בית פורומים אידישע געדאנק

רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2010 22:27 לינק ישיר 
רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט

אלפים ורבבות מישראל פון אלע שיכטן און קרייזן גרייטן זיך אין די טעג צו פייערען דעם  66'טן יום הצלה והשחרור פון מרן רביהקוה"ט רשכבה"ג בעל "ויואל משה" מסאטמאר זי"ע ועכי"א ביום כ"א כסליו הבעל"ט וואס איז באקאנט אין די אידישע וועלט אלץ דער יום טוב פונעם חרדיש'ן אידנטום וואו אידן פון אומעטום קומען זיך צוזאם אין אזא געהויבענעם טאג אפצוגעבן א שבח והודאה פארן בוכ"ע על רוב רחמיו וחסדיו, און אין דעם פינסטערע גלות אונז איבערגעלאזט אזא צדיק אמת און מנהיג ישראל אמיתי, וואס האט מיט גרויס סיעתא דשמיא מחזיר געווען עטרה ליושנה און איבערגעפלאנצט אידישקייט אינעם וויסטן אמעריקע, און אפגעראטעוועט דעם דור פון די בייזע ווינטן פון מינות וכפירות וואס עד היום הזה ברענט נאך דעם הייליגן ניצוץ וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט אנגעצינדן באש קודש און פלאקערט נאך צווישן רבבות תלמידיו וחסידיו און אין אלע ערליכע אידן וואס גייען אינעם אויסגעטרעטענעם וועג ובשיטתו הבהירה וואס דער רבי זי"ע האט כסדר געלערנט און געחזרט.
 
אין אלע אידישע צענטערן, איבער די גארער וועלט, וועט אפגעהאלטן ווערן מסיבות און כינוסים לרגל יום ההצלה וואו דער עלטערער דור וועט פארציילן און איבער געבן פארן יונגערער דור די הייליגע יסודות וואס דער רבי האט אראפגעשטעלט און איבערגעלאזט אלס א ירושה לנו ולבנינו עד עולם.

באזונדער אין ניו יארק, וואו עס וואוינען דער גרעסער ציבור תלמידיו וחסידיו, און איז געווען איתן מושבו פון רבינו הקדוש זיע"א גרייטן זיך די צענדליגער טויזנטער סאטמארער חסידים צו פראווען דעם צענטראלער סעודת הודאה רבתי במקהלות רבבות עמך בית ישראל בראשות הרבנים הגאוה"צ רבני ודייני קהלתינו הק' שליט"א ועל צבאם נשיא אלוקים בתוכינו עט"ר כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ממשיך השלשלת הקודש בגאון ובעוז עד ביאת הגואל.

