יאנקי איז די לעצטע שטיק צייט געווארן א אהרויני, איר מיינט אוודאי אז ביז היינט איז ער געווען א זאלי, בני יואל אדער א נייטראלער, אויב אזוי האט איר א טעות.
יענקי האט זיך געפענט א פרינטינג סטאר אין ב"פ, ער האט זיך דערוויסט פון א געוואלדיגע סוד אז די ב"פ בעלזא וועלן ניצן נאר א בעלזא פרינטער דעריבער האט ער זיך מגייר געווען, ער האט אריינגעלייגט זיינע קינדער אין בעלזא ת"ת ער האט אנגעהויבן דאווענען אין בעלזא בתי מדרשים און זיך אנגעטון שווארצע זאקן שבת כמנהג בית בעלזא.
אלס א חלק פון זיין פרינטיג ארבעט האט זיך אים כסדר געמאכט אז ער דארף אנקומען צו הענט ארבעט ווי למשל קנייטשן קלעבן שניידן וכדו', ער האט זיך געפינען איין זימער אין קאנטרי הארט נעבן מחנה דברי יואל אחים זופנים - קווינס קעמפ. ער פלעגט כסדר ברענגען "ארבעט" פאר די בחורים און באצאלט אפאר גראשען, ער פעלגט די ארבעט ארויסברענגען דאנערשטיג נאכט און עס האט זיך כסדר געמאכט געציילטע בחורים וואס האבן אויסעניצט די פרייע צייט פרייטאג נאכמיטאג צו טון זיין ארבעט און געמאכט אפאר גראשן דערפון. עס איז אזוי אנגעגאנגען אפאר וואכן ביז די הנהלה האט מחליט געווען צו מאכן א סטאפ פאר דעם. יאנקי האט שוין פון פאראויס געוויסט אז ווען קעמפ ענדיגט זיך וועט ער פארלירן די לוקסוס פון ניצן בחורים פאר זיין ארבעט און האט שוין געהאט מחליט געווען סיי ווי צו גיין צו אהרויני. וכך הוה ער האט אנגעהויבן מאכן דעם סטאפ דאנערשטיג נאך אויפן וועג צו קאנטרי אין מאנרא מתיבתא, דארט האט ער גאר שטארק מצליח געווען ווייל די בחורים זענען געווען גרייט פאר אפאר טאלער צו ארבעטן פאר אים כמעט 24/7 נישט נאר פרייטאג נאר ממש א גאנצע וואך, אזוי האט ער אנגעהויבן ארויסקומען ספעציעל קיין מאנרא עטליכע מאל א וואך במשך די וואך, און נישט נאר פאר "ביזנעס" נאר אויך סתם צו קוואקענען מיט די בחורים, עס איז שוין געווען היפש באקאנט פאר די בחורים אז אויב זיכט מען א וועג פון ב"פ קיין מאנרא דארף מען זיך אריינכאפן צו יענקי אין סטאר און ס'קען אפט געלונגען ער זאל זיין אין די מאד פון מאכן א רייד. ער האט זיך זייער שטארק "באפריינדעט" מיט די בחורים פרעזענליך אויך און פלעגט זיי טראגן און ברענגען מיט זיין "לעלא" קאר... ער האט אזוי שטארק איינגעקלאפט מיט די בחורים עד כדי כך אז פאר צוויי וואכן צוריק ווען די ישיבה איז געפארן אויף רעדער ווען די בחורים וואס האבן באקומען א לא נתקבל זענען אריינגעקומען אין ישיבה אל אפם וחמתם פון דעם מנהל, האבן די אהרוינים אפיצעיעל געשריבן אויף זייער הייד פארק סייט אז די בחורים זענען "יאנקי שווארץ'עס" בחורים... א קיצער פון א בעלזאר האט ער מחליט געווען צו ווערן א אהרויני...
יעצט איז יענקי דער וואס דריקט די פאשקעווילן פאר די בחורים, נישט לאנג צוריק האבן איינע פון די מנהלים קאנפעסקירט 10 טויזענט פרישע פאשקעווילן וואס יענקי האט געדריקט ביי זיך אין געשעפט אין ב"פ און דיליווערט פאר די בחורים "בחינם"... פאסירט האט דאס לכבוד דעם וואס די הנהלה האט געוואלט כאפן דעם יענקי רעד הענדעד מיט בחורים אין קאר נאכדעם וואס זיי האבן אים געווארענט ער זאל מער נישט נעמען קיין בחורים אויף טריפ'ס, ווען זיי האבן געזען זיין קאר זיך דערנענטערן צום ישיבה האבן זיי אים באמערקט אראפווארפן 2 באקסעס אויף די זייט פון בארדיטשוב רד.
פארשטייט זיך אז די בחורים האבן געמאכט א ויצעקו און א איבערקערעניש אבער ס'האט זיי ווייניג געהאלפן. יעצט עסט זיך די הנהלה דארט אויף מיט דעם יענקי וואס האט מיט זיך 30 באדיס צווישן די עלטערע בחורים פון ישיבה און די הנהלה האט נישט קיין ווארט אויף אים ווייל ער האט אנגעהויבן אריינעמען אין קאר נאר בחורים וואס זענען שוין 18
איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי א בעלזא אינגערמאן וועגן דעם יענקי, פארציילט ער מיר אז יענקי האלט ביים ארויסגיין פון ביזנעס, ער פלעגט אמאל מאכן אסאך ביזנעס אבער די לעצט יאר צוויי האלט ער אין איין וויינען אז ער מאכט נישט קיין געלט, ער זיכט ווער ס'וויל אפקויפן זיין ביזנעס, אויב טרעפט ער נישט א קונה וועט ער זיין געצווינגען צו פארמאכן.
איך פערזענליך האב זיך אנגעהויבן נאכפרעגן אויף דעם געשעפט, איך האט געטראכט אז ס'קען זיין א גוטע אינוועסטמעט, האב איך זיך דערוויסט אז דער אינגערמאן וואס פירט יעצט די סטאר אויף וועידשעס פלאנט דאס איבערצונמען.
ציניקער זאגן אז יענקי וועט נאכן אויסטון די בעלזא שווארצע זאקן ווערן א אהרוינים און נישט קויפן א דיימאנט שטיין און מתונה מאכן לויט די תקנות...
יענקי מיט איינע פון זיינע באדיס
