מען דארף האבן שכל אפצולערנען וואס מען רופט "צווישן די שורות"
זייט איך געדענק, איז יעדער וואס טוט אין כשרות בכלל, אין פלייש בפרט, שרייט אז מיינס איז די בעסטע אין יענעמס איז חזיר טרייף, עס איז א ביטערע זאך, מען מישט פאליטיק אין ביזנעס אינטערעסן מיט יודישקייט, דאס איז דער פראבלעם, לא פחות ולא יותר, "מיינס איז דער בעסטע יענעמס איז חזיר" איך זאג דאס פאר אלע צדדים, ווילאנג מען וועט נישט ארויסרייסן פריוואטע אינטערעסן פון כשרות צו דאס איז פאליטיק צו דאס איז ביזנעס, וועט זיין פראבלעמען.
תוקן על ידי flatrate ב- 04/11/2010 19:59:24
|
|