קרעדיט היראים, היראים'ס תשובה פאר חיי_שעה איז מהרז''ל ווייטער בועט באביו?
יעדער געדענקט די מיסע טעראר וואס די הייליגע קהילה תולדות אברהם יצחק איז דורכגעגאנגען ציליב דעם וואס זייער רבי שליט''א האט נישט געוואלט משנה זיין אכסניא, ע''פ פסקו פין זייער רב הגאון ר' מאיר בראנסדארפער ז''ל
די תוא''י רבי שליט''א פלעגט יערליך איינשטיין ביי דעם בונה ומקים עולמות של תורה הרה''ח ר' יצחק ראזענבערג הי''ו מראה''ק דקיט''ל אין ציליב דעם וואס ר' יצחק האט געהאט די חוצפה פין נישט גיין אין שפאן מיט ר' זלמן מעידאף אין זיינע שותפים צו גנבנ'ן די בעלות פין גאנץ סאטמאר אין האט נאך געהאט די ''חוצפה'' פין שיקען א הזמנה פאר די גזלנים, אין נאכען מסרב זיין גערופן אין קארט מיט א היתר בי''ד בכתב, ציליב דעם האבען די זאלי'ס אים טעראזירט מיט אלע זייערע אלטע טאקטיקען, מ'קען ארויסגעבן גאנצע ביכער צו באשרייבן ווי נידריג די ר' זלמן מעידאף'ס גרופע האבען געארבעט קעגן די ראשי הקהילה - דאס איז נישט די טעמע יעצט
איינס פין די זאכען איז געווען אז זיי האבען אן ערפאלג פראבירט איז אראפמאלען ר' יצחק ווי דער מסור יוסל וואלדמאן אליינס, יעדע וואך געלייגט גרויסע עדס אין דער איד מיט עקעלדיגע לשונות קעגן אים וכו' כו'
אין ווען ס'איז געקומען אנפאנג ווינטער ווען דער תולדות אברהם יצחק האט אפגעהאלטען זיין יערליכע באזוך אין אמעריקע האבען זיין געלייגט אבנארמאלע דרוק אויף אים ער זאל משנה זיין אכסניא - א קעגן די הלכה, דער תוא''י רבי שליט''א האט עס דעמאלטס דן געווען מיטן הגאון רבי מאיר ז''ל, נישט וועלענדיג ווערן פארמישט אין די סאטמערע מחלוקה, ווי פארשטייט זיך האט רבי מאיר געזאגט אז ר' יצחק האט נישט קיין שום דין פין הולך בערכעות אין דער רבי שליט''א קען נישט משנה זיין אכסניא. עס מיז באצייכענט ווערן אז דער תולדות אברהם יצחק רבי האט קיינמאל נישט גענומען קיין שטעלע אין די סאטמארע מחלוקה, אין האט פראבירט צו שטיין ווייט דערפון. למעשה האט זיך אנגעהויבן די טעראר קעגן תולדות אברהם יצחק אויפן העכסטן פארנעם, אנגעהויבן מ'האט אים נישט אריינגעלאזט צו רבי'ן בעל ברך משה, ווי ער פלעגט אפהאלטן די ערשטע אנקומענדיג אויף וויליאמסבורג, מיטן אויסרייד אז ער וויל אים נישט אויפנעמען ווייל דער תוא''י רבי וויל נישט משנה זיין די אכסניא (א מיטל וואס זיי האבען געניצט אפי' קעגן די אייגענע קינדער פין רבי'ן ז''ל ה''י- ווי באקאנט), דערנאך אים ג'קענסלט די זאל ווי ער האט געדארפט פראווען די שבת ממש די לעצטע מיניט, נישט ארייגעלייגט די עדס אין דער איד וכו' כו' די סוף געדענקט יעדער איינער, ער האט געפראוועט אין ראוז קעסיל א הערליכע שבת אין זינט דעמאלטס האלט תולדות אברהם יצחק אפ הערליכע שבתים אין וומ''ס ווי קיינמאל נישט בעפאר אפגערעדט פין די מסיבה פאר סאטמארע חסידים דורכ'ן סגן ראה''ק וועלכע האט שוין געשאפען שווערע טויזענטער פאר די הייליגע עדה קדושה על טהרות הקודש
לעצטנס האט דער מעידאף אבער געזעהן וויאזוי ער קוקט אויס, ער האט א פנים פין א נעגעטיווער שטריק נישט קיין באזוכן אין נישט קיין רעספעקט, ווי זיין מנהל האט זיך אויסגעדריקט אפי' ביי די אייגענע חבורה. האט ער איינגשפאנט זיין שטאב אין פראפאגאנדע אויפצוארבעטן זיין פרעסטיזש איינס פין די צילן איז געווען דאס רופן דעם תולדות אברהם יצחק רבי צו מהרז''ל ער זאל קומען באזוכן, מ'האט אים געאפערט די זאל, אין ציגעזאגט אז מ'גייט אננעמן די עדס (כאילו ער דארף עס נאך), וכו כו' דער תולדות אברם יצחק רבי שליט''א וועלכע האט קיינמאל נישט געזיכט זיך צו שלאגען מיט די זאלי'ס, האבען נישט געקוקט אויף די אלע רדיפות אין געקומען באזוכן דעם שטריק אין זיין הויז, אין פארשטייט זיך אז די זאלי'ס האבען מקיים געווען די פקדתו שמרה, ארומגעשיקט צו די מאגעזינעגן אין געלייגט אויף זייער וועבזייטלעך וכו' ער האט אפי' אריינגלייגט א האלבע פעיזש אין דער איד (כ'בין נאכנישט נאכגעגאנען אויב ער האט בכלל געדארפט באצאלען דערפאר), אלעס כדי צו ריינוואשען זיין פרעסטיזש אין ווייזען אז ס'דא רבנים וואס קומען אים 'אויך' באזוכן.
פארשטייט זיך, קיינעם שטערט עס נישט, ער מעג גיין ווי ער וויל, די איינציגע קשיא בלייבט נאר אויב האט דער ברך משה ז''ל נישט געוואלט אויפנעמן די תולדות אברהם יצחק רבי ווייל ער שטייט איין ביי ר' יצחק, דאן, מיט וואס פאר א היתר האט מהרז''ל אויפגענומען דעם תולדות אברהם יצחק רבי טראץ וואס זיין טאטע ז''ל האט אים דאך קלאר נישט געוואלט אריינלאזען אין שטוב (ע''פ שיטתו) מיט וואס פאר א חוצפה טרעט ער אויף זיין טאטען'ס הוראות?
(במאמר המוסגר: עס איז צו האפען אז א ספין פין חי שעה וועט נאכפאלגען צו פארענטפרן)
 |
|
|