בית פורומים כל העולם כולו

זאלונים אין מלחמה מיט די "מידיע" !! (לצינותא דע"ז)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/11/2010 21:09 לינק ישיר 
זאלונים אין מלחמה מיט די "מידיע" !! (לצינותא דע"ז)

ווי עס ווייסט יעדער, פארמאגן די זאליס א טייערן אוצר, אויסער דעם פקודתו-שמרה-פארטיידיקונג-פארום דא אויף היידפארק.

דאס איז: א אייגענע וועבסייט, מיטן נאמען "סאטמאר ניוס".

וואס עס איז אבער נישט באקאנט פאר יעדן איז, אז דער וועבסייט איז לעצטנס גאר שטארק געשטיגן אין ראנג!

דאס האט זיך שוין אנגעהויבן מיט א וואך צוריק, נאך וואס די וועלט-בארימטע ניי-געגרינדעטע ארגאניזאציע "משתדלים", וועלכע איז געגרינדעט געווארן אויף די וויינעדיגע-הארציגע "בקשה" פון די רבנים פון "התאחדות הרבנים" (מה זאת?), כמבואר ב'דער איד' פרשת וירא, האבן אנגעפירט א מעכטיגע געלונגענע ארבייט צו ברענגען די אינטערעסע פון די וועלטס-מידיע צו דעקן די ווידעראמאל-היסטארישע פראטעסט, וואס דער הויפט השתדלות פון זייער זייט איז ווארשיינליך געווען דאס פירן דעם פראטעסט צו פארק עוועניו, און איגנארירן דאס ווארט ציוניזים, וואס ווי עס איז אנגעגעבן געווארן איז דאס צוליב וואס די מידיע וועט ליבערשט דעקן א פראטעסט קעגן אבי ראזען.

אבער, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, איז דער גרעסטער (און איינציגסטער) וועלטס-מידיע וועלכע האט געדעקט דעם פראטעסט געווען, דער ברייט באקאנטער וועבזייטל, סאטמאר ניוס.

דאס האט געברענגט צו א באשלוס, אז דער וועבזייטן וועט געהעכערט ווערן אין ראנג, און וועט מהים והלאה קאנקורירן מיט די גרעסטע מידיע נעצן, נאכן דאס ערקלערן אלס די גרעסטע און הויפט מידיע נעץ, אלוועלטליך.

און, ווי לאנג דארף דען נעמען פאר אזא פראיעקט אויסגעפירט צו ווערן? נישט לאנג. בלויז איין וואך.

ווי עס געדענקט יעדער איינער, איז געווען פילע יארן וואס די לאקאלע מידיע זענען געפירט געווארן לויט די רוח פון אונזערע פאררעטער, מיט די הילף פון זייער פי-אר קאמפאניס. די לעצטע שטיק צייט, אבער, איז אנטשטאנען א ערנסטע שינוי – מאיזה סיבה – אין דעם ענין. אבער נאכן באשלוס אז די בארימטע "סאטמאר ניוס" וובסייט נעמט איבער די גאנצע מידיע, איז דאס שוין אויך געלעהזט געווארן.

אט קענט איר זיך איבערצייגן, ווי סאטמאר ניוס איז שוין אויסגעשטיגן און באשטעטיגט געווארן דורך אלע פוד-פרסאסער'ס, (אנטשולדיגט, וואס איז די פארקערטע פון א חלה דעקל?) אלס די "מידיע"!

ליינט מיט הנאה פונעם פקודתו פארום:

קרית יואל סקול דיסטריקט יעצט אין די נייעס




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 22:52 לינק ישיר 

עס איז נישט די ערשטע מאל וואס זיי דרוקען א פרעס רעליס קעגן די ארונים
נאכדערצו וואס גרעניצט זיך שטארק מיט מסירה (פין זייער מצות)
אין צום סוף נעמט עס נאר די זאליניוז וועבסייט אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 23:07 לינק ישיר 

למעשה קען מען זיך נישט אפרעדן, ווייל דער "פארוורערטס" האט אנגענומען דעם ארטיקל. דאס הייסט שוין טאקע: ק"י סקול דיסטריקט אין די נייעס...

(ערנסט גערעדט: וויי פאר זייער עוה"ב אויב זאלן זייערע העצערייען יא אנקומען צו די מידיע, ה"י).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלונים אין מלחמה מיט די "מידיע" !! (לצינותא דע"ז)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext