היינט האט זיך געענדיגט די צווייטע רונדע פון זיצונגען ביי די דין תורה אין סאטמאר בני ברק.
די אהרונים זענען געווען פארנומען שוין ביי די פאריגע זיצונג אז דאס מאל גייען קומען די ריכטיגע באמבעס. זיי גייען ברענגן באווייז אז דער רבי ז"ל איז נישט געווען בעל הבית אין שיכון, נאר דער ציבור איז בעל הבית.
דער זיצונג האט זיך אנגעהויבן די פאריגע וואך דינסטאג, און די אהרונים האבן גענומען דעם רשות הדיבור, און זיי רעדן נאך אפשר יעצט. זיי האבן געברענגט באווייזן וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אלע באטייליגטע. יאנקי סופר וועלכער איז געקומען פון אמעריקע באבאכטען פון די נאנט די דין תורה, מטעם וועד בית רבינו, האט זיך געביסן די ליפן ווי נאריש די בני ברק'ער פירן דעם קעיס.
קודם האבן זיי געברענגט נארישע בריוון און שנאר פאמפלעטן אז דער שיכון האט רביה"ק בכלל נישט געבויעט, דאס האבן געבויעט אנ"ש פון ארץ ישראל, במילא איז דער רבי נישט בעל הבית. אבער דאס איז גלייך אפגעווארפן געווארן נאכדעם וואס עס איז ידוע לכל, און פארצייכענט בעט ועופרת אז דער רבי האט דעם שיכון געבויעט פון זיין אייגן געלט און ער האט אויפגעשטעלט דעם בארד אוו דירעקטארס, און דווקא יא געוואלט אז די הנהלה זאל געפירט ווערן דורך זיי.
דערנאך האבן זיי פרובירט צו ברענגן פאלטשע דאקומענטן (ווי שוין געשריבן באריכות אין אנדערן אשכול) אז ר' שמעון ווייס ע"ה האט גאר איבערגעשריבן זיינע שעירס פאר ר' אהרן טייטלבוים. ווען זיי האבן געזען אז דאס איז א ריזן ליצנות, האבן זיי פרובירט א אנדערע מיטל, געזאגט אז ר' שמעון ווייס האט איבערגעשריבן זיינע שעירס פאר מאיר פערל, ווייל ער האט פארטרויעט מאיר'ן אז ער וועט נישט אראפנעמען די טאוועלעך "בית פיגא" פון די מיידל שולע אין בני ברק, און די זאליס וועלן יא.
ווען בית דין האט אנגעהויבן פרעגן צו עס איז דא א מחלוקה צווישן ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' מאיר פערל צו וועם עס באלאנגט די שעיר"ס, האבן זיי אנגעהויבן דרייען מיטן צונג אז די ערשטע צעטיל איז א פאלטשע, און משה גבאי האט ארויסגעריקט בגניבה א חתימה פון ר' אהרן טייטלבוים.
היינט, די לעצטע טאג האט בי"ד באשלאסן ווי פאלגאנד:
(1 דער אלטער עיקול וואס איז באשטעטיגט מיט א טי. אר. או. בלייבט בתוקף, און משה חיים ווייס טאר נישט טון קיין שום פעולה בשם די מוסדות אדער שיכון.
2) עס איז נישטא קיין שום עיקול אויף די זאל און האטעל וואס באלאנגט צו ר' דוד מאיר טאהלער, אפילו די אהרונים האבן אזוי שטארק געפייט דערפאר. אזוי אויך האבן די די אהרונים פארלאנגט פון בית דין, אז מען זאל מעקל זיין אויפן דעם אנדערע צד אויך, אז זיי זאלן אויך נישט מאכן קיין שינוים אדער פארקויפן נכסים אבער בי"ד האט דאס נישט אנגענומען.
3) די ארונים האבן פארלאנגט אז אלע זיצונגען זאל פארקומען אין ארץ ישראל און בית דין האט פארגעשלאגן פשרות. אבער די ארונים האבן בשום אופן נישט מסכים געווען צו קיין פשרות. דער בית דין האט למעשה נאר געגעבן נאך איין וואך, אין חודש אדר, ווען די זיצונג וועט פארקומען אין ארץ ישראל און שפעטער עטליכע וואכן אין אמעריקע.
4) אזוי ווי די אהרונים האבן מחדש געווען אז מאיר פערל מיט יאנקי סופר זענען אויך שעירהאלדערס, קומט אויס אז די אהרונים האבן נישט איינגעהאלטן די שטרי בירורין מיט דעם וואס עס איז געווען אויסגענומען אז אלע שעירהאלדערס זאלן אונטערשרייבן, דעריבער וועט די דין תורה נישט אנגיין ווייטער ביז די צוויי שרייבן נישט אונטער.
תוקן על ידי הבגץ ב- 09/11/2010 01:32:08
נשלח ב-11/11/2010 05:50
זלמן גרויז איז דער טוען"? איז נישט לעצטע מאל געווען שפיגעל דער טוען פון די אהרונים?
נשלח ב-10/11/2010 22:04
פריינדליך כתב:
ווען דארף די פסק ארויסקומען? פארוואס דארף זיך א די"ת אזוי לאנג ציען??? איז עס א קאורט ח"ו??
ליידער פרעגט כלל ישראל די זעלבע שאלה אויף די באבוב'ע דין תורה, במחילת כבוד תורתם איז דא אסאך בעלי בתים וואס זענען מזלזל אין בתי דינים לכבודם.
נשלח ב-10/11/2010 21:57
מלך_מלכים כתב:
פריינדליך, סתם פאר נייגעריגקייט, צו וועמען רעדסטו, צו ר' יונהען?
איך רעד צו ברעקינג און בג"ץ. ווען דארף די פסק ארויסקומען? פארוואס דארף זיך א די"ת אזוי לאנג ציען??? איז עס א קאורט ח"ו??
נשלח ב-10/11/2010 21:03
איך האב מיט 3 שעה צוריק גערעדט מיט א איד וואס האט נעכטן ביינאכט גערעדט מיט איינע פון די גרויסע עקספערטן אויף זיופים ביי ר' אהרן'ס לאגער, וואס האט זיך גרויס געהאלטן מיטן שטיקל פון ר' שמעון ווייס אונטערשריפט, אבער ער האט צוגעלייגט א שטארקן פוינט, אז מיט דעם אלעם האט עס אין זיך א געוואלדיגע סכנה נוראה, ווייל דא זענען אויך אונזער צד (מיינענדיג די הנהלת המוסדות) מודה אז ווער עס האט די קארפארעישאן איז דער בעל הבית פון נכסים אין בני ברק און נישט דער מוסד.
_________________
נשלח ב-10/11/2010 19:20
ששש, וועקטס נישט אויף רבי יונה, ששש.
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 10/11/2010 19:23:39
נשלח ב-10/11/2010 19:17
איך ברענג אייך דא דעם "נעגל וואסער באמבע בריוו" וואס פון דעם בריוו ציטערן די אהרוינים פחד מות.
קודם האט זייער טוען זלמן גרויז אליינס אהערגעשטעלט דעם בריוו צו צייגן כאילו באמת איז די הנהלה בעל הבית און נישט די רבי. אבער צו זיין שלימזל האט בי"ד נאכן אפליינען דעם בריוו געשטעלט א געוואלדיגע שאלה, אינם בריוו שטייט קלאר (עמוד ב') אז די רבי און די רעבצין זענען אויסשליסליכע בעלי בתים, זיי זענען אזוי שטארק בעל הבית אז מען דארף זיך באווארענען אז די יורשים פון רבין (מיינענדיג די נידראנגיגע חברי הנהלה אין בריוו ווערן זיי אנגערופן סוג ג') זאלן נישט קענען אין שפעטערע יארן (נאכן רבי'נס פטירה) פארקויפן די נכסים. עס ברענגט ארויס נאך מער ווי שטארק דאס בעלות גייט, אויף אזוי ווייט אז אויב איז דער בעל הבית פונם קארפאראציע פריוואט שולדיג געלט פאר א צווייטען קען יענער צונעמען בניני המוסדות. אזוי אויך שטייט קלאר (עמוד ד') אז די רבי איז דער בעל הבית און די הנהלה בעט נאר א "יפוי כח" דאס הייסט א כח פון א שליח, לפי"ז קומט דאך קלאר אויס אז די רבי איז יא געווען פולשטענדיג בעל הבית און נישט די הנהלה דעריבער קומט זיך לכאורה דאס גאנץ געשעפט פאר די זאליס.
דא איז זלמן גרויז (דער זעלבער אהרוינישער טוען וואס האט לכתחלה געברענגט דעם בריוו) אויפגעשפרינגען ווי א געביסענער און גענומען צוריק דרייען אז דאס איז נאר א קאפי ער מיינט אז אינם ארגינעלן שטייט יא אז די הנהלה איז בעל הבית... און ער האט געבעטן בי"ד זאל נישט פסק'ענען לויט דעם בריוו ביז מען ברענגט א ארגינעלער (דאס אליינס איז א שאלה ווייל נאכדעם וואס די אהרוינים האבן געברענגט דעם בריוו קען זיין אז ס'איז א הודעת בעל דין).
תוקן על ידי הבגץ ב- 10/11/2010 19:22:50
נשלח ב-10/11/2010 17:26
פריינדליך, סתם פאר נייגעריגקייט, צו וועמען רעדסטו, צו ר' יונהען?
נשלח ב-10/11/2010 16:34
ווען קומט ארויס די פסק? איך וויל פשוט וויסן ווילאנג עטס וועטס אנהאלטן מיט ספינס
וואס ער האט ערשט היינט ארויסגעגעבן, זייענדיג גרייט צו לאזן זיין גאנצן עולם מיטן צונג אינדרויסן, אבי נישט צו פארלעצן חלילה דעם הוראה פון בי"ד, און נאכמער איז זיין מסי"נ געקומען צום אויסדרוק, ווען די אנדערע צד האט יא עובר געווען און מפרסם געווען ספינס לטובתם, מיט דעם אלעם האט ער זיך איינגעהאלטן ביז היינט.
(לצים זאגן אז די סיבה וואס רבי יונה האט ערשט היינט געשריבן, איז ווייל ער איז געווען אויסגעשפארט פאר 2 וואכן...)
_________________
נשלח ב-9/11/2010 22:45
לויט ווי איך פארשטיי איז איז דאס נאך א סעריע אינעם למכה מצרים בבכוריהם שפיל וואס קומט פאר די לעצטע יאר צייט ביי די אהרונים. מאיר פערל טענה'ט איז די שעירס זענען זיינע, און די בני ברק'ער האלטן מיט מאיר ווייל ער איז סוף כל סוף דער וואס שטעלט צו דאס געלט. ווידעראום יאנקי סופר שרייט אז די שעירס באלאנגן פאר ר' אהרן טייטלבוים, און ער באצאלט די דין תורה'ס.
כי לעולם חסדו!!!!
נשלח ב-9/11/2010 15:15
סך הכל פון די די"ת ביי די נארוואס-פארלאפענע סעסיע: אהרונים געבעטן אויספירן די הוראת בי"ד פון פארמאכן די געריכטליכע קעיס פייל (ארויסגיין פון בג"ץ) אפילו און פאל אז דער עיקול פאלט אראפ.
נישט באקומען. בי"ד פסקנ'ט אז עס לוינט זיך אפילו נישט צו רעדן דערפון, און אלעס בלייבט פונקט ווי ביז איצט, ווייל די הירונגען אין געריכט איז שוין ביז איצט אויך איינגעפרוירן שוין מיט יארן צוריק בהסכמת הצדדים, (רבי יונה גייט באלד זאגן אז דער ב"ד איז אויך רועי בוקר).
אהרונים בעטן לייגן אן עיקול פון בי"ד אויף חברת קרית יואל נישט צו טוישן דעם סטאטוס און קיין שום ענין, און וואס ר' משה חיים ווייס טאר נישט טאן זאל ר' מענדל וואלערשטיין דער מנהל אויך נישט טארן טאן.
נישט באקומען. בי"ד פארארדענט עס בלייבט אן עיקול נאר אויף ר' משה חיים ווייס און אויף חברת קרית יואל און אויף איר מנהל איז נישטא די מינדעסטע עיקול.
אהרונים פאדערן, געבן דאס געלט פון די "התמר" זאלן און די האטעל וכו' פאר די מוסדות ווייל עס איז דא א סטרייק, אדער לכה"פ עס משליש זיין ביים בי"ד.
אהרונים בעטן, אלע ישיבות בי"ד זאל פארקומען אויסדרוקליך נאר אין ארץ ישראל.
נישט באקומען, בי"ד פסקנ'ט די אהרונים קענען פארלייגן זייערע טענות אין ארץ ישראל, אבער דער צד השני חברת קרית יואל קען עס פארלייגן אין אמעריקא, וויפיל טעג עס וועט זיך פאדערן.
דאס אלעס איז געשען טראץ די מעכטיגע אטאם באמבע וואס די אהרונים האבן געלייגט אין בי"ד, אז הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה וואס האט געעפענט דעם בית החיים פון קהל בני יואל האט איבערגעשריבן זיינע פריוואטע שעיר'ס נישט מער און נישט ווייניגער פאר מאיר פערל שליחו פון ר' אהרן טייטלבוים. בי"ד האט זיך זעט אויס נישט גערעכענט מיט די מעכטיגע הירשאמע אטאם באמבע וואס די אהרונים האבן געשאסן.
צו דעם אלעם איז בי"ד געוואיר געווארן אז די אהרונים האבן אויסגעפאפט בי"ד - און אויך דעם ירושלימ'ער רב - אויף גאר א שרעקליכן און מיאוס'ן פארנעם, ווען נאכן זיצן 6 מאנאטן אין די"ת, איז נישט נתברר געווארן אז די די"ת האט זיך געפירט נישט מיט די ריכטיגע בעלי דינים, די אזויגערופענע נייע שעיר-האולדער'ס - לשיטתם - מאיר פערל מיט יענקי סופר וועלכע האבן נישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, דעריבער האט בי"ד זיי מחייב געווען אונטערשרייבן שטרי בירורין, און אז זיי טארן נישט טאשן דעם סטאטוס פון די שעיר'ס פון די קארפארעישאן אפילו לשיטתם.