"חיי שעה" דעליווערט חיי שעה: קרתא מחאות אפגעשטעלט
אין א פרישע פורים תורה היינט אווענט, האט הניק המרומם מגדולי ליצני הדור "חיי שעה" יר"ה מחדש געווען, אז די סיבה פארוואס מען פראטעסטירט נישט אין יפו אין ארץ ישראל, איז ווייל די מערכה ווערט נאטורליך אפגעשוואכט, צוליב איר אלטקייט, פונקט ווי מען זעהט ביי די קרתא פארקינג לאט, וואס טראץ וואס די חילול שבת גייט נאך יא אן, גייען די מחאות מער נישט אן.
ושלשה תשובות בדבר:
1) ביי קרתא איז נישט שייך אנצוגיין ביזן ענדע אזוי ווי ביי יפו. ווייל גראבונגען איז א זאך וואס ענדיגט זיך אמאל, און ביז ווילאנג עס איז נאך אינדערמיט איז נאך שייך מוחה צו זיין, משא"כ חילול שבת, וועלכע קען חלילה זיין ענדלאז, און עס איז נישט מעגליך אנצוגיין וועכנטליך מיט מערכות.
2) לאמיר זאגן אז ביי יפו ווערט יא די מערכה שוואך פאר די זעלבע סיבה ווי ביי קרתא, ווער זאגט אז אין א צייט ווען די בני אר"י האבן שוין אויפגעגבן די מערכה און איינגעזעהן אז מען האט יוצא געווען, מוזן מיר דא אין ווייטן נוי יארק ארויסגיין אין די טריפהנע מאנהעטן מאכן א פראטעסט, אזא וואס האט נישט מיט ציוניזים און אדרעסירט בלויז די איינע אישו אויף וועלכע די קרובים אל החלל האבן שוין - לדבריו - ווי-אויפגעגעבן? ווען האט מען שוין געזעהן אזא זאך ביז היינט?
3) והוא העיקר. די גאנצע געביידע איז א שקר, ונסתר היסוד ונפל הבנין.
בלויז דריי וואכן צוריק שבת קודש נאכמיטאג, איז אפגעהאלטן געווארן א פראטעסט קעגן די חילול שבת!
און נישט דורך אפאר איזאלירטע אינגעלייט, נאר עמטליך פארופן מיט מודעות פון די "עדה החרדית"
אט איז די מודעה פון 3 וואכן צוריק פרשת נח:

קען מיר אפשר הרב 'חיי שעה' (שמו נאה לו) אפירברענגען אזא מודעה אין די לעצטערע וואכן צו גיין קיין יאפו - א מערכה וועלכע איז פיל פיל אינגער פון די קרתא מערכה?!
========
להערה בעלמא: דער א"ד פראטעסט איז פארופן דורך די עדה, און טאקע דוקא "נישט" דורך די סיקריקים פון אתרא קדישא, וואס דער סימן איז ניכר אין די סעיפים א', ב', ד', אינעם מודעה ביים באקסל, וד"ל.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 01/11/2010 05:38:29
 |
|
|