בית פורומים כל העולם כולו

פראטעסט אין "יאפו" אין בעפארברייטונג צו "אר עף אר" פראטעסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/10/2010 17:45 לינק ישיר 
פראטעסט אין "יאפו" אין בעפארברייטונג צו "אר עף אר" פראטעסט

נעכטן, נאך וואס די פירנדע חברה אין אתרא קדישא האבן געליינט אויף היידפארק אז דער עולם האט זיך געכאפט אויף די קשיא, הלמאי מען מאכט הפגנות אין ניו יארק און אין אר"י זעלבסט איז שטיל? איז תיכף אראנדשירט געווארן אז 4-5 חברה פון אתרא קדישא וועלן אראפ-פארן קיין יאפו "מוחה זיין", און מען וועט שוין מאכן עפעס נייעס... עפעס וועט שוין זיין.

אנקומענדיג האבן זיי אנגעהויבן זיך צו בעטן מען זאל זיי אריינלאזן אינעווייניג אינעם שטח. פארשטייט זיך מהאט די נערווירנדע פארשיקט, אבער זיי האבן זיך אנגעהויבן ראנגלען. איין ארבעטער דארט האט זיך פארגלוסט צו מאכן שפאט פון זיי, האט ער זיי אנגעווארפן מיט די שריים פון זיינע עסן, ובתוכם דאס געביין פון א פארציע פלייש.

די ארבעטער האבן אפשר נישט פארשטאנען פארוואס די אינגעלייט זענען אזוי דערשראקן געווארן פון די פארציע אז זיי האבן געמאכט פליטה אויפן מינוט, אבער די סיבה איז געווען א פשוטע: די ציהל פון די היינטיגע כמו פראטעסט איז עררייכט געווארן. מען רופט אן אלע "קו'ים" (האטליינס) אין אר"י, און מען גיט איבער א "שאקירנדע ווייגעשריי", אז איינער פון די ארכילאגן האבן געשאסן "א ביין פון א מת אויף די מוחים" (פארוואס נישט?).

איז אזוי, צו אלעמען ערשט, ווער עס וויל קען אראפגיין און זיך איבערצייגן, אז די "ארכילאגן" זענען שוין נישט דארט ביים שטח פאר גאנצע דריי חדשים. דאס איז די פאקט! זייער ארבעט איז שוין לאנג פארענדיגט געווארן, און יעצט זענען דא דארט נאר קאנסטראקשן ארבייטער.

די ארכילאגן לאזן נישט נישט איבער אויף א פלאץ קיין איין איינציגער ביין. אויב יא ווערט אזא ארכילאג אויפגעזאגט. יעדער ביין דארף אנקומען צו די פלעצער וואו זיי פארשן דאס אויס (רח"ל) און לייגן עס אוועק. ווידעראום די "שטויב ביינער" וועלכע בלייבן פארמישט אין די זאמד, זענען שוין לאנג ארויסגעפירט געווארן און געקןמען לקבורה כדת וכדין אין א בית הקברות, דורך די נייע ועד פון הרב יאקטער. (א לאנגע שמועס פאר זיך, ליידער האב איך נישט די צייט יעצט).

עכ"פ, קיין ביינער פון מתים איז דארט נישטא מער.

אבער, פאר אתרא קדישא איז אזא שקר פון די מינימאלסטע טעגליכע שקרים.

אויף קול מבשר האט איר טאקע געקענט הערן נעכטן צופרי די שאקירנדע נייעס (...), און אזוי אויך אויף אלע קוים, זאגנדיג אז די אינגעלייט האבן מיטגעברענגט די ביין און מען גייט מאכן א מעמד קבורה.

שפעטער האט זיך אתרא קדישא געכאפט אז מען קען מאכן די מעשה בעסער, מקען זאגט אז דאס איז אראפגעפאלן פון די זאמד טראק, און אזוי ארום וועט דאך זיין פשט אז "אלע טראקס" זענען ווארשיינליך פיל מיט ביינער, און די ויצעקו וועט ווערן גאר גרויס, ווייל מען זעהט דאך קלאר אז מען גראבט יעצט פרישע ביינער און מען פירט דאס אפ מיט די זאמד. (איר האט אלעמאל געוויסט דערפון אז די ארכילאגן לייגן אריין די ביינער אין די זאמד טראקס? פון היינט און ווייטער וועט איר שוין וויסן).

דער בייפאל איז געגאנגען צו געבעקס, און ביינאכט האט מען שוין געקענט הערן אויף די האטליין פון די אר עף אר פראטעסט, וואו עפעס א אמעריקאנער נטורי קרתא איד גיט דארט איבער נייעס פון ארה"ק, דארט האט מען געהערט די נייע ווערסיע, אויסגעמישט מיט די אלטע.

דאס הייסט אזוי, די ארכילאגן האבן געווארפן א ביין, אבער דער ביין איז - זעהט אויס - נישט אפגעפונען געווארן, אבער שפעטער דערנאך האבן זיי אויפגעהויבן זאמד וואס איז אראפגערינען פונעם זאמד טראק און געטראפן דארט א ביין.

קיין בילדער פון די ביין האט מען נישט עספיעט צו ווייזן פארן ציבור, אבער היינט האבן זיי שוין געמאכט א פארהעלטנמעסיגד קבורה צערעמאינע (די ביליגע לצים וועלכע האלטן געשפאנט כלל ישראל!) און דער ציבור ווערט אויפגעפאדערט זיך צו האלטן אין שאק ביז נאכן פראטעסט ביי אר עף אר.

(מעגליך ארז די סיבה פון די שנעלע קבורה, פאר ווי-וואס-ווען, איז ווייל יעצט וועט מען קענען נעמען סיי וואסערע בילד פון א ביין, און מפרסם זיין אז דאס איז "געווען" די ביין ועלכע מען האט שוין באגראבן... לאמיר לאזן די דמיונות פאר די עקספערטס).



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 18:20 לינק ישיר 

עס איז אימגלויבליך וואס דא טוט זיך
כ'האב מיך געווינדערט נעכטן, נאכדעם וואס יעדער ווייסט אז מ'פראטעסטירט שוין נישט פאר א לענגערע צייט אין מ'גרובט נישט דארט
''האט מען פליצלונג געווארפן ביינער אויף די מוחים''
אין פינקט דא האט קיין איין א''ג חרדישע אדער ציוניסטישע וועבסייט נישט קיין בילדער אדער קיין ארטיקלען ''ווי אייביג''

עס שטערט קיינעם נישט די פראטעסט ב''ה
נאר ווייסט איין באשעפאר וואס זייער ציל דא איז
אויב די גאנצע זאך איז נישט מער ווי אביסל פראפאגאנדע איז א שאד די גרויסע געלטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 19:00 לינק ישיר 

צום שויטענען ווי זיי זענען איינגע'עקש'ט אז דער גאנצער עולם דא זענען בהמות. עס איז באקאנט די מעשה וואס סאטמאר רב פלעגט פארציילן אז א סוחר האט זיך געריסן מיט די רויבער אין וואלד און צום סוף האבן זיי אלע זיך גע'הרג'ער און ווען מען פרעגט פון ווי ווייסט מען וואס דארט איז געווען?  טאקע דאס איז די תירוץ.

קומט דא א לץ ער פארציילט אז אתרא קדישא האט אראפגעשיקט 4-5 חברה זאלן מאכן א אנשטעל... אויב אזוי פון ווי "ווייסט מר 5 בארא" וואס דארט איז געווען? די וואס זענען דארט געווען זענען דאך פון די אתרא קדישא שקרנים?!

אלס א קליינע תגובה פאר דיר מר 5 די שרייבסט מיט א פעסטקייט אז "יעדער קען זיך אליינס איבערצייגן" אז מען גראבט שוין נישט 3 חדשים" ווי אזוי קען יעדער זיך איבערצייגן אז מען גראבט נישט פאר 3 חדשים? נאך מער! עס איז דא א קארגע וואך אדער צוויי זינט די נייעס אז די וואנט איז איינגעפאלן דארט ביים ביה"ח. אין אלע צייטנוגען איז געשאטנען אז בשעת מעשה זענען געשטאנען מוחים דארט אויפן פאלץ און אז די וואנט האט געשטער די מוחים צוצוקומען צום ביה"ח און יעצט וועט זיין גרינגער זיך אריינצורייסן און טאקע יענעם טאג און א טאג דערויף איז געווען באריכטעט אלע זייטן אז די געשלעגן גייען אן אינם ביה"ח זעלבסט.

די מציאות אז ווען א הפגנה גייט אן פאר לענגערע חדשים ווערט דאס כסדר שוואכער איז א פאקט, לכבוד דעם האבן די מידיע סענטערס אויפגעהערט באריכטן טעגליך דערוועגן ווייל ס'איז אויס נייעס

איך האב שוין גענוג געזאגט (לכה"פ פאר די וואס ווילן וויסן די אמת, און איך האף אז אין זכות פונם קידוש ה' וואס וועט ארויסקומען פון דעם פראטעסט און די פחד וואס אזא פראטערסט ווארפט אויף די רעגירונג אין ארץ ישראל וועט ביישטיין פאר רבינו הקדוש מרן משולם פייש בן צירל)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 19:23 לינק ישיר 

נפל כתב:
קומט דא א לץ ער פארציילט אז אתרא קדישא האט אראפגעשיקט 4-5 חברה זאלן מאכן א אנשטעל... אויב אזוי פון ווי "ווייסט מר 5 בארא" וואס דארט איז געווען? די וואס זענען דארט געווען זענען דאך פון די אתרא קדישא שקרנים?!

די ביה"ח איז אין א ווייטע וואלד? לא ידעתי.

אלס א קליינע תגובה פאר דיר מר 5 די שרייבסט מיט א פעסטקייט אז "יעדער קען זיך אליינס איבערצייגן" אז מען גראבט שוין נישט 3 חדשים" ווי אזוי קען יעדער זיך איבערצייגן אז מען גראבט נישט פאר 3 חדשים?

1) זיי מוחל פרעג אתרא קדישא צו "די ארכילאגן" זענען דארט. (פרעג אבער שנעל בעפאר זיי ליינען דאס דא).

2) שיק אראפ סיי וועמען פון אר"י (דו האסט דאך גר'ער ידידים) ער זאל קוקן צו די ארכילאגן זענען דארט, אדער די קאנסטראקשן ארבייטערס ארבעטן שוין (עס גייט נישט צוזאמען - אויב דו ווייסט).

נאך מער! עס איז דא א קארגע וואך אדער צוויי זינט די נייעס אז די וואנט איז איינגעפאלן דארט ביים ביה"ח. אין אלע צייטנוגען איז געשאטנען אז בשעת מעשה זענען געשטאנען מוחים דארט אויפן פאלץ און אז די וואנט האט געשטער די מוחים צוצוקומען צום ביה"ח און יעצט וועט זיין גרינגער זיך אריינצורייסן

שקר!!
ברענג זיי מוחל
איין בילד ווי מען זעהט אינגעלייט ביים איינגעפאלענעם וואנט.
עס איז דא איין בילד - וואס איך האב דערווייל געפינען - פונעם צעבראכענעם מויער וואו מען זעהט א היימישן איד, און דאס איז הרב יאקטער.




די מציאות אז ווען א הפגנה גייט אן פאר לענגערע חדשים ווערט דאס כסדר שוואכער איז א פאקט, לכבוד דעם האבן די מידיע סענטערס אויפגעהערט באריכטן טעגליך דערוועגן ווייל ס'איז אויס נייעס

ווען איין רב אין אר"י זאל ווען קומען אדער לכה"פ בייסן גיין אויף א הפגנה, וואלטן עס אלע באריכטעט. אז עס קומען יעדע פאר טעג 5 אינגעלייט, מיינט אז עס איז מער נישט קיין מחאות.

איך האף אז אין זכות פונם קידוש ה' וואס וועט ארויסקומען פון דעם פראטעסט און די פחד וואס אזא פראטערסט ווארפט אויף די רעגירונג אין ארץ ישראל

די רעגירונג אין אר"י קומט נישט אריין דא אין בילד דוכט זיך, ס'איז א פראטעסט קעגן אבי ראזן.

