און היות אסאך רעסטאראנטן מוסדות און קעיטרינגס ניצן דווקא מהודרת עופות וועט דאך די גסה שנעל איבערנעמען די מארקעט....
יעדע שקרן איז מודה במוקצת,
די מציאות איז אז כמעט יעדע קהלישע שחיטה, און רוב היימישע רעסטעראונטען אין קעיטערר'ס נוצן די שחיטה מהודרת.
זיי האבן אבער פארגעסן צו רעכענען אז אויף זייערע עופות איז דא א פארלאנג ווייל ס'איז ביליג, ווען מען קויפט האול סעיל איז מאנרא עופות די ביליגסטע,
א פשוט'ע שקר במילתא דעבידא לגלי', וואס דען זאל מען ענטפרן אויף די גרויסע הצלחה פין בית השחיטה?
אה.. ביליג (כ'רעדט נישט דא אז זיי קענען מאכען א ספעשל אויף בייליג אדער אנדערע חלקים וואס אינזער היימישע עולם ניצט ווייניגער פראצענדווייז)
פאר די וועלט זאגט מען אז עס זענען דא 500 משגיחים, 200 שוחטים 30 צומות היגידין משגיחים די בני בית שלאפט אין געלעגער מען גייט שוין באלד אפילו מאכן א אייגענע ים צו קענען פראדעצירן היימישע שטיין זאלץ... אבער! אין פאקט לאזן זיי אריין נאר מיט א אפוינטמענט וד"ל.
כ'וויל וויסען איין נאמען פין די צענדליגע רבנים וואס באזוכן דארט חודש'ליך אין זיי האבען געדארפט אן אפוינטמענט.
יעדער פארשטייט די סיין מיינט פשוט די יונגלייטליך וואס פלעגן זיך אריינוואקען אינמיטן טאג אין די מאסען ווי ביים טאטען אין וויינגארטען - ווארים מ'לאזט דאך יעדן אריין אין זיי האבען געשטערט די ארבעט
אין איך וואלט אויך געקענט באשטיין צו וויסען אויב די בתי שחיטה פין ווי מליחה ואליך בושטער נעמט צו זיי לאזען אריין ''אפי' מיט א אפונטמענט''.....
משא"כ ביי די גסה וואס די פלענט געהערט פאר מיעל מארט און דער נירבאטער האט דארט א צוטריט סיי ווען ער וויל און דארף נישט אנקומען צו א אפוינטמעט ביי גדלי סעגעדין.. דארט דארף ער האלטן לכה"פ 50% פון די חומרות וואס דער בלאט פארקויפט
אבי 50% איז ער מודה...
בלייבט נישט קיין ברירה נאר צו באצאלן פאר די חומרות וואס ער פארקויפט אין די גאסן און דארף אפמאנען פאר די פלייש א טייערערן פרייז ווי געווענטליך. צו דעם קומט נאך צו אז "קיינער" קויפט נישט די מונחת פלייש אויף האול סעיל, און סך הכל פארקויפט זיך דאס נאר אין די 3 אהרוינישע בוטשערס,
גיי פארצייל וויפיל פרעמדע בושטערס לייגען לחץ עס צו באקומען אין מיעל מארט וויל עס נישט צושטעלן,
אדרבה רופט אן מיעל מארט אין בעט טעקסאס פלייש.
און אפילו ביי די אהרוינים אליינס איז דא אסאך וואס קויפן נאך עד היום פלייש אין גראסערי.
דאס מוז ער פשוט שרייבן פאר די ברייטקייט פין די ספין.
די תוצאות האט נישט צופיל געשפעטיגט און מיעל מארט האט אנגעהויבן ווערן נערוועז. דא האבן זיי אריינגעלייגט עטליכע מעלאנעס ווייל די אהרונים האבן צוגעזאגט מעכטיגע סעילס, און דא ריקט זיך כמעט נישט די סחורה. מיעל מארט האט אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די אהרונים, און די אהרונים האבן אים צוגעזאגט אז ביז פסח וועט מען זען א געוואלדיגע פיק אפ אין סעילס... האפענדיג אז די פסח ארדערס וועלן זיך הייבן. פסח איז אנגעקומען און די אהרוינים זענען זיך באגאנגען מיט עופות אדער מיט רינדערן פון גראסערי
גיי ענטפר פאר דעם בעקער אז נאכען צושטעלן לעצטענס נאך א טאג צו שעכטן איז יעצט פאר יו''ט סוכות ווייטער נישט געווען גענוג פלייש אין די בושטערס
דאס איז נאכדעם וואס מיעל מארט זיכט בכלל נישט צו שטופן די פלייש פין וואס זיי מאכען ווייניגער געלט פין די געהעריגע פלייש וואס קיינער קוקט זיי נישט נאך.
האט מען חוה"מ אויפגעשטעלט דעם קליין'ער חולם האלטן א דרשה און מסביר זיין פארן עולם די געוואלדיגע חשיבות פון די טעקסעס פלייש... אבער געהאלפן האט דאס א טויטע באנקעס.
די אהרוינים האבן זיך ארויפגעזעצט אויף הערשי פריעדמאן פון מאנטריאל וועלכער האט אפגעקויפט רובאשקין נאכן באנקראטירן, זיי האבן פארשטאנען אז ביי מיעל מארט האבן זיי פארלוירן די גאנצע נאמנות,
לכתחילה האט הערשי זיך נישט געוואלט אריינלאזן דערין און די אהרונים האבן געדריקט און געדריקט.
וועגן דעם לויפט שוין הערשי'ס זון נאך די ארונים זינט ער האט געפענט די פלענט מ'זאל צו אים קומען צוזאגענדיג אז ער וועט אלעס צושטעלן פין די ערשטע מיניט, אן קיין לאנגע בקשות אין קיין מאנגעל אין פלייש.
און צו דעם קומט נאך צו אז אין אגרי פראסעסינג איז די סיסטעם זייער ענליך צו ר' אהרן'ס מונחת אנדערש ווי ביי מיעל מארט (איר כאפט וואס דא גייט פאר? די שוואכערע רובאשקין האט א סיסטעם וואס איז ענליכער צו ר' אהרן'ס שחיטה ווי צו די חשוב'ערע מיעל מארט)
זעהט טאקע אויס אז 'מונחת' איז גאר א קולא אין וועגן דעם האט מען אינדערהיים נאר אזוי ג'שחט'ן, (ער קען זיך פארהערן הלכות שחיטה ביי זיין רבי...)
דעריבער וועט פאר הערשי נישט זיין אזוי קאסטבאר דאס לאזן די אהרוינים שעכטן ביי אים 1 טאג אין חודש.
דערווייל האט מיעל מארט אראפגעלייגט א פיס בשעת ווען עס איז געקומען צו באנייען דעם קאנטרעקט אז זיי ווילן נישט א % נאר ווילן א פאראויס באשטומטע סכום פאר יעדע שעה וואס די אהרוינים ניצן דעם פלענט. די אהרוינישע פירער האבן שוין נישט געוויסט וואו זיך אהין צו טאן,
ער טעהנ'ט אז ער ווייסט אינסייד אינפארמעישאן
פין ווי, ארבעט ער דארט????
אויף אזוי פיל האבן זיי שוין יא געקענט רעכענען אז מיטן נייעם קאנטראקט וועט די פלייש נאך מער שטייגן און דאן וועט שוין אפילו די קליינע קעפ צווישן זיי שוין אויך נישט קויפן די פלייש
דא קומט אריין אין בילד הרהגה"צ לוחם מלחמות ה', לייכטאג, ער האט שוין א אלטער ווייטאג בנוגע די בוטשער אין ב"פ. איך וויל נישט אריינגיין יעצט אינם גאנצען סמאטאכע, נאר אנרירן מיט שפיץ גאפל. די אהרוינים האבן אויפגענומען דעם גאון עצום, משה פריעדמאן, אלס בעל מכשיר אויפן בוטשער און דערמיט ארויסגעשטעלט ר' חיים דוד כ"ץ. עס האט נישט גענומען מער ווי א וואך און די טויש האט זיך געשפירט אין די קעשענע, הונדערטער קונים האבן תיכף פארלאזט דעם בוטשער און אנגעהויבן באשטעלן אויפן טעל פון די ווילאמסבורג בוטשער. האבן זיי תיכף אריינגעריקט אויך לייכטאג'ן, איך קען נישט זאגן וויפיל עס זענען צוריק געקומען ווייל איך פיר נישט די ביכער אבער קיין סאך האט דאס נישט געהאלפן ווייל חוץ די 15 אידן וואס זענען געזעצן ביי דעם לייכטאג'ס שיעורים איז ער כמעט געווען א בן בלי שם.
נאך א שקר, במיתא דעבידא לגלי'
ווער עס געדענקט נישט וואס דעמאלטס איז געווען
די ב''פ בושטער האט קיינמאל נישט אפגעזאגט כ''ץ פין זיין רב המכשיר, נאר זענדיג אז ער קומט מער נישט אין סטאר זוך אומקוקען ווי זיין תפקיד איז
האט מען צוגענומען הגאון ר' משה פרידמאן דומ''ץ הקהילה וועלכע האט לאנגע יארען עקפיריענס אויף שחיטה אין ניקור (טאקע ביי מיעל מארט),
לכתחילה האט מען געוואלט נעמען אויך הג''ר אפרים שמעון לייכטאג צוזאמען מיט ר' משה ציליב וואס ער איז באקאנט אלס א שטארקע דייקן
אבער ר' אפרים שמעון האט עס אנגעקוקט ווי מ'וויל באזייטוגען כ''ץ ע''כ האט ער נישט געוואלט נעמען א צד (עס איז געווען לכאורה נאך פאר כ''ץס מענטשן האבען געקלאגט די מוסדות אין ערכעות)
ווען כ''ץ האט געפענט די בושטער אין ב''פ האט ער פראבירט אלע מיני וועגן אוועקצושלעפן די קאסטומערס פין די אלטע בושער - עס איז נישט דא פלאץ אריינצוגיין באריכות,
אבער איין'ס פין די אקטען איז געווען אז ער געלייגט גרויסע צעטליך ''הוסרה השגחה'' כאילו ער האט געכאפט די בושטער ביי א פארלעצונג,
ר' אפרים שמעון האט אים דעמאלטס אנגערופן אין געפרעגט מיט ווינדער מיט וואס ער האט געכאפט די בוטשער, כ''ץ האט אים גענטפרט אז ער האט גארנישט געכאפט נאר ער וויל מער נישט ביים געבן א הכשר פאר די אלטע בוטשער, אין ער גיבט נאר אויף די נייע,
ר' אפרים שמעון האט גלייך געכאפט מיט וועם ער האט דא צו טוהן אין האט פארשטייט זיך געזאגט פאר די הנהלה פין די ב''פ בוטשער אז ער איז גרייט צו געבן די הכשר. - דאס זענען טרוקענע פאקטן בקיצור נמרץ
זה דרכם כסל - פון באשמוצן יענעם כדי זיך צו בויען,
ליינט גיט גיט, וואס ער וויל ארויפשמירן אויף סאטמאר........באשמוצן יענעם כדי זיך צו בויען,
------------------
איך ענדיג דא, עס איז נאך דא זייער אסאך צו שרייבן
אבער זאל דער עולם פשוט א בלוק טוהן וואס פאר נערישע געבעקסן זיין מוזען פיטערן זייער עולם כדי זיי זאלען זיך דערהאלטן ביים חיות
אין פארענטפרן פארוואס יעדע ערנסטע יר''ש איז מדקדק צו קויפן פלייש נאר די שחיטה המהודרת
אין פארוואס אגרי פראסעסינג לויפט נאך סאטמאר זאל קומען שעכטן ביי זיי,
אין פארוואס אזוופיל מענטשן עסן נישט די אלגעמיינע בהמה פלייש.