פלעגן די געבעקס'ן פין רבי יונה מיט זיינע ניקס זיין בעסער ? אין אויך שנעלער ווייס איינער וואס סגייט פאר ביי זיי?
נשלח ב-9/12/2010 21:58
וואס איז למעשה געווען דארט? שמעון לעבאוויטש, דער צורידערטער פרא אדם וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיטן פירן די אטאקעס קעגן די חתן כלות וואס האבן נישט געוואלט איבערמאכן די קידושין איז געווען אין קרעטשניף סיגעט ביים לעכט צינדן. (דערנאך זאגן די אהרוינים אז זיי האבן נאר איין רבי און לויפן נישט זיכן סיפוק ביי אנדערע רבי'ס...) נאכן צינדן גייט דער רבי ארויס אויף עטליכע מינוט הפסקה דערנאך קומט ער אריין פירן א טיש. דער שמוען האט אויסגעניצט די געלעגענהייט בשעת ר' זיידל איז ארויס און האט אנגעהויבן באוואשן א אינגערמאן וועם ער האט געזען אויפן גאס שמוסן מיט איינע פון די ווייבלעך וואס האבן חתונה געהאט אינם נייעם זאל. דער שמעון האט נישט געחלומ'ט אז דער אינגערמאנטשיק איז א ברודער פון יענע ווייבל, ער איז געווען זיכער אז ס'רעדט זיך פונם חתן "המנובל" אליינס. האט ער אנגעהויבן מאכן קולות אויף יענעם אינגערמאן "שגץ מנובל שגץ" וכו'. לויט ווי עס האט מיר איבערגעגעבן איינע פון ר' זיידל'ס חסידים האט זיך דארט נישט געפינען קיין איין איינציגער זאלויני, דער עולם דארט האט נישט געכאפט פונקליך וואס דא גייט פאר און זיי האבן געמיינט אז יענער אינגערמאן האט געטון עפעס וואס מען דארף נישט... איז צוגעגאנגען איינער צו יענעם אינגערמאן און אים געזאגט "גיי ארויס", האט דער אינגערמאן געפרעגט פארוואס? און ער האט גענטפערט פאר דעם שמעון "די וועסט פלאקערן פארן מנבל זיין דיין מויל און פארן נאכשרייען אינגע פרויען אין גאס וכו', ער האט זיך גענדיגט אפזאגן וואס ער האט געהאט צו זאגן און האט ארויסשפאצירט.
ע"כ דברי חיי שעה
שקרן כמותך! לשיטתך אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל לעבאווישט האט געשריגן אויף א אינגערמאן, אפשר ביסטו מיר מסביר וואס זענען געווען די איבערקרענישען און קולות שבת וישלח, א שבת בעפאר דער רשע שמעון לעבאוויטש האט געשריגן אויף דעם אינגערמאן ? האבן די די צרידערטע פארשוינען טאקע געהאט רוח הקודש אז נעקסטע וואך גייט שמעון דא זיין און שרייען אויף א אינגערמאן?
און זיי מיר ביטע מסביר פשט אויף די איבערקרעניש וואס די בחורים האבן געמאכט נאך "דינסטאג נאכט" ביים ערשטען חנוכה לעכט צינדען, ווען דער לעבאוויטש איז ניטאמאל געווען אין וויליאמסבורג, און עב איז דאך נאך געווען א נאכט בעפארן שרייען אויף דעם אינגערמאן?
נאכן צינדן גייט דער רבי ארויס אויף עטליכע מינוט הפסקה דערנאך קומט ער אריין פירן א טיש. דער שמוען האט אויסגעניצט די געלעגענהייט בשעת ר' זיידל איז ארויס און האט אנגעהויבן באוואשן א אינגערמאן ע"כ דברי חיי שעה
די שקר איז דאך שרעקליך, א יעדער וואס איז דארט געווען האט געזען מיט די אויגן, ווי דער קרעטשניפער רבי שליט"א, האט תיכף נאכן ענדיגן צינדען (דארנעשטאג) געווינקן פאר שמעון אז ער זאל מיט אים מיטגיין אין צימער כדאי די בחורים זאלן אויף הערן צו שרייען, ני ווי האט ער געקענט אויסניצען די געלעגענהייט אויב ער איז נישט דארט געווען? הער זיך גוט צו צום קליפ העסטו הערן אז די קולות זענען געווען בשעתן שפילען פידל, ווען דער קרעטשניפער רבי געפונט זיך אינסייד
איך בין דארט נישט געווען (אינטערסאנאט אז רוב אהרוינישע ניקס [נישט פארגעסן, די זאליס זיכן פרעמדע רבי'ס...] זענען "אליינס" געווען דארט ביי ר' זיידל בשעת מעשה. כא כא כא) און איך האב אויך געהערט אז ר' זיידל איז נישט געווען אין ביהמ"ד, די קולות מאכן די קרעטשניפע נאכדעם וואס דער צורידערטער פארשוין לעבאוויטש האט זיך גענומען ווארפן ספרים.
פון דעם שטיקל אודיאו טרעק איז קלאר אז דער עולם איז מוחה קעגן עפעס וואס דער לעבאוויטש טוט, אדרבה איך בין גרייט נישט צו גלייבן חיי שעה, זאלן נאר די אהרוינים מיר מוחל זיין און פארציילן די טריקענע פאקטן. אבער נאר די אמת ביטע ווייל איך האב געהערט די מעשה פון א קרעטשניפער ער האט מיר דערציילט די מעשה כמעט אזוי ווי חיי שעה פארציילט. חיי שעה האט נישט פארציילט אז לעבאוויטש האט געווארפן ספרים און דער קרעטשניפער האט מיר יא פארציילט.
נשלח ב-9/12/2010 22:32
אפשר טוסטו מיר א טובה און שיקס מיר אין אישי בלויז די ר"ת פונעם נאמען פון דער קרעטשניפער וואס האט געזען שמעון ל. ווארפען ספרים,
און נאכאמאל פריש, פאר מיר גייען צו די טריקענע פאקטן, לאמיר יעצט אראפ נעמען דעם לעבאוויטש פון טיש פאר עטליכע מינוט, וואס זענען געווען די איבערקערענישען שבת וישלח, און די ערשטע נאכט חנוכה ווען לעבאווישט איז ניטאמאל דארט געווען, און עס איז נאך געווען פארן נאך שרייען דעם אינגערמאן (וואס זאל האבן פאסירט לשיטת חיי שעה ) ?
נשלח ב-9/12/2010 22:43
איך שיק דיר נישט אין אישי איך קען דאס זאגן אפען דא ווייל ער האט דאס פארציילט פאר יעדער וואס האט געפרעגט, איך בין דארט געשטאנען און צוגעלייגט א אויער מיט א גאנצע קופקע.
מ.ר.
נשלח ב-9/12/2010 22:50
אויב די קענסט שוין זאגען אפען, אפשר געסטו מיר נאך א רמז, ווייל איך כאפ נישט ווער דאס איז