וועט ביישטיין פאר רבינו הקדוש מרן משולם פייש בן צירל

אמן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 21:58 לינק ישיר 

איינער שיקן מיר א טרוקענע באריכט פין די פראטעסט מיט א בקשה כ'זאל עס מפרסם זיין

היינט נאכמיטוג וועלן פילע הינדרעטער צו גאר טויזענטער יודן (ווענד זיך אין...) פין כמעט יעדן עלטער פארזאמלען אויף א פראטעסט קעגן די RFR אפיסעס
אנגעבליך ציליב זייער שמיציגע ראלע אין די שרעקליכע חפירות אין יפו ביה''ח וועלכע איז ליידער פארגעקומען עטליכע חדשים ציריק
די פראטעסט וועלכע איז פאררופן דורך די זאליס פראקציע וועט פארקומען אי''ה היינט דאנערשטוג
טראץ וואס עס איז פארגעקומען דעם פארגענעם ווינטער אזופיל גרויסע אין קליינע פראטעסטן אין ווי באקאנט האט רביה''ק נישט געלאזט מאכען קיין אפטע פראטעסטן ,  אין האט גאר מרחק געווען די אויבער חכמים וועלן האבען דאס געטוהן, אין די גאנצע ראיון פון מאכען א פראטעסט איז געווען ממש די לעצטע מיטל,
אין טראץ וואס רביה''ק האט נישט געשיקט פראטעסטירן קעגן א יחיד,
אין אוודאי נישט אין א שטילע צייט ווען יעצט אויף דער מיניט גראבט מען שוין נישט ב''ה קיין קברים,  אין אפי' אין ארה''ק איז גענצליך שטול
וועט אבער די פראטעסט יא פארקומען ווי געשריבן.
לויט א פאראויס באשטומטע מאפע האט מען גענומען א פערמיט אפצושפארען ביז 6 עוועניו גאסען פין פארק עוו', ווי מ'וועט קענען שטיין ביז נאך די פארקינג לעין - ווי ביי יעדע פראטעסט
א ספעציעל קאמענד צענטער שטייט שוין דארט צו זיין גרייט אנצופירן אלע אויפגאבעס ווי אויך זענען שוין אראפגעשטעלט געווארען די הינדערעטער בית הכסא'ס פאר די פולע באטייליגטע, מיט נאך פולע איינרוכטינגען פאר די באקוועמליכקייט פין די פולע באטליגטע ביים עצרת
אז מ'רעדט שוין איז כדי צו באמערקן
די פראטעסט ברענגט אויף מאדנע געדאנקען פארוואס עס קומט נישט פאר ביים ציוניסטישען קאנסולאט ווי אייביג, נאר דוקא ביי די RFR הויפטקווארטיר
מאנכע ווילן זאגען אז זיי ווילן נישט יעצט בכלל מאכען א טעמע פין ציונים - דארט ווי זיי האבען ליידער אפיציעל אנערקענט איז זייער אפיקורסישע חוקים אין געקלאגט די סאטמאר מוסדות אין ציוניסטישען בית משפט, נאר ענדערש זיך קאנצערירן אויף די חפירות בפרטיות.

אלע בחורים פין זייער ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה וועלן פארשטייט זיך פארמאכען די גמרא'ס ווי אויך די כולל יונגעלייט
צו גייען אויפן רוף פין זייערע פירער צו די פראטעסט
נאכדעם וואס די בחורים ארבעטן שוין די גאנצע וואך פאר די פראטעסט ארום דעם זייגער פשוטו כמשמעו
ווי אויך וועלן די קליינע קינדער אהיים גיין פין חדר פריער ווי געווענליך - ווי די צעטליך באהויפטן אויף אלע באסעס, כדי די באסעס זאלען זיין פריי אויף נאכמיטוג
די גרעסערע קינדער וועלן אויך אהיימגיין פריער ווי געווענליך כדאי אויב זייערע עלטערן ווילן זיי מיטנעמן אדער אויב זיי וועלן העלפן די עלטערן קומען.

די ארגענזירער האבען פארלייגט די גרעסטע כוחות אז עס זאל זיין די מאקסימום באטייליגונג
זיי האבען אפי' אין א זעלטענע שריט גענומען א אפיציעלע צד אין באבאווער מחלוקה אויף א אופן וואס קיינער האט נאכנישט געטוהן ביז היינט 
כדי אזוי וועט די צד פארוועם זיי נעמען זיך אן קומען צו די פראטעסט (מאנכע קוועלער גיבן איבער אז זיי האבען פארלאנגט אז זייער רבי שליט''א מיז  אויך קומען, כ'האב עס אבער נישט באשטעטיגט דערווייל)
טראץ וואס די באבווער רבנים ז''ל  פלעגן זיך נישט באטייליגען - אלס רבי, אין נישט שיקען די חסידים, בפרט אין די לעצטע 20 יאר

ווי אויך האט נאך א חשוב'ע אדמו''ר שליט''א לאוי''ט מסכים געווען צו מאכען דא א אויסנאם נאך הפצרות פין די ארגענעזירער וועגן געוויסע סיבות, טראץ וואס זיי באלאנגען צו די קרייזען וועלכע פלעגן נישט קומען צו די פראטעסטן ווער ער אבער דא יא לאזען אויסרופן אז מ'זאל גיין - אבער ער אליין קען זיך אין וועט זיך פארשטייט זיך נישט משתתף זיין כידוע

די ארגענעזירער האפען אז די בילדער וועלן ברעכן א רעקארד פין א זאלי מאורע, אין מ'וועט עס קענען ארומשיקען אין לייגען אויף די דעקלעך פין אלע מאגעזינען, ווי אויך וועט מען עס קענען שיקען פאר די גאנצע יודישע מידיע אין לייגען קליפס אויף יו טוב ווי אייביג.
קוועלער מעלדן אז מ'וועט נישט לייגען קיין אויבן אן אויף א סטעיזש טראץ וואס זיי האבען פארלייגט גרויסע כוחות צו ברענגן די מאקסימום רבנים ודיינים,  אין געזאגט פאר די רבנים אז אויב מען קומט נישט איז עס געטשעפט מיט התאחדות.
ציליב דעם וואס א אויבן אן אין די הייעך קען שעדיגען די פיקטשערס אין ווידיא'ס, וואס איז א שטארקע ציל (לויט קוועלער: לכאורה די איינציגסטע) אין די גרויסע פראטעסט
ווי אויך האט מען באשטעלט א שטאב מיט פאטאגראפירער וועלכע וועלן כאפען פאזיציעס אויף דער ערד אין פין די הייעך צו האבן פין אזא ברייטע אויסוואל געלונגע בילדער.

די ארגעזירער פארלייגען געוואלדיגע כוחות, צו ברענגן די מאקסימום עולם צו די פראטעסט, אריינגערענט זאליס, בני יואל, כו'
זיי אנערקענען נאך א פראבלעם, ווייל ביי יעדע פראטעסט איז די גאנצע גאס הייס אין שטורמיש ווען מ'הערט טעגליך די שוידערליכע באריכטן פין ארה''ק,מ'ברענגט בילדער פין שוידערליכע אכזריות, געגרויבענע עצמות וכו',  אבער יעצט איז ב''ה די לאגע אין ארה''ק שטול, וואס נעמט אוועק די עיקר גורם וואס ברענגט אייביג די גרויסע ציבור צו פראטעסטן.
ציליב דעם פראבירט מען אנצודרייען פאלטשע רידערייען אין מעשיות כאילו די ארונים שטערן די פראטעסט, אין אז די פראטעסט שטייט זיי ווי א דארען, האפענדיג אז דאס וועט טרייבן דעם עולם צו די פראטעסט, גלייבענדיג אז דאס וועט געבן די ריכטיגע היץ אז דער עולם זאל  זיך באטייליגן.

עס איז צום האפען אז דער פראטעסט וועט ברענגן א כבוד שמים {אויך}, אין וועט ציפרידן שטעלן די ארגענזירער.
אין זאל שוין נעמען א ענדע די גזירות נגד הדת בארה''ק בהתגלות כבוד שמים עלינו

מי לד' אלי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פראטעסט אין "יאפו" אין בעפארברייטונג צו "אר עף אר" פראטעסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext