ר' שמואל יעקב קאהן האט אין די פריערדיגע יארן זוכה געווען צו פירן די גרעסטע טיש אין ב"פ, ווען דער גערער רבי איז געווען אין ב"פ אויף שבת האט ער נישט געהאט דעם עולם וואס ר' שמואל יעקב האט געהאט. עס זענען אריבער עטליכע יארן און ס'איז נישט צום גלייבן וואס איז געבליבן דערפון, עס האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז ער וועט א גאנץ לעבן האבן אזא עולם ווען ער קומט קיין ניו יארק, אבער צו בלייבן אזוי אויסגעשפליט? ווער האט זיך געגלייבט?
דא איז אין די זעלבע צייט וואס זיין ברידער'ס כח אין ב"פ גייט ארויף. ר' דוד האט עטליכע יאר אויסגעלאזט ב"פ צוליב דעם וואס ער האט נישט געהאט קיין עולם דארט, אבער די לעצטע 2-3 יאר האט זיך די מצב געטוישט און ער ווערט אלס שטערקער אין ב"פ. אמאל האט ר' שמואל יעקב געהאט אין ב"פ אסאך מער פון ר' דוד און דאס יאר האט שוין ר' דוד געהאט מיט 2-3 מאל מער ווי ר' שמואל יעקב.
חיי דו ביזט off track, פאריגע וואך שרייבסטע אז ער האט געוואלט קומען צום RFR הפגנה, און דא רייסטו אים אראפ...?
סארי דיר צו לאזן וויסן, איך בין נישט א אהרויני וואס רייסט אראפ פאר אינטערעסע און פאמפעט פאר אינטערעסע... חוץ מזה האב איך אים בכלל נישט אראפגעריסן שרייבן אז ער האט געהאט ביים 100 אידן און ברענגען א קליפ קען בשום אופן נישט ווערן אנגערופן אראפגעריסן חוץ ביי א אהרויני.
פאר די וואס פארקויפן אז ביים טיש האט ער טויזענטער, איר לעבט אין א חלום, דאס איז אמאל געווען, היינט ווערט דער עולם קלענער פון יאר צו יאר.