מארגן קימט פאר קריטישע וויכטיגע וואלן אין גאנצן לאנד אין אזוי אויך אין ניו יארק ווי סלויפן אלע סענאטר'ס אין קאגרס זיצן פין ניו יארק אין אזוי אויך פאר גאווענער מיט נאך.
סאיז איבער הויפט וויכטיג אין ק"י ווי סאיז ליידער דא א ווערטשאפט וואס איטערדריקט זייערע קעגענערס זייער מיס אין ניצן אויס טאקע די הישתדלות אקעגן אייגענע ברידער'ס איז זייער וויכטיג צי ווייזן פאר די פאליטישע גאס אז דא איז דא א ציבור אין זיי זאלן זיך טאקע צישטעלן אין העלפן יעדעם איינעם אן אויסנאם צי איז עס די VILLAGE אין צי איז עס אנ"ש.
סהאט זיך אויס געשטעלט אין די לעצטערע יארן אז די בהערדע פין די VILLAGE טיען פארבירן צי ווייזן פאר די גאס אז די שטאט איז מיט זיי למשל זיי זאגן כסדר פאר אלע פאלעטישנס אז די אלע מענטשן וואס קימען נישט ארויס שטימען איז א סימן אז זיי זענען צופרידן מיט די מהלך פין די VILLAGE צילוב דעם קימען זיי נישט ארוס שטימען אין אזוי ווייטער ממילא איז זייער וויכטיג ארוס ציקימען אין די מאסן שטימען פאר די קאנדידאטן וואס זענען געווארן באשטימט ביי די ערליכע עסקנים פין די איחוד הקהילות אין ק"י.
מאנכע מענטשען טענען עה וואס מאכט מיין שטימע אויס אונז געווין מיר סייווי קיינמאל נישט די ארונים האבן אסאך מער זאלט איר וויסן אז האט א גריוסע טעות די עיקר ביי די וואוטס איז צי ווייסן פאר די פאליטשענס אז אונז שטימען נישט מיט-מיט די טאמענע ווילדיזש און נישט ווי זיי רעדן איין פאר יעדעם איינעם אז די גאנצע שטעטל איז מיט זיי. ניין ניין אונז וועלן נישט נאכלאזן אין מיט כח הרבים ארויברענגען א בלאק וואוט וואס וועט ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן אי"ה. במילא טייערע אידן תושבי קרית יואל יעדע שטימע ציילט מאכט זיכער אז איר מיט די בני בית גייען אלע ארויס מארגן שטיצען די קאנדיטאטן וואס איחוד הקהילות אינדארסירט. ובשם השם נעשה ונצליח!
SATMARnias:Tomorrow important Elections,- Williamsburg all Democrat line -KJ. Sample From The Ballot From The KJ Alliance http://twitpic.com/32zhd5