איך ווייס נישט פארוואס מ'מאכט נאך א נייעס פון יעדע חתונה אין דעם נייעם זאל, דער זאל איז שוין ב"ה א גשעענער פאקט, די מערכה דאס צו פארשפארן בתוך שאר הדורכגעפאלענע מערכות פון די חברה איז טאטאל דורכגעפאלן, און מ'דארף ווייטער אנגיין מיט'ן סדר היום, מוסדות בני יואל ת"ת, מיידל שולע, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה איז א פאקט, מקוה טהרה, כוללים, צענדליגער בתי מדרשים איבער'ן גאנצן שטעטל איז א פאקט, אייגענע בוטשער סטאר אין הארץ פון שטעטל, סאשעל סערוויסעס, גמ"ח'ן קרן חתנים'ס וכו' וכו' וכו' איז א פאקט, און דער נייער חתונה זאל שע"י מוסדות בני יואל איז אויך א פרייליכער פאקט, און נאך א רינגעלע אין די שלשלת הקדושה פון מוסדות בני יואל.
ווער געדענקט נאך ווען די הייליגע מוסדות בני יואל האבן זיך געעפנט מיט די נחשונים - געציילטע משפחות מיט מסירות נפש, האט דער בכור שוטה געיאוועט אויפ'ן מיקראפאן מיט געמאכטע ליצנות "איך ווייס נישט צו עס איז דא דארט פינף יונגלעך און פיר מיידלעך, צו פינף מיידלעך און פיר יונגלעך..." וואס האט זיך אויסגעלאזט פון יענע "געלונגענע וויץ" דארף איך קיינעם נישט זאגן, היינט איז עס א "פופצן הונדערט אדער זעכצן הונדערט קינדער קע"ה כ"י", דעריבער יעצט ביי די חתונה זאל ווען עס איז שוין געהעריג אין דינסט ב"ה לשמחת הציבור, דערמאנען מיר זיך דעם משל שאינו דומה לנמשל וואס איז פארגעקומען איבער 20 יאר צוריק.
 |
|
|