בית פורומים כל העולם כולו

קרית יואל איינוואוינער: לא עת לחשות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/11/2010 18:56 לינק ישיר 
קרית יואל איינוואוינער: לא עת לחשות

ווי יעדער ווייסט קומט היינט פאר די מידטורם וואלן איבער די פאראייניגטע שטאטן. איבער אמעריקע איז די וואלן מער ווייניגער באזירט אויף פאליטיק און פאליסי, אבער אנדערש איז דאס ביי אידן ישרא' גוי אחד, ביי וועלכע די וואלן איז באזירט אויף איש את רעהו יעזרו, און כ"ש וכ"ש אין דער סאטמאר'ער שטאט קרית יואל וועלכע איז אנגעוויזן אויף רעגירונגס הילף אויף טריט און שריט בפרט ובכלל, און אפגערעדט די היי יאריגע וואלן וועלכע קען האבן גאר א ווייטגרייכנדן אפעקט אויף לאנגע יארן ווי שפעטער ארויסגעברענגט.

 

אויב פאר דעם חרד'ישן ציבור בכלל ברויך מען מסביר זיין דאס וויכטיגקייט פון גיין שטימען ווען בלויז געציילטע מינוטן לאזט איבער פינגער אפדריקן פאר יארן שפעטער, איז דער געשיכטע אין קרית יואל גענצליך אנדערש. ווען תושבי קרית יואל געבן זיך א דריי אויף צוריק, זעהט מען אונטער זיך לאנגע יארן פון אן א שיעור רעגירונגס הילף וואס רעכנט אריין מיליאנען דאלארן אין מתנות, מיליאנען דאלארן געשפארט פאר תושבי קרית יואל, צענדליגע און הונדערטער געהאלפענע אין צייט פון נויט אדער נאך ערגער, וואס בדרך התבע זעהט מען נישט עפעס אנדערש ווי דער קרית יואל בלאק וואוט, די כח הרבים פון די קרית יואל איינוואוינער וועלכע האבן דאס געברענגט.

 

פאר קרית יואל איינוואוינער ברויך מען גענצליך נישט מסביר זיין בפרטיות וואס דער כח היחיד פון יעדן איינציגע שטימע האט געברענגט פאר קרית יואל. בלויז מיטן נעמען דעם מוסד הקדוש שערי חמלה די סקול דיסטריקט אויפן פאפיר, שטעלט זיך ארויס אז דאס האט שוין געשפארט אין שטייערן פאר תושבי קרית יואל אריבער פופציג מיליאן דאלאר! מען גיט זיך א קוק אום אויפן מולטי מיליאן דאלאר סוער פלענט וואס אן דעם וואלט דער בליה ח"ו זיך אפגעשטעלט, בלויז אין די לעצטע פאר יאר די מיליאנען פאר די סיידוואקס וואס קרית יואל שטייער צאלער וואלטן דאס געברויכט פינאנצירן, און צענדליגע מיליאנען גרעסערע און קלענערע גרענטס דירעקט פאר תושבי קרית יואל שאי אפשר לפורטם כי רבים הם ווי יעדער איז באקאנט.

 

דאס אלעס איז געזאגט געווארן איבערן כח היחיד פון תושבי קרית יואל בכלל, אבער ווען מ'גיט א בליק אריין אין די היי יאריגע וואלן, זעהט מען פאר זיך א שרעקליכער בילד.

 

פאר די לעצטע צוואנציג יאר סערווירט סענעטאר ביל לארקין אלס דער פארטרעטער פון דער 39'סטער סענאט דיסטריקט אין ניו יארק, פאר תושבי קרית יואל וואס זענען באקאנט איז גענצליך איבעריג ארויסצוברענגן וויפיל לארקין איז געשטאנען צו הילף פאר קרית יואל ווי נאר מעגליך. טראצדעם וואס עס איז אין די לעצטע פאר יאר געווארן אן 'עבירה' צו העלפן קרית יואל, האט לארקין זיך נישט געקימערט דערמיט, און ווייטער אנגעהאלטן זיין נאנטן פריינדשאפט.

 

זעענדיג אז ער האט גאר שוואכע שאנסן צו געווינען דעם אינקאמבמענט לארקין, האט הערלי דאולס, דער דעמאקראטישער קאנדידאט פארן סטעיט סענאט, ארויסגעלאזט א שארפער אנטי קרית יואל קאמפיין, וואס דערמיט האפט ער צו געווינען דעם פארמעסט, ארויסברענגענדיג אז מען ברויך אנידערשטימען לארקין צוליב זיין הילף פאר קרית יואל!

 

הסברים זענען גענצליך איבעריג אז מען זאל ברויכן מסביר זיין דעם סכנה אויב לארקין פארלירט ח"ו, 1) קרית יואל וועט חלילה פארלירן א גאר נאנטער פריינט, 2) דאס וועט ח"ו אנווייזן פאר די פאלאטישאנס אז מיטן העלפן קרית יואל דערלייגט מען חלילה, ותוצאותיו מי ישירנה.

