שאקינג. סאטמער איז געשטאנען אונטער די גארביטש געווארפאכטץ פאריגע זימער.
מיט גרויס שאק ווערט אויפגענימען די נארוואס ארויסגעליקטע אינפארמעשין, אז די ווילדזש פון קרית יואל איז געשטאנען אונטער די גארביטש אויסברוך פאריגע זימער, ווי יעדער געדענקט אז מ'האט נישט געקענט ארויסגיין נארמאל פון שטוב די גאסען זענען געווען שמוציג אין אומגעזונט אין די חילול השם איז ליידער געווען גרויס.
יעדער האט דעמאלטץ געמיינט אז די בנ"י שטייט אונטער די גארביטש אטאקע אבער יעצט קומט ארויס שטוינענדיגע פאקטען אז נישט מער און נישט ווייניגער אז די ווילדזש קארדענירט מיט די ראשי הקהלה אין נאך עטליכע דיינים זענען גאר געווען וואס האבען דאס געטון. אין דאס גאר ארויפגעשמירט אויף יוסל וואלדמאן. (וועמען זיי האבען סוקסעקפול באוויזען נאך יארען צירוק אנצישמירען מיט א מעשה כאילו ער האט גערעדט אויף די טעלעוויזשען פאר זעכציג מיליאן גוים, אנטקעגן ק"י) אין י. וואלנער אין אנדערע בני יואלע,
די מיבצע גארביטש וואס זיי האבען א נאמען געגעבן אפארעשען קאוד דזשי (g) איז געווארען גאר פארזיכטיג אויספלאנירט דורעך גדלי' אין משה לייב, און א בונקער אונטער די הצלה גראדזש (עטץ מיינטץ מ'זאגט ענק אלעס.. זייטס נישט קיין קעלבער.)
אראפגייענדיג די שטיגען וואס פירען צום בונקער, האבען זיי שוי געטראפען ר' דוד עקשטיין מיט די שמש פון די ווייסע גרויסע שול ר' יודא יושע דארטען. ווען מ'האט זיך געזעצט ביים לענגליך רונדעכיגע טיש האבען זיי אראפגעשארט די שריים פון די מאסקאווע קאטשקעס
ר' דוד האט אנגעפאנגען מיט זיין באסאווע שטימע ,(ווען ער רעדט אויפען גאס טוישט ער עס צי מער איידעלער) און געזאגט, שוין צענדליגער יאר וואס מענדל שווימער און די עליענס געווינען די וואלען מען קען זיי נישט אפשטעלען, מ'האלט שוין צווישען פופציג אין הונדערט פופציג בתי מדרשים (ער האט געזאגט דיינונג רומס) ווי די קהילה האט נישט קיין דריסת הרגל, בני יואל האלט שוין ביי זעקס טויזענט קינדער (פאר די גאס טרייט ער איינצירעדען נאר עטליכע הונדערעט). די גרויסע שול האבען מיר פארלוירען, יעצט פארלירען מיר די פארקינג לאט און די הויז אונטער די שול. די זאליס פון די אנדערע זייט, לייגען ארויף יעדען טאג ריזיגע ערקאנדישען'ס אויף זייער דאך און סאסמאן, די שפיקטיווער טייטלבוים דרייעט זיך עמטליך מיט ווייסע זאקען. גענוג איז גענוג, מען דארף דאס באצייטענס אפשטעלען.
די אנוועזענדע האבען מיטגעשאקעלט מיטען קאפ, איינער האט פארגעשלאגען אז אפשר זאל מען אנצינדען שימעלע זשיגאן'ס קאסעטע אפשר אזוי וועט מען געוואר ווערען פין ווי די שונאים לערנען זיך, אנציהאלטען אזוי סוקסעספול די מעיאר אמט. אבער ר' דוד האט געזאגט איך דארף א אקציע וואס וועט זיי צישמעטערן שוין יעצט.
ביז ס'איז ארויפגעקומען אויף א פארזיכערטע ליניע די גאר ראפענירטע ר' שמואל ווידער (וואס ער איז נאך געשטאנען אונטער די פלאן,פון אריינצילייגען טייגלעך און די ברונעמס און פארסאמען די קריסטען נאך און אייראפע 500 יאר צירוק און ווי באקאנט איז כמעט האלב אייראפע געווארען באטראפען פון די שווארצע מגיפה רח"ל-דער שמואל רעדט איין פארען ציבור קעלבלעך אז ער איז אונטער זעכציג ווען אין פאקט איז ער שוין איבער 500 יאר,- די באקאנטע ליגענט אז די ווארלד טרעיט צענטער האט בין לאדען אראפגעווארפן, קומט אויך פון אים) און דער שמואל איז אויפגעקומען מיט די געוואגטע פלאן פון אויסשיסן גארביטש אין קרית יואל אין דאס גאר אנשמירען אויף יואלי וואלנער.
ס'איז דא אפאר ווערסיעס ווי אזוי זיי האבען באצווינגען יואלי וואלנער מיט יוסל זאלען דאס טון, אונז וועלען אננעמען די קראנסטע ווערסיע. די פלאן איז געווען ווי פאלגענט זיי האבען פארכאפט יואלי וואלנער און א ריידער טראק יעדעס מאל ווען ער האט געוואלט ארויסטראגען גארביטש, אין ר' שמואל ווידער מיט זיין געוואלדיגע כח צי וואשען מוחות האט אים באוויזען איינצירעדען אז ער ווארפט עס אין א גארביטש קען, און עכט איז דאס געווען אינמיטען ראוד, סאיז ציגעגאנגען אזוי משה לייב האט געדרייווט די טראק און שמואל האט פלוצים געגעבן א שריי מיט א זיין הייזעריגע שטימע סטאפ און געוויזען אינמיטען די ראוד, פאר יואלי וואלנער און יוסעל וואלדמאן דא.. דא איז די גארבידזש קאטעינער ווארף.. און יוסל און וואלנער האבען געווארפען, ווערענדיג געברענוואשט פון שמואל אז זיי ווארפען און א עכטע גארביזש קען.
אזוי האבען זיי זיך ווילדעהייט ארומגעיאגט איבער די ק"י גאסען מאכענדיג איין שארט סטאפ נאכען צווייטען. והעיר קרית יואל צהלה ושמחה. סאיז דא נאך ווערסיעס אז זיי האבען זיך גאר פארשטעלט ווי יואלי וואלנער אין יוסל אבער מיר האבען אראפגעברענגט נאר איין ווערסיע.
נו חיי שעה הייסט אויך געלעבט...
 |
|
|