אוודאי איז דאס נישט א השגחה אויף ביז ביאת המשיח אבער א שטיקל מבין אויף וועם מ'קען זיך פארלאזן איז די רבי זי"ע גיוועזן
נשלח ב-5/11/2010 08:17
תוקן על ידי גביר_אדיר ב- 05/11/2010 08:20:03
נשלח ב-5/11/2010 08:17
ייש"כ ר' אדם פארן מודיע זיין דאס פארן עולם, אבער פאר מיר איז דאס קיין נייעס נישט, איך ווייס פון דעם אז דער רבי איז זייער נישט צופרידן דארט און זוכט אן אנדערער פלאץ פון וואו ער קען נעמען.
אבער וואס איך וויל דיר פארציילן איז, אז עס האט מיר פארציילט א חשוב'ער איד וואס טוט שוין פיל יארן אין שחיטה, אז דער רבי האט אמאל מיט אים גערעדט איבער דעם גאנצן נושא, פאר די גסות שחיטה האט זיך אנגעהויבן, און דער רבי האט אים געפרעגט זיין מיינונג איבער גיין מיט וויינשטאק אדער מיט רובאשקין אדער גאר מיט אן אנדערן.
דער איד האט געזאגט פארן רבין אז אויב וועט ער גייין מיט די וויינשטאקס וועט ער אלעמאל האבן עגמת נפש, זיי וועלן אים צוזאגן וואס ער וויל, און טון וועלן זיי וואס זיי ווילן, און אויב א בעה"ב איז נישט ערליך, העלפט נישט די בעסטע השגחה. און דערפאר האט ער אים צוגערעדט אז ער זאל גיין מיט סיי וועמען, נאר אבי נישט מיט זיי.
למעשה איז מען יא געגאנגען מיט זיי, און דער איד זאגט מיר ער האט טאקע קיימאל נישט געגעסן פון די שחיטה ווייל ער טראסט נישט די חברה, אפילו מיט די בעסטע השגחה (שוין אפגערעדט פון די געהעריגע מיל מארט וואס האט די ערגסטע השגחה) און יעצט שטעלט זיך ארויס אז ער איז געווען גערעכט. דער רבי האט טאקע פיל עגמ"נ דערפון און וויל טאקע פון דארט אוועק גיין.
נשלח ב-5/11/2010 02:44
וויפיעל כהאב היינט אויסגעפונען קאכט זיך זייער צווישען מיל מארט און אונזער שחיטה אין טעקסעס אויף אזוי ווייט אז מען איז שוין געפארען צו רובאשקין זען וואס מקען דארט האבען פאר אונז און זאגען פאר די מיל מארט מגולחים "אדיאס"!
ווי איידער צו בלייבען אן א שחיטה אפילו לפי שעה איז באין ברירה רבינו הק' שליט"א מסכים געווען צו דעם "האלד אפ" און לאזט נישט ארויס געבען דעם טעיפ.
האסטו פארשטאנען?
נשלח ב-4/11/2010 22:36
קען איינער לייגען די דרשה אויף א PDF?
נשלח ב-4/11/2010 19:53
הונדערט פראצענט גערעכט, דער רבי שליט''א האט געזאגט חול המועד פסח ביי דרשה אז ער גייט אדורך מיט די שחיטה שרעקליכע שברי לב ועגמת נפש מידי יום ביומו, וואס עס לאזט זיך גארנישט זאגן, מען האט גארנישט קיין השגה וואס מען מאכט מיט יעדן טאג, די בעלי בתים פון מיל-מארט האפן אז דער ציבור זאל ווייטער בלייבן גלייכגילטיג און זיך נישט צופיל אינטרעסירן וואס דארט גייט פאר, לא עת לחשות, רבותי וועקט אייך אויף, דער דיין רבי אפרים שמעון האט געזאגט אז א שוחט האט ממש געוויינט צו עם אז ער איז חושש אז ער איז מוציא מתחת ידו דבר שאינו מהוגן, אז זיין שחיטה איז פשוט נישט כשר, און אויף די פראגע פונעם דיין היתכן? וויאזוי ביסטו ממשיך?, איז געקומען דער ענטפער, איך קען נישט עומד בנסיון זיין, איך האב א משפחה אין איך דארף פרנסה!!!, ליידער ליידער דארט האלטן מיר, אפשר נאך נאך אפאר פינקל מעשיות וועט מען זיך אויף וועקן.
נשלח ב-4/11/2010 19:22
גוט מארגן אייך כלל ישראל!
הודו לה' כי טוב אז דער ציבור האט זיך דערמאנט און זיך אויפגעוועקט! איך בין געוועזן אין ב"פ ביי א משפחה שמחה ווען א חבר זאגט מיר, קום אריבער אין 53 צו די דרשה, ס'גייט זיין א דרשה וועגן כשרות, ווי נאר איך האב געהערט אז ס'רעדט זיך וועגן א 'דרשה אין סאטמאר 53' האב איך פארשטאנען אז מ'גייט רעדן וועגן פלייש! איך בין אריבער און אויסגעהערט די דרשה! רבותי! איך האב נישט קיין ווערטער! איך קוק אן הרה"ג ר' אפרים שמעון ווי א פנחס בן יאיר!! ממש א סאוסייד! נאך די דרשה הער איך ווי איינער פון די הנהלת המוסדות רופט זיך אן צו איינעם: 'מ'דארף יעצט זיכער מאכן אז די טעיפ ווערט פארניכטעט! דאס קען אונז נאך שאדן מאכן געלט ווען די וויינשטאקס וועלן הערן אז מ'רייסט זיי אראפ!..' משוגה האט נישט קיין שיעור???? זענט עטץ ל"ע פאריקט??? דא שטעלט זיך אויף א דיין א תלמוד חכם, א אויסגערופענער ערליכער יוד, הרה"ג ר' אפרים שמעון, ער נעמט זיך די גאטס אויסצושרייען די ווייטאג וואס ליגט באגראבן ביי די אלע וואס ווייסן אביסל וואס טוט זיך ביי שחיטה! קומען דא אפאר ביזנעס לייט און רייסן ארונטער דעם דיין?? און ווילן אפשטילן דעם קול המעורר??? דאנקט דעם אייבירשטן אז איינער איז נאך יא בתוכינו וואס איז גרייט מיט צוטאנצן מיט רבינו שליט"א אין דעם פארפלאנטערטן מערכה אין כשרות! און איז גרייט צו רעדן הויך! וויפיל איז רבינו שליט"א אדורך ביז אהער פון די מיעל מארט ביזנעס לייט?? וויפיל איז די שיעור צו ליידן און שווייגן וועגן שרעק וואס ווערט אנגעווארפן דורך אפאר געלט גייציגע (געוועזענע) מגולחים??? פארוואס דארף מען זיך צושטעלן צו זייערע ביזנעס פרינציפן ווען עס קומט צו קויפן א שטיקל כשר פלייש???
וויפיל טוט רבינו שליט"א טוט די לעצטע פאר יאר אין דעם פעלד און וויפיל שרייט ער 'נאך אלץ' אז דאס דארף א גרויסע תיקון! ס'הערשט א הפקירות אז ס'איז איום ונורא!!
ס'איז שוין העכסט צייט איינצוזעהן אז פון זיך לעקן צו די געלט גייציגע פארשוינען וואס מ'דארף זיך צו זיי ביקן און בייגן צו קענען נאכקומען א יעדען שטות וואס אין כשרות איז דאס א שאלה ר"ל פון כשר ביז טריפה קומט מען אין ערגעץ נישט אן! וואס איז דא מורא צו האבן פון די וויינשטאקס??? וויפיל געלט געבן זיי שוין א יאר פאר די מוסדות? און וויפיל געלט שנארט רבינו שליט"א צוזאם א יאר פאר די קהלה און די מוסדות??? ס'האט אזא פנים ווי מ'האט זיך געלעקט צו ישראל ובנו יודי גאלדבערגער יארן לאנג פאר די פארשטינקענע הונדערט טויזנט דאללער א יאר!! סאטמאר האט א באזדשעט פון צענדליגער מיליאנען א יאר! און באדעם ליין אז מ'מוטשעט זיך צו באצאלן גייט דאס אויפן רבין'ס קאפ! צו איז עס די ישיבה, צו די מוסדות, צו די קהלה! סיי אין קר"י און סיי אין וומסב"ג! און אזוי אין די גאנצע וועלט! זענען מיר משוגה צו גיין לעקן די צוויי וויינשטאק ברידער וואס אין איין טאג קענען זיי פארלירן יעדן דאלער און אונז וועל מיר זיך אנקוקן אן קיין געלט און מיט עסען מפוקפק'דיגע פלייש פאר די פאר גרייצער וואס די מוסדות אין ב"פ איז געווען דעספערט צו באקומען!! ווער עס האט א חלק אין פארהאלטן דעם טעיפ פאר די פאבליק טוט א טפשות און איז גורם אז ווער ווייסט וויפיל אידן וואלטן זיך געקענט צוריקהאלטן פון עסן טריפה פלייש ממש ר''ל!!!! די ווינשטאקס ווילן ליגן אין ביה"ח אין קר"י האבן זיי זיך אנגעהויבן לאזן וואקסן די בערד למחצה ולשליש ולרביע.. פיין און וואויל! דאס מיינט נאכנישט אז ווייל זיי האבן מסכים געווען צו אויספאלגן א תקנה פון קהל, און ווייל זיי האבן מסכים געווען זיך צוצושטעלן צום רבין אין טעקסאס זענען זיי שוין בעהב"ת און קענען ווייטער פיטערן כלל ישראל בכל מה שלבם חפץ!! ניין! מיינטס נישט אז עטץ האטס צופרידן געשטעלט רבינו שליט"א מיטן זיך צושטעלן אין טעקסאס! ס'איז נאך דא אסאך ארבייט! און דער אייבישטער זאל העלפן אז רבינו שליט"א מיט די אלע וואס העלפן אים טוען זאלן האבן סייעתא דשמיא און מצליח זיין אינגאנצן!!!!!!! און נישט אפאר ביזנעס לייט זאלן קאנטראלירן די שחיטה און כשרות! דאס זאל ווערן קאנטראלירט דורך די וואס ווילן אז אידן זאלן באמת האבן כשר'ס צו עסן! און 'כשר' זאל זיין באמת הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן גלאט כשר!!!!