 

אלזא, קיינער קען זיך נישט איינרעדן אז 'דאס מיינט נישט מיר, איך האב וויכטיגערס צו ערלעדיגן', די היסטאריע האט געוויזן אז מענטשן וועלכע האבן קיינמאל גע'חלום'ט פון ברויכן ניצן הילף, האבן ליידער געברויכט צוקומען דערצו צו פאר זיך אדער פאר זיינע באקאנטע און קרובים. אלזא, אפילו פאר א ספק פון העלפן אן אנדערן איד מאחינו בני ישרא' קענט איר דען בלייבן מיט פארלייגטע הענט? נאך דערצו ווען מען רעדט דא ווייט נישט פון א ספק?! צו קענט איר זיך דען פארשטעלן וויפיל אידן האבן בעזהשי"ת 'נישט' געברויכט צוקומען צו הילף, טאקע צוליב דעם קרית יואל כח הרבים אין וואס קיין ערוויילטער פארזאן וויל זיך טאקע נישט אנטשעפענען, אבער בלויז אזוי לאנג ווען ער איז פארזיכערט אז ער גייט נישט דערלייגן דערפון?!

 

יא, ווען א קרית יואל איינוואוינער וועלכע ניצט אויס זיין כח היחיד אין די טאג פון די וואלן, און געניסט פון סיי וועלכע פראדזשעקטן וואס די ערוויילטע פאלאטישאנס האבן צוגעשטעלט, קען ער דאנקן השי"ת אז ער האט געהאט א חלק דערין.

 

רבותי, די היינטיגע וואלן איז די רעדע נישט בלויז איבער די איצטיגע קאנדידאטן, דא רעדט זיך פון א שטמעפל אויפן עתיד פון קרית יואל בכלל אויף לאנגע יארן! מיר קענען נישט בלייבן אינדערהיים, מיר קענען דאס נישט פארשפילן חלילה, יעדע איינציגע שטימע איז 'קריטיש' וויכטיג פארן עתיד פון יעדן יחיד. לא עת לחשות!

 

היי יאר האט מען ב"ה מוסיף געווען אין קדושת העיר, וויבאלד מען ברויך נישט שטיין אין די רייע בתערובות ביים אפגעבן די שטימען. מען האט איינגעשטעלט אז נאכן אונטערשרייבן ביים טישל, זאלן די מענער אויספילן דעם קארטל ביי די טישן אויפן רעכטן זייט פונעם זאל, און די פרויען ביים לינקן זייט פונעם זאל, און די זעלבע ביים סקענער מאשין וועלן זי מענער ניצן דעם רעכטן און די פרויען דעם לינקן.

 

עס איז דא צו באקומען דעם "קרית יואל בלאק וואוט" סעמפעל בעלאט פונעם קרית יואל וואל קאמיטע פארענט פונעם וואל ארט אין בנין קרן ויואל משה.

 

טראצדעם וואס יעדער האט גענוג וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן איבערן קאפ, האט די וואל קאמיטע געבעטן אז מען זאל זיך אנשטרענגן צו אפגעבן דעם שטימע די פריעסטע וואס מעגליך, כדי אומפאראויסגעזעענע לעצט מינוטיגע מניעות זאלן נישט זיין דער אפהאלט פון די שטימע פון יעדן איינציגן יחיד

 דער זכות פון ארויסהעלפן א צווייטן איד וועט זיכער ביישטיין פאר אייך און פאר די משפחה, ובשם השם נעשה ונצליח.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2010 21:03 לינק ישיר 

איך וואלט אויסגענוצט דאס פלאץ דא זיך צו באדאנקען פאר די וואהל קאמיטע פון אנ"ש, פארן אנפירן אזא הערליכער רואיגער און פאזיטיווער קאמפיין, וועלכע האט זיך אנגעהויבן מיט ווייניגער ווי א וואך צוריק, און ערהאלט נישט קיין שום שטעכעדיגע אטאקעס קעגן קיינעם, נאר אנשטאט קלערט מען אויף דעם ציבור איבער די וויכטיגקייט פון ארויסגיין שטימען אין די וואלן, כמשמעו.

דאס איז אין קעגנזאץ צו די שמוציגע און עקלהאפטיגע נעגאטיווע מערכה וועלכע גייט שוין אן ביי די זאליס\בני יואל פאר עטליכע לאנגע וואכן, וואו זיי גייען אן מיט שמוציגע אטאקעס אקעגן אנשי שלומינו און אונזער קהילה, אנפילנדיג די פאסט קעסטלעך פון זייערע מענטשן מיט הייסע פולווער.

אונזער עולם איז זייער צופרידן אז אונזערע קינדער ווערן נישט ווידעראמאל אריינגעשלעפט אין א מלחמה צושטאנד, און מען לאזט די לופט רואיג און געזופט, לויטער און ריין.

אשרינו שזכינו לכך, ואשריכם העסקנים אז איר האט גענומען דעם ריכטיגן וועג.

כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי נאם ה'.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/11/2010 21:10 לינק ישיר 

הכרת הטוב איז א וויכטיגע זאך
דאכט זיך מיר אז די עסקנים פון קרית יואל זענען אין דעם חלק די נארמאלסטע עסקנים
זיי זוכען נישט קיין קעפלעך אין צייטונג אין בילדער מיט פאליטישאן'ס נאר תכלית



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2010 21:16 לינק ישיר 

ממש א גרויל ווען מען גוט זיך א קוק אום איבער די פאנטאזיעס און קאנספיראציעס פון די קעי.דזשעי. אלייענס פאשקעווילן וואס זיי האבן זיכער געמאכט אז אנשי שלומינו זאלן זיך נישט אויך הנאה האבן דערפון.

ווען זיי זאלן ווען שרייבן אז פרעזידענט בוש האט אונטערגעשטעלט די 9-11 אטאקעס, וואלט דאס שוין געווען די נארמאלסטע ארטיקל.

וואס וויסטע קנאה שנאה קען אלס נישט צוברענגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2010 23:07 לינק ישיר 
הייסע "אידן רעפערענדום" !!!

עס איז גארנישט קיין וויץ.

איך האב יעצט באקומען אין אימיעל בילדער פון די סיינס וואס ווערן ארויסגעשטעלט דורך די קעגנער קאנדידאטן וועלכע קאפיינען שארף קעגן לארקין, אלס זיין "הארבן חטא" פון: העלפן קרית יואל!







רבותי!! היינט קומט פאר א אידן רעפערענדום אין מאנרא!!!

(איך האב באמת זייער מורא וואס די אויסגאנג וועט זיין!)

און: אויף וועלכע זייט שטייען די פאר_אלטענע זאליס?? פירט אליינס אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/11/2010 23:56 לינק ישיר 

קרית יואל וואהלן

אכטונג

די עסקנים וואס שטייען אפן ארט פון די וואהלן גיבן איבער אז די זאלי'ס אין בני יואל ברענגען ארויס זייער עולם אין די מאסן מקטן ועד גדול, מענער און פרויען זקנים עם נערים, "לעבעדיגע מיט טויטע" זיי נעמען די יעצטיגע וואהלן זייער פערזענליך!

זיי האבען ארויסעגשיקט באסעס פין קווינס ישיבה פין בחורים וואס זייערע עלטערן וואינען אין קרית יואל, אין פין וואס וואינען נישט וד''ל

רבותי:

מיר מוזן שוין פארשטארקערן אונזער כח קומט שוין ארויס צו די שטימען און גיט אפ אייער שטימע פאר די קהל אינדארסירטע קאנדידאטן

לא תעמוד על דם ריעך

זייט נישט קיין צועק לשעבר אז מען האט געקענט אויפטון

טוט יעצט

קרעדיט: דער אקס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 00:08 לינק ישיר 

מ'בעט די עולם סיי אין ברוקלין אין סיי אין קרית יואל
מ'זאל זיין געווארענט וועלכע בעלאט'ס מ'נעמט
אזווי די זאלי'ס האבען נאכגעמאכט די בעלאטס פין אנ''ש
מאכט זיכער צו שטומען פאר די קאנדידארטן וועלכע זענען אינדארסירט דורך די לאקאלע עסקנים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 00:12 לינק ישיר 
TOday in KJ Credit: AP





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 00:46 לינק ישיר 

Message from Shulem Deutch
 
Take a couple of minutes and have a חלק in חסד and הצלת נפשות year round
My dear friends:

I know that all of you get tired every election day when once again you get bombarded that "THIS TIME" its "REALLY" crucial to get out and vote, same old shpiel every year.......
 
So I will be open with you and state very clearly....
 
ITS CRUCIAL FOR ALL OF US TO COME OUT ONCE OR TWICE ANNUALLY TO VOTE
 
Every election is crucial, I know its a hassle, but there is no choice, votes is the currency in American politics and if we want to have our political clout we need to come out and vote on EACH AND EVERY ELECTION DAY.......
 
Y do we need political clout??
- Our families, neighbors, friends and just general heimishe yiden need help with social service programs to get through the day.
In today's economy most of our community can not survive without some form of government assistance.  Be it section 8, Medicaid and food stamps.
 
- There are unfortunately lots of heimishe  yiden with health problems and their families can not survive a day without SSI monthly payments.
 
 
- Unfortunately there are heimishe yiden in various prison systems, they need help to get kosher food, releases for holidays and family occasions when at all possible and in general try to help them get whatever assistance possible to make their life in the prison system as tolerable as possible under the circumstances.
 
- There are many other instances when individuals need government assistance...
 
Our community's political clout is crucial to help our communities in general and individuals in particular.
 
When you take the time to come out and vote you have a חלק in all the help provided year round for all of the above, its a zchus hurabim.
 
PLEASE MAKE SURE TO COME OUT AND VOTE, SEND YOUR WIFE, PARENTS & ADULT CHILDREN TO VOTE.
 
EVERY VOTE COUNTS, PLEASE DON'T TAKE IT LIGHTLY.
 
15 minutes today will give you a zchus year round.
 
Make sure to vote
 
For our KJ family and friends make sure

 
 
Thanks
I Need Goverment Help
Abe Deutsch




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קרית יואל איינוואוינער: לא עת לחשות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext