בכלל אין קאנגרעס האבן די רעפובליקאנער שוין פארכאפט 53 זיצן, 72 זענען נאכנישט באשטימט.
גאווערנער שטיהלן האבן די רעפובליקאנער שוין פארכאפט ניין. עס קוקט אויך אויס אז פאולי (ר.) וועט געווינען קענעטיקוט נאך א לעצט מינוטיגע שפירג אין די אנקעטעס, אין פלארידע שטייט סקאט (ר.) אצינד פאראויס מיט 2%. בעת אילימאי קוקט אויס וועט בלייבן ביים דעמאקראט. אינעם הייסן ארעגאן פארמעסט זענען די שטימען ביזדערוויל צוטיילט.
עס קוקט אויס אז די רעפובליקאנער האבן פארכאפט די סענאט זיצן פון פענסילוועניעס ארלען ספעקטער, און אבאמאס אילינאי זיץ, וואס דאס ברענגט זיי צו א זעקס זיצן געווינס.
אין קאליפארניע האט באקסער (ד.) געווינען רי-אילעקשאן, אין קאלאראדא שטייט באק (ר.) מיט צוויי פראצענט העכער, אין וואשינגטאן איז ראסי (ד.) אונטערשטעליג מיט איין פראצענט, אין נעוואדא שטייט די טיי-אווענט קאנדידאטקע זייער שמאל ווען ריעד באקומט 6% מער ביי 40% געציילט, עס קוקט אויס אז ריעד האט געמאכט די נאכט פאר די דעמאקראטן, און די 'נאכט' פאר סענעטאר שומער.