ווי יאר יערליך וועט דער סעודת הודאה פארקומען אינאיינעם מיטן דינער השנתי פאר די מעכטיגע תורה פעסטונג די מוסדות הקדושים אין וויליאמסבורג "תלמוד תורה ובית רחל תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר", ווי עס ווערן היינט צוטאגס נתחנך די אומגלויבליכע ציפער פון 8000 תלמידים ותלמידות כ"י, וואס איז כהיום די גרעסטע חסידישע מוסדות אין דער וועלט בלע"ה. און איז נתייסד געווארן במסירת נפש ממש דורך רביה"ק והטהור בעל הנס זיע"א וועלעכע האט אראפ געשטעלט די הייליגע יסודות פעלזן פעסט ע"פ דרך המסורה מאבותינו ורבותינו הק' נבג"מ און לאחר פטירתו איז עס ווייטער געפירט געווארן אויפן זעלבן וועג בלי שום שינוי דורך ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש מרן רביה"ק בעל ברך משה זיע"א במשך ז"ך שנים כולן שווים לטובה, און אונטער זיין הייליגע הנהגה איז די מוסדות הק' פילפאכיג פארגרעסערט געווארן און אויסגעברייטערט געווארן ביתר שאת וביתר עז. און דער רבי זצוק"ל אלס שומר משמרת הקודש האט געטריי אפגעהיטן דעם הייליגען פקדון לבל ישלטו זרים און ווייטער געפירט די עדה הקדושה אויפן אויסגעטרעטענעם וועג אויפן דרך פון רביה"ק מרן בעל "ויואל משה" זי""ע, און בהאי יומא דקגרים אין טאג פון כ"א כסליו האט דער רבי זצוק"ל איינגעפירט עס זאל פארבלייבן לדורות  און ווייטער פראווען די סעודת הודאה רבתי און עס פלעגט טאקע דינען אלץ כינוס הכללי ווי רבבות תלמידים וחסידים פלעגן זיך צוזאם קומען תחת קורת גג אחד לחזור ולשנן תורת אמת אין שפיץ פונעם מנהיג ישראל מרן רבינו הגה"ק זיעועכ"י ובמקהלות רבבות אלפי ישראל פלעגט דער רבי זצוק"ל זיע"א משמיע זיין דברות קודש במשנתו הבהירה פונעם גרויסן בעל הנס מרן דודו הק' וברגשי הלב ובשבח והודאה להקב"ה ארויסגעברענגט די חסדים גלוים מן השמים אז מען האט אונז איבערגעלאזט אזא צדיק אמת בזמן הזה וואס האט מחזיר געווען עטרה ליושנה אינעם גלות אמעריקע און דערביי געפאדערט פונעם ציבור תלמידים וחסידים צו שטיצן דעם רבין'ס הייליגע מוסדות ברוח נדיבה און ארומגערעדט איבערן גרויסן זכות פון החזקת התורה ( די דרשות ודב"ק זענען געדריקט אין ספר "אך טו"ב לישראל" שיצ"ל ע"י הנהלת המוסדות צום דינער תשס"ז העעל"ט). און כהיום לאחר הסתלקותו לשמי מעל, ווערט עס ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורך בנו וממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער רועה נאמן פון די רבבות ישראל פון איבער די גארער וועלט וואס פאררופען זיך אונטערן נאמען "סאטמאר" ותחת דגלו והדרכתו ווערן נתגדל און נתחנך דער פרישער לגיון של מלך וואס ציילט זיך אין די צענדליגער טויזנטער תשב"ר בליע"ה אינערהאלב די ממלכת התורה ויראה האדירה "סאטמאר" פון איבער די גארער וועלט און אין דער קורצער תקופה מאז עלותו על כס הרבנות האט דער רבי שליט"א מיט גרויס סיעתא דשמיא זוכה געווען מרחיב צו זיין גבולי הקדושה אויף א זעלטן גרויסע פארנעם און אויפהייבן די כבוד פון סאטמאר לתפארת  רבותיה"ק נבג"מ זיעועכי"א ווי דער רבי שליט"א איז עס כסדר תולה בזכות אבותיו הק' זי"ע. 

אין די טעג גייען אן פיבערהאפטיגע הכנות און די אפיסעס פון מוסדותינו הק' ווי הונדערטער עסקנים זענען איינגעשפאנט אויסצוארבעטן אלע דעטאלען צוצוגרייטן דעם גיגאנטישן ריזן בנין פון "וועסטערן פלאזא" צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס זענען ערווארטעט מיט צוהאלטן דעם מעמד רבתי, צוליב די אומערווארטעטע געדרענג פארגאנגענעם יאר וועט היי יאר דער ריזן זאל פילפאכיג פארגרעסערט ווערן דורכ'ן אריין נעמן אלע זייטיגע זאלן און וועט זיין אויסגעשטעלט אויף א גרעסערע פארנעם און דער ריזן זאל וועט אנהאלטן העכער 50,000  סקווער פיס אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן  דעם געהויבענעם מעמד, באזונדער קוקן אנ"ש ארויס אויפן הויעך פונקט פונעם נאכט וואס וועט זיין ווי יאר יערליך אויף די דברי אלוקים חיים דער צענטראלע דרשה ודברות קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער נשיא המוסדות הק' וואס וועט ארום רעדן בגודל קדושת היום ובדבר קדושת החינוך און חזרן די ריינע השקפה און מעורר זיין אויף די וויכטיגע ענינים הצריכין תיקון און בגודל החיוב פון לערנען די הייליגע ספרים פון רבינו הקדוש זי"ע לדעת את הדרך אשר ילכו בה .

מער פרטים וועט נאכפאלגן אין די נאנטע טעג

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו



תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 09/11/2010 22:32:59




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 06:56 לינק ישיר 

נישט צום גלייבן שוין דורך געגאנגען א יאר און אט האלט שטייט מען שוין ווייטער ביים שוועל פונעם גרויסען טאג ווען צענדליגע טויזענטער וועלן זיך צוזאמקומען אפגעבן א שבח והודאה צום אייבערשטען אויף דעם גרויסע טאג און אין די זעלבע צייט מחזק זיין און שטיצן די גרעסטע מוסד פונעם כדור הארץ בליעה"ר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 04:52 לינק ישיר 

אויפן בילד ווערט געזעהן כ"ק הראב"ד דק"ק שליט"א, הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, מרן רביה"ק זיע"א, הרה"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, הגה"צ גאב"ד אודווארי זצ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 04:48 לינק ישיר 

1

2

3

4

5


6


7




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 04:46 לינק ישיר 
ונר אלוקים טרם יכבה: מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ביים פייערדיגע חסדי ה' טאנץ ביום כ"א כסליו במקהלות רבבות ישראל בערוב ימיו ובשארית כוחותיו, דאב לעצטע יאר לימי חייו, געציילטע חדשים פארן הסתלקות לשמי מעל, און פראווענדיג דעם זיבען און צוואנציגסטע יאר כ"א כסליו אלס רועה נאמן ומנהיג קהל עדתינו הק', זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו, אמן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 04:21 לינק ישיר 

אנטשולדיגט פישער_גאבע פארן עס אריינשטעלן דא אינעם אשכול, איך וויל דיך נישט שטערן, און באמת א ישר כח פארן מאכן אזא געלונגענע ארבעט סיי די תוכן'דיגע באשרייבונגען און סיי פארן ברענגן די שיינע בילדער (אייביג נישט נאר יעצט...), אויף להבא וועל איך עס בעז"ה מתקן זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:44 לינק ישיר 

בקשה צום 2'טן מאל:
ביטע נישט פארדרייען די אשכול, די אשכול איז געמאכט "בלויז" צו מעלדן און אינפארמירען דעם ציבור איבער די לעצטע הכנות צום סעודת הודאה רבתי ודינער השנתי כ"א כסליו הבעל"ט
ישר כח למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:41 לינק ישיר 

איך בין באמת אנציקט פון די הערליכע ארבעט וואס די עסקנים האבן צוגעשטעלט ביי רב זלמן לייב'ס דינער וועסטערן פלאזא, איך בין דארט געווען היינט עטלכע מאל, פיינע הייצונג שיין לכטיג, ריין ציכטיגע פלאר, טויזענטער זיצען, איך וואונדער זיך אזא גיגאנטישע זאל וועט ווערן אנגעפילט, נאכדערצו אז אזוי פיל זיצן איז צוגעגרייט.
איך האב הנאה געהאט צו זעהן די קאוט רום ווי אלעס איז שיין מסודר, צוגעגרייט טויזענטער הענגערס מיט נומבערס, עס וועט זיכער איינשפארן אידיש געלט פון גיין לטמיון, אלע פריערדיגע יארן איז געווען א ווייטאג צוזעהן ווי אידיש געלט גייט צוגרינד דורך פארלירן די מאנטלען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:30 לינק ישיר 
למכה מצרים בבכוריהם...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:27 לינק ישיר 

יאפס! עס זעהט אויס א באמבאמסטישען זאל!
כ'זעה אז די הנהלת הישיבה האט זיך אנגעשטרענגט מיטן אהער שטעלן דעם ריזן זאל, עס זעהט אויס געוואלדיג מעכטיג און גרויס אויסגעשטעלט, לאמיר זיך אויכעט אנשטרענגן און ארויס העלפן די הנהלת הישיבה דורך זיי אנטקעגן קומען מיט גרויסע סכומים!  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:16 לינק ישיר 

כ'האף בעז"ה שפעטער ארויפצולייגן בילדער פונעם זאל גענצליך פארענדיגט גרייט אויף מוצאי שבת קודש כ"א כסליו הבעל"ט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:11 לינק ישיר 
דינסטאג וישב: איין העלפט זאל גענצליך פארענדיגט אויסלייגן די טישן און בענק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:07 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:04 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:02 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 03:00 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext