זייער איי. קיו. האט זיך אביסל געהויבן
5)ווען דער קליינער וואקסט אויף הייוון
6)חלה דעקל באצאלט פאר סאטמארע פלייש 14 טויזענט $
7)מודה על האמת: זיך מכניע זיין פארן פוסק הדור
8)וואס האבן די דעקלעך געלערנט פון די מתיבתא ראיאטן
9)קליפ: גרויסע הכנות דורך מתיבתא מאנרא פאר נייע באסעס
10)פשעווארסקע רבי גיבט רשות = שאקירענד:חתונה געקענסלט
11)טאג 2: בחורים געבן נישט אויף ווידערשטאנד
12)ערענסטע קלעפ ביים אסיפה פון ועד בית רבינו
13)גרעסטע, שענסטע, בעסטע, בּלַאַ בּלַאַ בּלַאַ
14)מזל טוב: י. ל. קאהן דערהויבן אין ראנג דורך די בחורים
15)סטעיט פאליס יעצט אין קרית יואל ישיבה!
16)אהרויניס העסליכע אטאקע קעגן אלכסנדר ישיבה
17)אומריען אין מאנדרא קאלעדש גייט אן
18)אנגעהויבן נייע זמן אין מאנדרא דשאנגל מיט גרויס הצלחה
19)גרויסע מעכטיגע באמבע רבי פירט נישט טיש
20)ראנג נאמבער צו "מצילי אש" דעקט אויף שוידערליכע שריפה
נשלח ב-29/10/2010 17:34
פארמעגליך'ס ארטיקלען איז סתם איידל "פארטיידיגט" און "אפגעענטפערט"...
און נישט פארגעסן די צונאמען וואס די זאליס האבן געגעבן פאר די ארונים. חלה דעקל. (וואס כינוי שם. נאכדערצו אויף א רבים איז מוראדיג הארב. אבער יעצט רעדט מען נישט פון די הלכה חלק) איז אויף נאר "פארטיידיגונג" און "נאר אפצוענטפערן"
נשלח ב-31/10/2010 18:12
איך גיי נישט אריין אין ווער סאיז אהרעלע יקטר וויל איך ווייס נישט אבער דעס וואס סגייט דא ארום אין זיין נאמען אז מגראבט נישט איז סטם א שקר אל גבי שקר קיקט וואס ער זאגט
......"בתגובה לידיעה אומר ארהל'ה יקטר מי שמזוהה יותר מכל עם המאבק במקום: "כואב יותר לראות שהרסו ופינו את הקברים ולא שהחומה קרסה. אני לא יודע אם יש קשר בין קללת המקובלים או התפילות שנעשו שם כי בשעת התפילות לא היה כלום". ...............
אין דעס וואס איינער האט געשריבן דא אז מזעט נישט קיין מוחים ווען די וואנט פאלט אראפ איז אויך שקר זיי האבן דא געהאט א קליפ דעמאלטץ ווי מזעט די מוחים
פריינדליך, לאמיר יא רעדן פון די הלכה חלק... כ'זע אז דאס באדערט דיר די עיקר. אוי וויי, מוציא שם זיין אויף א איד, און נאך דערצו א רבים, ווער רעדט נאך פון אזא רבים, דאס שענסטע און בעסטע, סלתה ושמנה, טאקע א אומדערהערבארע זאך.
קוקט אויס, דער ליינט נישט קיין בלאט און כל העולם, ווערט ער נעבעך אזוי צערודערט פון א צונאמען. זייער גוט. זאלסטו ווייטער אויך נישט קוקן דארט, ווייל ס'פול מיט די חברה. רחמנא ליצלן וואס א צונעמען ווערט צוגעגעבן דארט פאר אידן, ליצנות, הוצאת שם רע, ניבול פה, רציחה און שפיכת דמים.
קיפ איט אפ!
נשלח ב-31/10/2010 18:57
איך האב נישט געוואלט דן זיין אין אהרעלע יקטר נאר ווי ווייט איינער קען בויען א מעשה וואה האט נישט קיין שמץ אמת!
אמיגא. די נאמען רא"ט מיט ארון אין אמאל געווען ימ"ש(ביז עס איז געווען תקנות) און די ארונים רופן רז"ל הגז"ל. יעצט קאמפעיר...
די ארונים רופן די זאליס מצה טאש פאר איין סיבה וואס ענק האבן אליין געברענגט