בית פורומים אידישע געדאנק

ארוינענאל טעגליכע איינשפריץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/11/2010 20:48 לינק ישיר 
ארוינענאל טעגליכע איינשפריץ

ווי מער פארגעשריטן די וועלט ווערט צוטיילט מען מעשיגע אין באזונדערע קאטעגאריעס. אמאל אין דער אלטער היים איז מעשיגע געווען א שם כולל אויף אלעס. מיין באבע פלעגט פארציילן אז ביי זיי אין שטעטל איז געווען א 14 יעריגער בחור וואס פלעגט וואשן די הענט ביים ברינעם א שעה רציפות, געגאסן איין טעפל און געשעפט דעם צווייטן, ער פלעגט אזוי גיסן די הענט 60-70 מאל 10 מאל א טאג, היינט ווייסן מיר אז די נאמען פאר דעם איז OCD דעמאלטס - פארציילט מיין באבע - פלעגט ווערן א לאנגע רייע אנשים נשים וטף וואס זענען געקומען שעפן וואסער און אלע האבן געדארפט ווארטן אז דער בחור זאל ענדיגן, אמאל געדענקט זי איז די מאמע פונם בחור אנגעקומען און זאגט אים "יאנקעלע ווילסטו דען מען זאל זאגן אויף דיר אז די ביסט מעשיגע ח"ו?"

נישט לאנג צוריק האב איך אריינגעלייגט א אשכול וועגן די אהרוינישע עדיקשען צו הייד פארק 

עס איז אומפארשטענדליך די צודרייטע התנהגות פון די אהרוינים מיטן קומען אויף הייד פארק און מכחיש זיין השמש בצהרים און זיך נאך שפירן גוט דערמיט... די וועלט זאגט אז אויב האט מען נישט וואס צו זאגן שווייגט מען. מאיזה סיבה שהוא ווייסן אהרויניס נישט פון דעם כלל און ווען זיי האבן נישט וואס צו זאגן פארבערצירן זיי. איי די אליינס ווייסט אז ס'איז א געבעקס? איי יעדער וואס ליינט דאס זעט אז ס'איז א געבעקס? איי די אליינס ווייס אז די האסט פארלוירן? איי די גאנצע וועלט ווייסט שוין אז אהרויני קען נישט פארלירן, מאן שטייט און לאכט פון זיי?! פארט קענען זיי זיך נישט אפטשעפען פון דעם נארישן געוואוינהייט.

מזמן לזמן מאכן זיי אזא ווינט און רעדן מיט אזא פעסטקייט אז ס'קען זיך ממש צודאכטן אז דאס איז די מציאות. למשל אז עס קומט מער נישט פאר קיין חילול ביה"ח און א חילול המת אינם ביה"ח אין יפו. 

באמת פארדינען די שטותים אפילו נישט א הכחשה ווייל קיינער - אפילו זייער אייגענע מענטשן - גלייבן שוין נישט זייער מעשיות. לדוגמא ווען דער בלאט שרייבט א נייעס וועלן אפילו די אהרוינים זיך אנהייבן נאכפרעגן אויב די מעשה איז טאקע אמת. פארט איז אלעמאל דא מענטשן וואס פאלן דא אריין און קענען נאך נישט די היזיגע סיסטעם פון די אהרוינישע בעקעריי, און היות זיי זען אז מען לייקענט אפילו נישט די מעשה, מיז דאך זיין אז ס'איז אמת... איי די אמת איז אז מען לייקענט דאס נישט ווייל ס'איז אפילו נישט ווערד א הכחשה? פארט ניצן זיי די שטיל שווייגעניש אלס א הודאת בעל דין... און זיי שרייבן דאס נאך אפען... "אפילו זיי אליינס לייקענען נישט"....

נאכן זיצן מיט גרויסע פראפעסארן איז אויפגעקומען די חשד אז די ערשיינונג האט צוטון מיט קורץ צייטיגע ווייטאג אינטערדריקער (Painkiller) אין די מציאות'דיגער וועלט רופט מען דאס ע"פ רוב טיילענאל. היות די אויספארשונגען זענען נאך אין גאנג קען מען נישט קלאר זאגן אז דאס איז די מציאות, אבער אויף דערווייל איז זיכער ריכטיג די חשד.

דעריבער האט מען קודם כל באשטעטיגט די ריכטיגע נאמען פאר דעם ערשיינונג, לויט די כללים פון נייע ווערטער קומט אויס אז די סארט רפואה וואס די אהרוינים ניצן וואס דאס הארץ דריקט זיי (באקן מעשיות וכדו') פארדינעט דעם נאעמן "אהרוינענאל" צוזאמען געשטעלט פון אהרויני און טיילענאל...

לאור כל האמור לעיל עפען איך דעם אשכול וואס וועט דינען אלס א כל בו פון די אהרוינישע טעגליכע ארוינענאל. 

האלט אייך געשפאנט ס'גייט זיין פאן






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2010 22:09 לינק ישיר 

ארוינענאל א' שמות (למספרם):

תולדות אהרן רבי האט געגעסן בהמה פלייש אין א רעסטאראנט פון די רבנות הראשית אין ארץ ישראל

פאקט: תולדות אהרן רבי עסט נישט ביי פרעמדע שמחות בכלל! אבער פאר די קלעבער איז די פאקטן נישט וויכטיג, די עיקר איז אז מען קען דמיונען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 23:54 לינק ישיר 

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2855266&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 22:50 לינק ישיר 

אויב די קענסט שוין זאגען אפען, אפשר געסטו מיר נאך א רמז, ווייל איך כאפ נישט ווער דאס איז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 22:43 לינק ישיר 

איך שיק דיר נישט אין אישי איך קען דאס זאגן אפען דא ווייל ער האט דאס פארציילט פאר יעדער וואס האט געפרעגט, איך בין דארט געשטאנען און צוגעלייגט א אויער מיט א גאנצע קופקע.

מ.ר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 22:32 לינק ישיר 

אפשר טוסטו מיר א טובה און שיקס מיר אין אישי בלויז די ר"ת פונעם נאמען פון דער קרעטשניפער וואס האט געזען שמעון ל. ווארפען ספרים,

און נאכאמאל פריש, פאר מיר גייען צו די טריקענע פאקטן, לאמיר יעצט אראפ נעמען דעם לעבאוויטש פון טיש פאר עטליכע מינוט, וואס זענען געווען די איבערקערענישען שבת וישלח, און די ערשטע נאכט חנוכה ווען לעבאווישט איז ניטאמאל דארט געווען, און עס איז נאך געווען פארן נאך שרייען דעם אינגערמאן (וואס זאל האבן פאסירט לשיטת חיי שעה ) ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 22:21 לינק ישיר 

איך בין דארט נישט געווען (אינטערסאנאט אז רוב אהרוינישע ניקס [נישט פארגעסן, די זאליס זיכן פרעמדע רבי'ס...] זענען "אליינס" געווען דארט ביי ר' זיידל בשעת מעשה. כא כא כא) און איך האב אויך געהערט אז ר' זיידל איז נישט געווען אין ביהמ"ד, די קולות מאכן די קרעטשניפע נאכדעם וואס דער צורידערטער פארשוין לעבאוויטש האט זיך גענומען ווארפן ספרים.

פון דעם שטיקל אודיאו טרעק איז קלאר אז דער עולם איז מוחה קעגן עפעס וואס דער לעבאוויטש טוט, אדרבה איך בין גרייט נישט צו גלייבן חיי שעה, זאלן נאר די אהרוינים מיר מוחל זיין און פארציילן די טריקענע פאקטן. אבער נאר די אמת ביטע ווייל איך האב געהערט די מעשה פון א קרעטשניפער ער האט מיר דערציילט די מעשה כמעט אזוי ווי חיי שעה פארציילט. חיי שעה האט נישט פארציילט אז לעבאוויטש האט געווארפן ספרים און דער קרעטשניפער האט מיר יא פארציילט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 21:58 לינק ישיר 

וואס איז למעשה געווען דארט? שמעון לעבאוויטש, דער צורידערטער פרא אדם וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיטן פירן די אטאקעס קעגן די חתן כלות וואס האבן נישט געוואלט איבערמאכן די קידושין איז געווען אין קרעטשניף סיגעט ביים לעכט צינדן. (דערנאך זאגן די אהרוינים אז זיי האבן נאר איין רבי און לויפן נישט זיכן סיפוק ביי אנדערע רבי'ס...) נאכן צינדן גייט דער רבי ארויס אויף עטליכע מינוט הפסקה דערנאך קומט ער אריין פירן א טיש. דער שמוען האט אויסגעניצט די געלעגענהייט בשעת ר' זיידל איז ארויס און האט אנגעהויבן באוואשן א אינגערמאן וועם ער האט געזען אויפן גאס שמוסן מיט איינע פון די ווייבלעך וואס האבן חתונה געהאט אינם נייעם זאל. דער שמעון האט נישט געחלומ'ט אז דער אינגערמאנטשיק איז א ברודער פון יענע ווייבל, ער איז געווען זיכער אז ס'רעדט זיך פונם חתן "המנובל" אליינס. האט ער אנגעהויבן מאכן קולות אויף יענעם אינגערמאן "שגץ מנובל שגץ" וכו'. לויט ווי עס האט מיר איבערגעגעבן איינע פון ר' זיידל'ס חסידים האט זיך דארט נישט געפינען קיין איין איינציגער זאלויני, דער עולם דארט האט נישט געכאפט פונקליך וואס דא גייט פאר און זיי האבן געמיינט אז יענער אינגערמאן האט געטון עפעס  וואס מען דארף נישט... איז צוגעגאנגען איינער צו יענעם אינגערמאן און אים געזאגט "גיי ארויס", האט דער אינגערמאן געפרעגט פארוואס? און ער האט גענטפערט פאר דעם שמעון "די וועסט פלאקערן פארן מנבל זיין דיין מויל און פארן נאכשרייען אינגע פרויען אין גאס וכו', ער האט זיך גענדיגט אפזאגן וואס ער האט געהאט צו זאגן און האט ארויסשפאצירט.

ע"כ דברי חיי שעה

שקרן כמותך!
לשיטתך אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל לעבאווישט האט געשריגן אויף א אינגערמאן, אפשר ביסטו מיר מסביר וואס זענען געווען די איבערקרענישען און קולות שבת וישלח, א שבת בעפאר דער רשע שמעון לעבאוויטש האט געשריגן אויף דעם אינגערמאן ? האבן די די צרידערטע פארשוינען טאקע געהאט רוח הקודש אז נעקסטע וואך גייט שמעון דא זיין און שרייען אויף א אינגערמאן?

און זיי מיר ביטע מסביר פשט אויף די איבערקרעניש וואס די בחורים האבן געמאכט נאך "דינסטאג נאכט" ביים ערשטען חנוכה לעכט צינדען, ווען דער לעבאוויטש איז ניטאמאל געווען אין וויליאמסבורג, און עב איז דאך נאך געווען א נאכט בעפארן שרייען אויף דעם אינגערמאן?  

נאכן צינדן גייט דער רבי ארויס אויף עטליכע מינוט הפסקה דערנאך קומט ער אריין פירן א טיש. דער שמוען האט אויסגעניצט די געלעגענהייט בשעת ר' זיידל איז ארויס און האט אנגעהויבן באוואשן א אינגערמאן ע"כ  דברי חיי שעה

די שקר איז דאך שרעקליך, א יעדער וואס איז דארט געווען האט געזען מיט די אויגן, ווי דער קרעטשניפער רבי שליט"א, האט תיכף נאכן ענדיגן צינדען (דארנעשטאג)  געווינקן פאר שמעון אז ער זאל מיט אים מיטגיין אין צימער כדאי די בחורים זאלן אויף הערן צו שרייען, ני ווי האט ער געקענט אויסניצען די געלעגענהייט אויב ער איז נישט דארט געווען? הער זיך גוט צו צום קליפ העסטו הערן אז די קולות זענען געווען בשעתן שפילען פידל, ווען דער קרעטשניפער רבי געפונט זיך אינסייד 

לויט ווי עס האט מיר איבערגעגעבן איינע פון ר' זיידל'ס חסידים האט זיך דארט נישט געפינען קיין איין איינציגער זאלויני, ע"כ 

נאר ווער דען האט געשריגן "לעבאוויטש" "לעבאוויטש" ווי מען הערט אויפן קליפ, ארוינים? פאפא חסידים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 21:43 לינק ישיר 

פלעגן די געבעקס'ן פין רבי יונה מיט זיינע ניקס זיין בעסער ? אין אויך שנעלער ווייס איינער וואס סגייט פאר ביי זיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 21:30 לינק ישיר 

 

איך האב דינסטאג באקומען א אודיא פייל וואו מען הערט ווי די ארונישע בחורים שרייען און צעשטערן די נירות, (די קליפ האב איך נישט).

היות איך זעה אז מען לייגט נישט ארויף קיין קליפ (זעהט אויס מען פארשוינט די מצויינים - שמא הרהרו תשובה בלבם), לייג איך וואס איך האב:

ארונישע חינוך - אודיא פייל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 20:18 לינק ישיר 

איך האב עס געלייגט ביי די אנדערע אשכול איך האב נישט באמערקט אז די שרייבסט עס דא אויך

דא ביי דעם אשכול איז דא קליפס אויך
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2836476&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 20:05 לינק ישיר 

יישר כח פאר די בילדער





אויב איינער האט די פיקטשערס אויך פון קיעלע וויינשטאק אן א קאפל זאל ארויפלייגן אדער מיר שיקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 18:17 לינק ישיר 

ארוינענאל זאת חנוכה:

איבערקערענישן אין ראדני שמיני עצרת און שמחת תורה? דאס האבן די זאליס געמאכט...

קען מיר איינער אפשר טון א טובה און ברענגן דעם בילד ווי דער צורידערטער פארשוין עמרם כהן טאנצט אויפן בימה אן א קאפל? (די בילד פון קיעלע וויינשטאק אן א קאפל איז אויך אינטערסאנט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 06:27 לינק ישיר 

איך מיין אז מער באווייז פון דעם אז קיין ווידיא איז נאך דערווייל נישט ערשינען פון דעם א.ג. הארץ ציפענדיגער געשיכטע, דארפן מיר נישט. ווען עס זאל ווען יא זיין א ווידיא בין איך נישט חושד אויף קיין איין רגע די אהרונים מיט מידת רחמנות אז זיי פארשוינען פשוט איינעם דעריבער לייגן זיי דאס נישט. חוץ אויב דער פארשוינטער איז טאקע דער שלעגער שמעון לעבאוויטש אליינס, ברא כרע"ה דאבוה פון זיין פאטער אברהם משה. וואס דארף נאך איין טאג א חתן ווערן, און נוצן זיין נאמען אויף די העדליינס יעדן טאג וועט נישט קיין סאך באשטייערן להצלחתו.
 
און אז דו רעדסט שוין פון ארוינענאל, איז קאמיש צוצוצייכענען אז טאקע פונקט היינט נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה א אייניקל פון הרה"ח ר' בערל יאקאבאוויטש הי"ו פון קרית יואל אינעם אולם עטרת מאיר צבי, צו וועם קיבע וויינשטאק איז געקומען סטראשען אז מ'וועט זיין קינד ווארפן פון דיין מלומדת פאסטן אויב ער וועט גיין צו די חתונה.
 
עס איז ממש א געלעכטער ווי דער זעלבער מערכה וואס די אהרונים האבן אנגעהויבן בקול רעש גדול, און געשוואוירן אז דאס מאל מיינען זיי דאס ערענסט, און זיי וועלן נישט שווייגן ווילאנג עס וועט נישט קומען צו אן אפשטעל. האט גענצליך אפגעפייגערט, און חוץ שמעון לעבאוויטש, קיבע וויינשטאקן און אפשר יאנקי שווארץ קימערט זיך מער קיינער נישט מיט די מערכה. דער פנקס איז הערמעטיש פארהאקט, די גאסן זענען ריין פון פאשקעווילן, דער האטליין ווערט נישט געאפדעיטעד וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 04:14 לינק ישיר 

חנוכה

(איינער האט מיר מעורר געווען אין אישי אז איך זאל קלאר ארויסשרייבן די ארוינענאל שטותים  ווייל נאך עטליכע וואכן מאכט ער זיכער אויסצומעקן די שטותים כדי זיך נישט צו דארפן שעמען אינם עתיד. דעריבער - בעט יענער - איך זאל נישט שרייבן בקיצור נאר איז זאל קלאר ארויסשרייבן זייערע חלמע חלומות. ער איז גערעכט)

ארוינענאל:

שאנדע: זאלונישע בחורים-פאגראם ביי קרעשטניף'ע נרות

אין די צייט ווען די זאלונים האבן שוין באקאנט געמאכט זייער מהות און זייער חינוך פאר די גאנצע וועלט, ביי זייערע צעווילדעוועטע אוממאראלישע פראטעסטן אין די גאסן פארגאנגענעם זומער, וואו די וועלט האט זיך באוויסט מיט וועלכע סארט שונאים סאטמאר ספראוועט זיך... און זייער געמיינקייט איז ארויס לאור עולם, איז אבער נישט איינגענעם צו מעלדן, אז די וועלט ווייסט נאכנישט אלעס.

פארגאנגענעם דאנערשטאג ביי די נרות פון האדמו"ר מקרעטשניף ארה"ב, זענען אריינגעקומען זאלונישע בחורים, און געווילדעוועט און פארפירט, צושטערנדיג די נרות פון א פרעמדן רבי'ן, וועלכע האט מיט סאטמאר גארנישט, על לא עוול בכפו, פארוואס? "ווייל איינער פון די אנוועזנדער איז לדעתם זייערס א פאררעטער".

בושה תכסה פניכם!!!

די גאנצע זאך איז אפגעכאפט דורך קרעטשניף
די פרעים האבען איבערגערדייט ר' זיידל'ס הנרות, אפען זעלבן שטייגער ווי זיי פלעגן טוהן אין ראדני
ווער עס קען זאל ביטע שאפען די ווידיא'ס

דאס הארץ ציפט מיר נאך וואס איך האב צוגעזען דעם פארגענגענעם שבת אינעם קרעטשניפער ביהמ"ד,
דאס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי די הנירות, שוין א שבת פאר חנוכה האבן זיך די צולאזטע יונגען אראפ געלאזט אינעם קעטשניפער ביהמ"ד נאכן פארטיגן קוואקענען און קופקען אין ראדני, מען האט געהאלטען אינמיטען די טיש, און פלוצלינג האבן אריינגעשטארעמט עטליכע צענדליגער בחורים, אויפן פנים האט אויסגעקוקט אז זיי זענען נישט זאט געווארן פון די זופ, זיי דארפן נאך צופרידען שטעלן די נשמה מיטן צאפן אביסל בלוט, אין זיך גענומען שרייען באנומענע קולות, געווארפען מאכלים רעכטס און לינקס, געשטיפט די טישן און בענק, אריינגעשריגן אינמיטען די תורה פון קרעטשניפער רבי שליט"א  "ווארף ארויס דעם שגץ פון ביהמ"ד" כאילו דער קרעטשניפער רבי איז מחיוב נאכצוקומען אלע זייערע טעראר פארלאנגן.
די חשובע אידן און בעלי בתים (אריינגערעכנט פון פרעמדע קרייזן) זענען געשטאנען מיט אפענע אויגן מיט וואונדער, דאס איז די חינוך וואס מען לערענט מיט די בחורים ? דאס איז די פירות פונעם נייעם חינוך סיסטעם ? דאס איז טייטש "להחזיר עטרה ליושנה"????? פיין און וואויל עס איז "לא איכפית ליה" מיין רבי, וועגן דעם רודעפט מען א צווייטען רבי ??

עטליכע עסקנים האבן אנגעהויבן ארויס טראגן איינס ביי איינס פון אט די צושויטע כוליגאנעם, און מיט א אומדערהערטע חוצפה האבן די שקצים זיך גענומען טיילען פעטש און געשטויסן, יעדער וואס האט זיי נאר פראבירט צו שטיל מאכן
בנוסף על כלונה ווי ווייט חוצפה גייט, ווען א געוויסע חשובע רב א ת"ח ויר"ש מרובים וואס איז באקאנט אין די גאנצע שטאט מיט זיין התמדת התורה, וואס זיצט און לערענט יומם ולילה,  האט זיף משתתף געווען ביים טיש פונעם קרעטשניפער רבי שליט"א , אויפן וועג ארויס אויפן גאס, האבן זיך די צולאזטע מחוצפים, גענומען שרייען מיט קולות אויף דעם רב שליט"א, לשונות וואס מען טאר ניטאמאל נאכזאגן, די איידעלסטע לשון פון די אלע לשונות וועל איך יא שרייבן,,,, " צוקוועטשטער דו, {ר'} זיידעל איז א מסייע לעוברי עבירה, און די וועסט זיצען נעבן אים אין גהינם. עפ"ל

א אנוועזענדער ביי קרעטשניוו רבי טיש שבת און ביי די לעכט צינדן פארגאנגענעם מיטוואך און דארנעשטיג זאגט מיר אז דאס האט אויסגעקוקט ממש ווי א פאגראם...... זאגט ער מיר אז ער האט געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטען (שב"ק ביים טיש)  "געב א מאך צו די לעקטער און נאכדעם וועל איך שוין טוהן דאס איבריגע" און נישט מער און נישט ווייניגער האט דער קווינס שגץ אנגעהויבען צו אראפנעמען די שבת קאווערס פון די לייטס, ווען נישט ער געט א שרייע "שבת" וואלט די לעקטער שוין לאנג פארמאכט געווען,
יא יא טראגן מיט א עירוב וואס כמה גדולים זענען מתיר איז א חיוב נאכצושרייען אבער צומאכן לעקטער (וואס האט נישט קיין שום היתר) כדאי מצער צו זיין א צווייטען דאס מעג מען יא,,,,

וועמען האבן זיי געוואלט אז ער זאל ארויס ווארפן ?   א חשובע בחור וואס ווייגט אסאך זיך אין קרעטשניוו, וואס לשיטת הקווינס בויעס, האט ער געזאלט האבן געווארפען פאשקווילין בנוגע די סידור קדושין פרשה

 

איך האב יעצט געשאפט א קליפ פון די שרעקליכע פראגראם דארנעשטיג נאכט ביי די הנירות פון קרעטשניפער רבי שליט"א ווי מען זעט ליידער "פני זקנים לא נהדרו" ווי זיי מאכן לצינות פון עלטערע אידן וואס האלטען מיט די הנירות, 
ווי אויך בילדער פון די צוכראכענע מנורה סטענד פון קרעטשניפער רבי שליט"א און עטליכע צובראכענע בענק אין ביהמ"ד, צוריסענע "סדר הדלקת הנירות לחנוכה" בנוסח קרעטשניף וואס די שקצים האבן צוריסן 
איך וועל עס אי"ה שפעטער ארויפלייגן  

חנוכה איז קווינס בכלל אויף רעדער מער ווי סיי ווען, נפתלי לאזט נישט די בחורים צינדען אין ישיבה - אז יא וועט קעמפ זיין א טפל צו חנוכה, און אפ' די בחורים וואס שלאפען יא אין דארמיטארי שיקט מען איף וומ''ס מיט די האפענונג אנצופולן ר' זלמן'ס אויסגעשפילטע הנרות, אטאמאטיש ענדיגט זיך די ישיבה גענוג פרי אז די בחורים זאלן קענען זיין אינדערהיים פארן זמן, אין ציפרו דארף מען דאך נישט פארציילן אז פאר חצות איז נישטו מיט וועם צו גיין צום טיש ווייל די בחורים שלאפן דאך אינערהיים, בקיצור חנוכה הייבט זין אן ביהז''מ, און די קווינס בחורים זענען נאך מער סכנות'דיג

אגב איך ווייס נישט צו די דארמעטארי בחורים צינדען יא צו נישט אין ישיבה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די דארמעטארי בחורים דרייען זיך ליידיג אויף די גאסן אין וויליאמסבורג, אלס אן אנוועזענדער ביי די הנירות פונעם קרעטשניפער רבי שליט"א אלס איך געהערט בשעת די פראגראם, ווי די כוליגאנעס שישקען זיך אז עס איז שוין 11:00 די באס פארט שוין באלד צוריק אין ישיבה, ווער זענען די בחורים אויב נישט דארמעטארי בחורים ?
apnws איך האף אז די ביסט נישט געווען דארטן צווישען די בחורים ווייל באלד גייט דאס זיין ביטערע בזיונות פאר די אלע צורידערטע פארשוינען, די קליפס און בילדער איז אן די וועי,

איך ווייס נישט ווען מ'דאווענט אפיציעל מעריב אין קווינס, כ'ווייס נאר פין די באסעס וואס מ'זעהט ארויסקומען פין BQE וואס מ'זעהט אנקומען היבש פאר'ן זמן מעריב
אין לייקען נישט אז מ'ברענגט אריין די דארמיטארי בחורים צו די אויסגעשפילטע הנרות אין ראדני נאך לעכט צינדען - זיי קומען נאר אן צו אנדערע פלעצער 

ביז אהער גייט דערווייל די ארוינענאל. איבריג צו זאגן אז די מעשה האט די געווענליכע "שמואל יונה" שטריכן ווי "צושמעטערט טישן און בענק", "מאכלים זענען געפלויגן פון אלע זייטן" וכו'. איבריג צו פארציילן אז זה דרכם כסל למו, אויך ווען א חשובע משפחה האט פארקלאפט די טיר אויף קיעלע וויינשטאק דער אלטער בלעם וואס האט פראבירט איינצורעדן דעם זיידען ער זאל נישט גיין צום אייניקל'ס חתונה (היינט נאכט איז טאקע די חתונה. מזל טוב מזל טוב) האבן זיי געכאפט אז ס'איז צרות האבן זיי שנעל אויסגעדרייט דעם דאטשיק און איינגעשלינגען ארוינענאל כאילו איינער איז געגאנגען פארדרייען א קאפ פאר א אלטע איד ער זאל מסכים זיין צו גיין אין פאלקס לאט... און מ'האט יענעם ארויסגעזארקעט פונם אלטען אידס הויז. פונקט דאס זעלבע האבן זיי יעצט געגעבן צו עסן פאר זייערע קיען.

וואס איז למעשה געווען דארט? שמעון לעבאוויטש, דער צורידערטער פרא אדם וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיטן פירן די אטאקעס קעגן די חתן כלות וואס האבן נישט געוואלט איבערמאכן די קידושין איז געווען אין קרעטשניף סיגעט ביים לעכט צינדן. (דערנאך זאגן די אהרוינים אז זיי האבן נאר איין רבי און לויפן נישט זיכן סיפוק ביי אנדערע רבי'ס...) נאכן צינדן גייט דער רבי ארויס אויף עטליכע מינוט הפסקה דערנאך קומט ער אריין פירן א טיש. דער שמוען האט אויסגעניצט די געלעגענהייט בשעת ר' זיידל איז ארויס און האט אנגעהויבן באוואשן א אינגערמאן וועם ער האט געזען אויפן גאס שמוסן מיט איינע פון די ווייבלעך וואס האבן חתונה געהאט אינם נייעם זאל. דער שמעון האט נישט געחלומ'ט אז דער אינגערמאנטשיק איז א ברודער פון יענע ווייבל, ער איז געווען זיכער אז ס'רעדט זיך פונם חתן "המנובל" אליינס. האט ער אנגעהויבן מאכן קולות אויף יענעם אינגערמאן "שגץ מנובל שגץ" וכו'. לויט ווי עס האט מיר איבערגעגעבן איינע פון ר' זיידל'ס חסידים האט זיך דארט נישט געפינען קיין איין איינציגער זאלויני, דער עולם דארט האט נישט געכאפט פונקליך וואס דא גייט פאר און זיי האבן געמיינט אז יענער אינגערמאן האט געטון עפעס  וואס מען דארף נישט... איז צוגעגאנגען איינער צו יענעם אינגערמאן און אים געזאגט "גיי ארויס", האט דער אינגערמאן געפרעגט פארוואס? און ער האט גענטפערט פאר דעם שמעון "די וועסט פלאקערן פארן מנבל זיין דיין מויל און פארן נאכשרייען אינגע פרויען אין גאס וכו', ער האט זיך גענדיגט אפזאגן וואס ער האט געהאט צו זאגן און האט ארויסשפאצירט. (משום תקנת המקום קען איך נישט זאגן מיט וועלכע ניק דער שמעון איז געקומען פויקן זיין אייגענע חיות'שאפט אויף הייד פארק).

שמעון לעבאוויטש שטייט פארנט פונם טראק וואס שרייט מיט מייקס "זונה" אין די גאסן פון קרית יואל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 00:57 לינק ישיר 

ארוינענאל, ג' וישב:



יונה איז נעבעך שטארק צובראכן פון די פאקט אז נאך איינער פון די חשובי חסידי סאטמאר האט זיך געוואנדן צו קהל מיט א בקשה "היות ער וויל ליגן אין א ביה"ח וואס געפינט זיך נישט בערכאות של עכו"ם, און עס איז דא מעררים אויף די תורה'דיגען בעלות דערויף דעריבער וויל ער מען זאל אים מטמין זיין אינם נייעם חלקה וואס איז מעל לכל ספק אויסגעהאלטענע קרקע. ער האט געבעטן אז היות געלטער וואס ער האט אינם פארגאנגענהייט געשיקט פאר קהל איז אנגעקומען צו די גנבים בראשות דעם הולך לערכאות יצחק ראזענבער, דעריבער בעט ער אז קהל זאל אראפשיקן איינעם אפנעמען דאס געלט פערזענליך.

צוליב די כבוד פון דעם פערזענליכקייט האט קהל מיטגעשיקט איינע פון די חשובה חברי ההנהלה. זיי האבן טאקע ערהאלטן דעם פולן סכום און זיך אפגעזעגענט מיט ווארעמע ברכות אויף אריכת ימים ושנים טובים. ווען פלוצלינג האט זיך ביים טיר באוויזן א טאכטער א הייסע אהרויניטע א פרוי וואס האט שוין עטליכע מאל באזידלט מענער ברבים, דאס לעצטע מאל איז דאס געווען ווען זי איז ארויסגעקומען פון ווייבער שול פון 53 בשעת עס זענען געשטאנען פארנט פון ביהמ"ד א קופקע חשובי אנ"ש און זי האט בלי שום בושה געמאכט קולות און זיי געמוסרט "ענק וועלן אפגעבן דין וחשבון פארן טשעפען דעם קרית יואלער רב".

יעצט ווען זי איז אריין צו איר טאטע האט זיך באמערקט די צוויי שלוחים פון קהל בשעתן ארויסגיין, זי האט פונקליך געוויסט פארוואס זיי זענען דא ווייל איר טאטע האט איר געהאט געזאגט אז דאס איז וואס ער וועט טון. זי איז זיי נאכגעלאפן צום גאס ווען די צוויי האבן שוין אנגעיאגט זיך אריינצוזעצן אין קאר און געשריגן "ער רופט ענק צוריק, ער וויל נאך רעדן מיט ענק" זיי זענען טאקע צוריק געקומען, דערווייל האט זי געכאפט א קעמרע, פארשלאסן די טיר און געמאכט בילדער פון זיי דורך די פארשלאסענע טיר, עס האט גענומען א מינוט ביז זיי האבן געכאפט אז זי פראבירט סתם אויסצוגעבן איר אהרוינישע כעס.

יונה וועלכער האט געזען אז די בילדער רעדן נישט צו קיינעם און מען מאכט זיך נישט וויסענדיג האט אויפגעטייפט א צעטל כאילו קהל זענען נארנים און שיקן בריוון פאר פארברענטע פייטערס פון אהרן אזאנס ווי מרת. ישראל ארי' פישער

נעבעך יונה נייס טריי, קהל וועט קיינמאל נישט שטיין אין קאנטאקט מיט די טפשה מרת. ישראל ארי' פישער. און פאר נעקסט טיים פראבירט צו ניצן א לדער העד וואס שטימט מיט די אותיות...


תוקן על ידי ארוינענאל ב- 24/11/2010 00:58:35




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארוינענאל טעגליכע איינשפריץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext