בית פורומים אידישע געדאנק

וואלקעינא אויסברוך: ר' שמעון ווייס איבערגעשריבן שיכון סאטמאר אין בני ברק פאר ר' אהרן טייטלבוים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2010 18:39 לינק ישיר 
וואלקעינא אויסברוך: ר' שמעון ווייס איבערגעשריבן שיכון סאטמאר אין בני ברק פאר ר' אהרן טייטלבוים!

אין א מיואש'דיגע שריט, האבן די ארונים אין די לעצטערע טעג אנגעהויבן מיט זייערע פאלשע דאקומענטן ביי די בני ברק'ער דין תורה. ווי נאר דער הגה"ק האט זיך צוריקגעקערט פון לאנדאן זיך אריינגעזעצט אין ספרינטער.
 
די באריכטן פון בני ברק זענען נישט געווען אזוי יום טוב'דיג, האט מען באשלאסן מען האט נישט קיין ברירה נאר דער אלטער מהלך פון פעלשן פאפירן.
 
פאריגן דאנערשטיג תולדות האט ר' אהרן'ס טוען איינגעגעבן א כתב אז ר' שמעון ווייס ע"ה, דער גרינדער פון בני יואל, האט פארשריבן זיינע חלקי הבעלות (שעיר"ס) פון די מוסדות יטב לב פאר ר' אהרון טייטלבוים און ר' אהרן חתמ'ט בכת"י אז ער האט דאס באקומען. דאס ליצנות ביים בי"ד איז געווען עד לב השמים. דער גרעסטער שונא פון ר' אהרן האט אים איבערגעגעבן זיינע שעיר"ס פונקט איין וואך פאר ער איז געווארן רב הצעיר בכל אתר ואתר.
 
ווען די אהרונים האבן געזען דאס געלעכטער אין בית דין, האבן זיי זיך פארענפערט אז מסתם האט משה גבאי דאס געמאכט דעמאלס (ווייטער משה גבאי שולדיג...), אבער וויאזוי משה האט געמאכט ר' אהרן חתמ'ן יענע צייטן האבן זיי נישט געהאט קיין תירוץ.
 
היינט זונטאג האבן זיי געברענגט א פרישן צעטל פון ר' שמעון ע"ה אז ער האט חשון ס"ז פארשריבן זיינע שעיר"ס פאר מאיר פערל, און אויך באשטעטיגט ר' שמעון אלע אנדערע צעטלעך וואס ער האט געגעבן פאר פערל בנוגע בני ברק אז אלעס איז אמת.
 
מסתם ארבעטן זיי יעצט אויף נייע צעטלעך ווי די רביצין ע"ה האט אויך פארשריבן אירע שעיר"ס פאר ר' אהרן און אויסטויש אז ער וועט איר לאזן האבן די דירה נעבן דעם ביהמ"ד. און פון ר' עזריאל אויך, און אויב וועט זיין א סתירה פון די צעטליך וועט מען עס פארענטפערן מיט א פשעטל פון מתוך...
 
די רבנים האבן זיך פשוט געהאלטן ביי די זייטן וואו אהין פארלוירנקייט האט זיי נעבעך געברענגט.
 
די אהרונים ווידעראום האבן ארויסגעגעבן שטרענגע ארדערס אז קיין ווארט איבערדעם טאר נישט באריכטעט ווערן אויף היידפארק, ווייל די אלע תורות איז נאר גוט פאר די בני ברק'ע קעלבער גלאט, פאר די אמעריקאנע קען מען טאקע פארקויפן באבקעס, אבער נישט אזוינע גרויסע.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/11/2010 07:57 לינק ישיר 

איך בין נישט קייין טוען, און נישט קיין גרויסער ת"ח, אבער לדעתי, איז דער פאקט אז  די אהרונים האבן פרובירט צו טאן מיט רבי עזריאל א ענליכע זאך   קען לכאורה היבש העלפן פארן בית דין צו פארשטיין מיט וועמען מען האנדלט דא.

אגב,ווייסט איינער פון וועלכע יאר איז דער פאלשער בריוו פון מאיר פערל? איז עס פריער ווי דער בריוו ווי ר' שמעון שרייבט איבער זיין זכות פארן  רבי'ן, אדער שפעטער? איך מיין סוכ"ס וואס עפעס זאל דער בית דין ענדערש גלייבן דעם בריוו פון פערל? אויב עפעס וועלן זיי פארדינען אז מען וועט נישט גלייבן קיין איינס, קומט אויס אז ר' שמעונ'ס שעיר גייט פאר זיינע יורשים, דאס זענען די קינדער פון זיין ברודער ר' דוד מאיר ע"ה. איינער איז דער ווייסער קלמן פון מאנרא... און איינער איז יאנקל ווייס, אויך א זאלי פון מאנרא. (סדא דאכציך נאך א ברודער וואס האט אריין געמופט פון מאנרא, הערשל הייסט ער, אויך מאנ"ש) אבער פארשטייט זיך דאס איז אלעס שפעקולאציעס.

למעשה בלייבט אומקלאר וואס עס האט געזאלט מיינען דער בריוו פון אהרן טייטלבוים וואס איז געווען אויבן א קאפי דערפון, און צי זעט דען נישט בי"ד וואסערער פורים די בריוון זענען?

וואס כ'נעם זיכער ארויס, אז די אהרונים האבן ערנסט מורא אז דער בי"ד וועט אננעמען די טענה אז עס באלאנגט פאר יחידים און נישט פארן ציבור. נו, ימים ידברו.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 05:40 לינק ישיר 

ווער זאגט אז דער בית דין וועט נישט קויפען אזא צעטל
די חברי הבית דין זענען נישט קיין סאטמארער און ווייסען נישט ווי ער האט באלאנגט
ביי זיי איז עס א חתימה מיט עדות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 01:03 לינק ישיר 

ווי זאגט נאר יוסל וואלדמאן?! אנבעליוועבל!!!

א איד וואס רופט זיך הגה"ק וכו', זאל זיך זעלבסט אונטערשרייבן אויף אלע שייגעץ שטיק וואס זיין פארטיי שרייבט אים פאר. קודם די טשעק פאר די הצלת רבינו קעיס, און יעצט דעם צעטיל פאר בני ברק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 00:07 לינק ישיר 

כזה ראה ו...'קדוש'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 23:50 לינק ישיר 

WOW געכאפט דעם גנב! די זעלבע חתימה וואס ער ניצט כלומר'שט פאר אידישקייט, מיטן זעלבן חתימה גנב'עט ער נכסי ציבור!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 23:43 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
פאפירן ביטע(דאס איז וואס עטס בעטס אלס...) מען בויט פאקטן ווייל א זאלי האט אזוי געזאגט


וואס טוט מען נישט פאר א גוטן פריינ"ט... דא האסטו דעם דאקומענט פון ר' אהרן טייטלבוים, באשטעטיגט מיט א לויער, דאטירט ד' ניסן תשנ"ט, אז ער איז דער נייער בעל הבית אין בני ברק










תוקן



תוקן על ידי המהדרין ב- 10/11/2010 23:58:02




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/11/2010 01:34 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
פאפירן ביטע(דאס איז וואס עטס בעטס אלס...) מען בויט פאקטן ווייל א זאלי האט אזוי געזאגט


אויף וועלכע חלק פונקטליך דארפסטו פאפירן? דאס אז ר' שמעון ווייס האט איבערגעשריבן זיינע שעיר"ס פאר הוד כבוד הגה"ק? דאס דארפסטו זיכן ביי דיין רבי'ן אין שופלאד, ווארום ער האט דאך אונטערגעשריבן דארט אז ער האט עס טאקע באקומען...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/11/2010 00:49 לינק ישיר 

וגם אני מצטרף לבקשת פאפירן ביטע!!

שטייט דאס אין בלאט איז פיין!! א נישט רעד עס איין פאר ענקערע נארישע זאליס, מיר חלה דעקלך וועלן עס נישט קויפן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 00:25 לינק ישיר 

פאפירן ביטע(דאס איז וואס עטס בעטס אלס...) מען בויט פאקטן ווייל א זאלי האט אזוי געזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 22:36 לינק ישיר 

http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2723716&whichpage=2&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2010 18:58 לינק ישיר 

איך האב מורא אז יוסי בראך פירט אן די קארט אין ב"ב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וואלקעינא אויסברוך: ר' שמעון ווייס איבערגעשריבן שיכון סאטמאר אין בני ברק פאר ר' אהרן טייטלבוים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext