בית פורומים כל העולם כולו

דען דאנעווען געווינט מיט א לענסלייט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/11/2010 17:22 לינק ישיר 
דען דאנעווען געווינט מיט א לענסלייט


ב"ה די וואלן איז פאריבער, איך האב נישט געהאט קיין צייט די לעצטע טעג צו שרייבן איך וועל יעצט מאכן א ס"ה פון די וואלן אין ניו יארק אטורני דזשענריל זיץ

דער קאנדידאט דען דאנעווען האט נעכטן נאכט געווינען מיט א לענסלייט די בארא פארק'ער דיסטריקט, נאכן איבער ציילן 7 פון די 10 שטים פלעצער האט דאנעווען באקומען 79% פון די בארא פארק'ער שטימעס, דאס איז נומבער וואס בארא פארק האט נאכנישט געזען מעולם אז אלע קהילות פון גרויס ביז קליין האבן געשטימט פאר 1 קאנדידאט.

ב"ה אז די געציילטע מהרסים ומחריבים וואס האבן באקומען גוט באצאלט צו פאדרייען דעם עולם, האבן נישט מצליח געווען צו האבן א סעקספולע נאכט אין בארא פארק, נאר דער ציבור האט געוויזן אז די געטרייע מנהלי המוסדות און עסקנים פון די קהילות האבן ב"ה א ווארט אויף דעם היימישען ציבור, און נישט די אשר קרחה'ס.

אין בארא פארק זענען ארויס געקומען לערך 8500 שטימע'ס אויסער די קליינע שטים פלעצער ווי 10 ביי 44 און 18 ביי 60 און דאס איז א לענסלייט געווינס פארן היימישער ציבור אז די אחדות איז מצליח,

לכו בכוחכם זה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 21:35 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 22:52 לינק ישיר 

די זאלי'ס שיסען שוין ווייטער נומבערס פאר זייער קעלבער פין די וואלען אין וומ''ס
אן ברענגן קיין שום דעקונג, בלויז פין זייער HQ בעקער

די ארונים'ס נומבער לאזט ער ביי בערך די זעלבע, אין זיינע נומבער'ס רוקט ער צו 3500
אז זיינע קעלבער גלייבן אים איז ער גערעכט
(די ציפערן פין די ארונים קומט פין מענטשן וואס זענען אנוועזנד געווען ביים צייל ביי די שטום פלעצער)

אין הבדלה
ווען די קוקסט אויף די פראצענט איז עס א גרויסע זיג פאר אנ''ש אין וומ''ס,
ווייל כדי ארונים זאלען האבען רוב שטומען אין וומ''ס דארף געשעהן 3 זאכען, אפקילן די ספאנישע פין דעם שונא ישראל וויטא לאפעז וועלכע האט אינז פארשיקט פין די פראזשעקס אין זיי געברענגט,
איין מאל פאר אלעמאל רעגיסטיריען 'אלע' ארונים,
אין קאמפיינען ביים פרעמדן המון עם אין וומ''ס
אבער אויף דערווייל איז עס ב''ה א שיינע מאוו, פארגעס נישט די גאנצע ארונישע פאליטישע כח אין וומ''ס שטייט נישט מער ווי עטליכע יאר, אין קוק ווי פאליטישאן'ס  דרייען א קאפ פאר זייער בלאק וואוט, נאכדערצו ווען זייער שטומען האט שוין געפירט צו געווינסן פאר לאקאלע קאנדידאטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 08:31 לינק ישיר 

Donovan10, קודם איז דער קעפל פאלש, דען דאנעווען האט פארלוירן די וואלן פאר אטארני גענעראל מיט כמעט 500 טויזענט וואוטס. עריק שניידערמאן איז דער קומענדיגער אטארני גענעראל. טויש דעם קעפל צו עפעס קרוב לאמת.

צווייטענס, אויב האט ער אנגעצויגן אין וויליאמסבורג 48% פון די וואוטס, ווי אזוי איז דאס א "מעכטיגע זיג"?
ער האט פארלוירן וויליאמסבורג אויך!

און בארא פארק, דשאון מעקעין ז"ל (און אנדערע)האט אויך אנגעצויגן בערך 75% פון די שטימען, מען האט עס שוין געזען, און מען האט עס שוין לאנג פארגעסן.

בארואיגט אייך, און טוה א תפילה אז מען זאל נישט דארפן צוקומען צו דער געווינער עריק שניידערמאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2010 03:28 לינק ישיר 


הולך איך האב פראבירט צו געוואר ווערן צו נייע ווילאמסבורג איז אין חשבון דער תירוץ איז אז ניין
איך האב אינגאנצען פארגעסן זיך צו רעכענען מיט דעם חלק מיר זענען געגאנגען אויפן סעטיוו לעווין דיסטריק

יעצט פראבירן מיר נאכאמאל צו איבער גיין די נומבער'ס איך האף צו האב א פונקליכע באריכט שפעטער אדער מארגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2010 02:37 לינק ישיר 

דיין אפהאנדלונג איז געוואלדיג! שפתים ישק

Donovan10 כתב:

היות איך באלאנג צו די ק"ק בעלזא


וואס איז פשט? זייט דער בעלזער האט אינטערגעשריבן קעגן די היימישע וועב סייטס פאר אפאר חדשים צוריק איז נישט צום געפינען קיין איין בעלזער אויפן גאנצן פארק, יעדער אין בחדרי חרדים ווייסט אז ס'מער נישטא קיין בעלזא ניקס אפילו ווען מען רייסט אינטער בעלזא. וואס איז פשט אז די שרייבסט יא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 23:56 לינק ישיר 
שניידערמאן אין בארא פארק פאר די עלעקשען





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 23:00 לינק ישיר 


איך ווייס נישט איך וועל איבער פרעגן די וואס זענען געשטאנען ביי די שטים פלעצער צו דאס איז נאר פון אלטע ווילאמסבורג אדער נישט

ישר כח פאר די הערה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 20:42 לינק ישיר 


ישר כח דאנעווען10 פאר די באריכט

איין שאלה ווען די האסט גערעכנט די ווילאמסבורגער שטימעס האסטו גערעכנט נאר די אלטע ווילאמסבורג אדער אויך די נייע ווילאמסבורגער שטימע'ס????????????????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 20:19 לינק ישיר 
יעצא צו די מעכטיגע זיג און ווילאמסבורג


היות איך באלאנג צו די ק"ק בעלזא און איך וויל זיך נישט מישן און די פאליטיק פון סאטמאר וועל איך דא שרייבן אביסל מער דיטאלען פון נעכטען און ווילאמסבורג

די ארונים האבן זיך מאחד געווען מיט וויען, בעלזא, קעלויזענבערג, א שיינע חלק פון פאפא, און אויך אלע קליינע קהילות און מוסדות ווי קראלי, תפארת בנות, וויזניץ, און נאך.
און די זאליס האבן זיך מאחד געווען מיט די ערלים היוצאים מערי שפאניע איז די נומבער'ס געווען אביסל אנדערש אבער אויך א שטארקע זיג לטובת דאנעווען

דער ס"ה שטימעס אין ווילאמסבורג איז געווען בערך 5900 פון דעם האבן 48.5% געשטימט פאר דאנעווען וואס דאס איז בערך 2900 שטימעס פאר דאנעווען.
(אין ווילאמסבורג איז געווען אביסל צימישט די נומבער'ס וואס איך האב באקומען פון די וואטשערס ביי די שטים פלעצער פון דאנעווען צוויי נומבער אבער דאס איז די בערך נומבער'ס).

דאס מיינט אז אפי' מיט דאנעווענ'ס גרעסטער שונא'ס ארבעט (דהיינו וויטא לאפעז) צו האבן א געווינס אין ווילאמסבורג כדרכו מיט 35% קעגען 65% האט דאנעווען באקומען אין ווילאמסבורג קרוב צו 50% וואס דאס איז א גאר גרויסע זיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 19:28 לינק ישיר 
נאך איין חלק איבער די נעכטיגע זיג אין בארא פארק


במשך פון די קאמפיין האט מען א גאנצע צייט געשריבן אז דא איז נישט די רעדע ווער גייט זיין דער געווינער במציאות נאר אז די לאקאלע פאלעטישענס זאלן וויסן וואס איז דער בלאק וואט פון די היימישע פארהייניגטע אידישער ציבור.

יעצט איז געווען די רעדע פון א סטעיט אמט וואס דאס מיינט אז אפאר מליון מענטשען זענען געגאנגען שטימען, אבער ווען ס'וועט קומען א לאקאלע וואטינג פון סיטי, אדער סטעיט סענעט און אסעמבלימאן, אדער קאנגרעס, דעמאלס איז א בלאק וואט פון 7-8 טויזענט וואטס א ריזיגע כח וואס וועט העלפן פאר יעדען איד.

נאך איין קליינע חלק איז, אז ביי די עלעקשען איז קיינער נישט געקומען אפי' קאמפיינען אין בארא פארק נישט קאמאו, נישט שוומער, נישט דזשילעברענט, נישט דעגווארדי, נישט שניידערמאן, נישט ווילסן, נישט דענאפלי, דאס איז ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אז דא איז דא וואס צו קומען, דער איינציגע קאנדידאט וואס איז געקומען איז געווען דען דאנעווען, דער מעסעדזש איז אז קומען קאמפיינען אין בארא פארק מיינט לכל הפחות 7-8 טויזענט שטימעס וואס דאס איז א ריזיגע נומבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 19:10 לינק ישיר 



רבי יענקעל איך האב גראדע די ציפערן פון וויפיל שטימעס איז נעכטען געווען פאר דאנעווען אין ווילאמסבורג אבער היות מיין מטרה איז נישט די פארשטינקענע סאטמאר פאליטיק נאר דאס אחדות פון אלע עסקנים שלא ע"מ לקבל פרס בנאמנות, און דאס אחדות פון אלע מוסדות התורה אויסער די מחריבים ושועלים המחבלים בכרמים, וויל איך קודם כל ענדיגן מיט בארא פארק דערנאך וועלן מיר גיין אויף די ווילאמסבורגער נייעס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 18:18 לינק ישיר 
Attorney General Elect Eric Schneiderman Celebrates with His Jewish Advisory Team





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2010 18:09 לינק ישיר 

הערליך

כ'הער איז אין וומ''ס האט אויך די אנ''ש קאנדידאטען אנגעצויגען  אסאך שענער ווי אייביג
די סיבה לכאורה דערצו איז געווען ציליב דעם וואס ביז יעצט פלעגט זיין די היציגע פארמעסטן אין וומ''ס
בלויז ביי פריימעריס, ווי נאר רעגסטרירטע פין די פארטיי קענען שטומען
אנדערש איז אבער געווען יעצט ווען די רעבאפליקאנער אנ''ש שטיצער האבען אויך געקענט שטומען
ווי אויך האט גאנץ וומ''ס געקענט שטומען אפגעזעהן וועלכע דיסטרירק
ווייסט איינער די פינקטליכע ציפרן?
(זאל קיינער נישט קומען מיט די פאלטשע פיצא שקרים פין זייער טוויטער גרופס אדער זייער צייטונג צו וועבזייטל, ברענגט בלויז קראנטע ציפערן, אויב מעגליך א וועבסייט ווי מ'קען זעהן יעדע  געגענט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 17:29 לינק ישיר 


איין זאך האב איך פארגעסען

אז א גרויסער דאנק קומט פארן גאנצען ציבור היימישע אידן וואס זענען נעכט געגאנגען שטימען, אז אפי' די נייער סיסטעם איז זייער א שווערער סיסטעם און ס'האט גענומען אסאך לענגער צו שטימען דאך איז דער עולם געשטאנען אין די ליינס מיט געדולט און ארויס געברענגט דעם דאנק פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה.

און א6ז מיט א קליינע רוהיגע קאמפיין האט מען מצליח געווען צו ברעכען א רעקארד פון היימישע שטימעס באחדות, נעכטען ווען איך האב זיך ארום געדרייט און די שטים פלעצער אין בארא פארק איז דער צאל היימישע אידן געווען אויף א עקסטרעמער גרויסער נומבער

ישר כח פארן ציבור אויף די שטיצע וואס זיי האבן געוויזן פאר די עסקנים שלא ע"מ לקבל פרס, א גאנצע יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דען דאנעווען געווינט מיט א לענסלייט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext