בית פורומים אידישע געדאנק

חסד אדער קירוב?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2010 18:06 לינק ישיר 
חסד אדער קירוב?

 

אין די לעצטע צייט גייט פאר א גרויסע שערורי' אין די אידישע גאס בנוגע דאס אומגליק וואס האט געטראפן א אידן, וועמען די רוגירונג האט אומיושר'דיג באשולדיגט אין א פארברעכן און ווילן עם צוטיילן עטליכע צענדליג יאר טורמע.

     זעלבסט פארשטענדליך, אז א יעדעס אידיש הארץ ווערט באלד אויפגעטרייסלט און מ'פראבירט צו העלפין וויפיל מ'קען און מער פון וויפיל מ'קען.

     עס איז באוויסט וואס די ספרים טייטשן - בך חותמין אז דאס גייט ארויף אויף חסד וואס איז די מידה פון אברהם, אז אין די לעצטע דורות ווען די כח הקדושה איז אפגעשוואכט ביי יודן און עס איז נישטע מער די עבודה פון די פריערדיגע דורות, וועט אבער די זכות פון חסד משלים זיין און אין דעם זכות וועלן מיר געהאלפן ווערן.

     עס איז גאר ערמוטיגנד צו זען ווי יודן טוען ביישטייערן צו העלפן מיט פדיון שבוים פאר עימיצן וואס נישט בלויז מ'קען עם נישט נאר ער בעלאנגט צו גאר א אנדערע קרייז.

     און באמת, ווען ס'קומט צו העלפן א נויטבאדערפטיגן טאר נישט זיין קיין אפהאלט א אומבאקאנטן צו א יוד מעביר לים אדער אפילו עימיצער וואס געהער צו א קרייז וואס איז פולשטענדיג קעגנגעזעצט צום אייגענעם קרייז.

     עס איז אינטרעסאנט וואס מ'זאגט נאך פון א גדול וואס האט אמאל ארויסגעהאלפן א יוד אין שפיטאל. די מקורבים האבן עם אויפמערקזאם געמאכט אז: דער חולה איז אפילו נישט קיין שומר שבת. דער ענטפער פונעם גדול איז געווען: יעצט איז ער א שומר שבת (געמיינט אז היות ער איז צוגענאגלט צום בעט קען ער דאך נישט מחלל שבת זיין...)

     אויב דאס איז געזאגט געווארן ביי א יוד וואס איז ל"ע א מחלל שבת, דאן ווי אמת איז דאס ביי א יוד וואס איז באמת א פרימער יוד, נאר איז פון אן אנדערע סארט קרייז מיט אנדערע אנשויאונגען.

    עס איז אבער באוויסט דעם טעם פארוואס די חז"ל האבן אריינגעלייגט אתה חוננתנו אין מיטן די ברכה פון חונן הדעת, ווייל אם אין דעת הבדלה מנין. אויב איז נישטא קיין דעת, דאן קען מען נישט אפטיילן. מ'קען נאר דעמאלט צווישנשיידן דארט ווי ס'פעלט זיך אויס א גרעניץ ליניע, נאר אויב מ'נוצט דעם דעת.

     איך דערמאן מיך בערך 30 יאר צוריק ווען איך בין נאך געווען א קינד אין א געוויסן טאג האבן זיך באוויזן ליבאוויטש'ע חסידים מיט סיינס: "צבאות השם". זיי האבן קאמפיינט אז יעדער יוד זאל געבן איין דאלער פאר כתיבת ספר תורה, און אזוי ארום וועט מען פאראייניגן גאנץ כלל ישראל. מיין מלמד האט אונז דאמאלט מסביר געווען אז דאס איז נישט אונזער וועג) שיטת חתם סופר (אונז זעמיר נישט עוסק אין קירוב, אונז זיך מיר נישט צו פאראייניגן גאנץ כלל ישראל, ס'איז דא אזוינע פון וועם מ'מוז שטיין ווייט אפילו זיי זענען יודן און טיילמאל פרומע יודן.

     רעכטדענקנדע מענטשן קוקן מיט פאראכטונג אויף די פרישע "איין דאלאר פאר כתיבת ספר תורה" קאמפיין כדי אין זכות פון "אחדות" זאל עס זיין מיט הצלחה.

     מיר זענען דא צו העלפן פאר א יעדן יוד, מיר וועלן זיך אנשטרענגען מער פון אונזערע כחות אז א יוד וואס איז אין א סכנה פון ווערן אריינגזעצט אין תפיסה זאל ווערן געראטעוועט – אבער: "מיר נויטיגן זיך נישט אין קיין הילף". מיר האבן געהאט רבי'ס און מנהיגים און זיי האבן אונז געגעבן אן הדרכה בנוגע אחדות און נישט אחדות.מיר נויטיגן זיך נישט אז מ'זאל אונז מקרב זיין און מאחד זיין  .

     מ'ברויך האלטן דעם גלייכגעוויכט, איז דאס א חסד אקציע אדער א קירוב אקציע?








דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 18:39 לינק ישיר 

ווי זעסטו אין די קאמפיין אז עס האט א שייכות מיט קירוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 21:03 לינק ישיר 

זייער גוט ארויס געברענגט
מיר דארפן זיין גוט צו יעדן און נישט מיט יעדן.
מען זאגט נאך פון רבין ז"ל
ביים נעמען געלד, דארף מען זיין געהיטן פון וועם מען נעמט, עס זאל זיין ריין.
אבער ביים געבן געלד פאר אנדערע אידן, דארף מען געבן פאר יעדן איד וואס נויטיגט זיך און הילף. 
אין בודקין למזונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2010 00:05 לינק ישיר 

 

מכוחו של צדיק אחד בדור - הרבי שליט"א מליובאוויטש מלך המשיח, מהרה יתגלה ויגאלנו.


* תשמ"א - 1981 מעורר שהשנה היא שנת "הקהל" - את האנשים והנשים והטף... לעשות את כל דברי התורה הזאת". * פונה בקריאה לילדי/ילדות ישראל שלפני גיל בר/בת מצווה להתאגד ב"צבאות ה'". בסיסמת "אנו רוצים משיח עכשיו" * מייסד ישיבה גדולה "בקזבלנקה - מרוקו. מייסד "כולל אברכים" במונטריאול-קנדה. * יוצא בקריאה לילדי ישראל שלפני גיל מצוות להתאחד על ידי השתתפותם בכתיבת ספר תורה מיוחד לילדי ישראל שנכתב בירושלים עיר הקודש בין החומות.  .

מורה לכתוב ספר תורה מיוחד, שיאחד את כל חיילי "צבא הגנה לישראל"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חסד אדער קירוב?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext