אינטערסאנט: ער שרייבט אז ער האט ערהאלטן די נומערן פון וו"ב דורך די וואטשערס ביי די שטים פלעצער... ווער עס קען נאר א.ב. פון שטום פלעצער ווייס צו זאגן אז "וואטשערס" האבן נישט קיין אהנונג וויפיל יעדע קאנדידאט האט באקומען... מאקסימום קען אזא איינער וויסן וויפיל שטימעס עס זענען געווען בסך הכל אבער נישט וויפיל דער אדער יענער קאנדידאט האט באקומען.
נ.ב. איך האב אים געפרעגט אין אישי ווי אזוי דער בעלזא'רס צווייטע זין הייסט. ענטפערט ער מיר אז ער איז נישט זיכער אויב דער צווייטער הייסט שלום אדער דער דריטער... לפי זה דאכט זיך מיר אז ער איז באמת א פאפא'נער וואס שפילט בעלזא'ר