בית פורומים אידישע געדאנק

נידערלאגע פאר דעוויד גרינפעלד: פריארעטי 7 א פארגאנגענהייט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2010 06:51 לינק ישיר 
נידערלאגע פאר דעוויד גרינפעלד: פריארעטי 7 א פארגאנגענהייט!

דער בארא פארקער קאנסילמאן דוד גרינפעלד, איז באוויסט אלץ געפערליכער און צווייפאכיגער פארשוין. נישט נאר ביי די אידן, אפילו ביי די גויאישע פאליטיק. ער איז א דעמאקראטישער קאנדידאט, אבער אינדארסירט דאנעווען פאר אטורני דזשענעראל, מיט חשבון צו לעקן מעיאר בלומבערג. זיך געשלאגן מיט די אגודה וועגן דעם פריארעטי 7 און נאך.
 
ביי די פארגאנגענע וואלן איז ער געווען דער וואס האט ארויסגעברענגט גאנץ בארא פארק שטומען פאר דען דאנעווען אלץ אטורני דזשענעראל, אלעס מיטן חשבון אז דער מעיאר וועט אים געבן די פריארעטי 7. דעם שב"ק האט אבער דער מעיאר געמאכט א סוף צו די גאנצע פריארעטי 7, און דוד גרינפעלד האט אים גערופן וויינען אז ער לייגט אים צוגרינד, ער פארלירט זיין גאנצן קרעדיט ביי די בארא פארק'ער עסקנים. דער מעיאר האט אים אבער געלאכט אין פנים האבענדיג א אלטע חשבון מיט גרינפעלד, און יעצט האט ער זיך מיט אים פארגליכן.
 
דוד, זה עונשין של רמאים!
 
נ.ב. יעצט קענסטו נאכאמאל גיין זאגן פארן ניו יארק פאוסט סטעיטמענטס צוזאמען מיט דיין חבר אינדיג קעגן דעם עסקן נמרץ הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 07:01 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואסערע מערכה דו האסט מיט דיוויד גרינפעלד, אבער ווי ווייט איך געדענק, האט אים משה דוד געפאמפט און געארבעט אינאיינעם מיט אים, א סאך פאר די אהרונים האבן בכלל געקענט אזא נאמען

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 07:37 לינק ישיר 

איך האב אנגעהויבן מיין תגובה מיט דעם אז גרינפעלד איז באוויסט אלץ צווייפאכיגער פארשוין. אין אידיש גערעדט; א טו פעיסער. אמת, ר' משה דוד האט אים טאקע געפאמפט און גרויס געמאכט נאך סאך פאר די אהרונים האבן אפילו געקענט זיין נאמען. און נישט נאר דאס, די אהרונים זענען גאר געווען די וואס האבן העפטיגע קאמפיינט קעגן גרינפעלד ביי די וואלן קעגן לאזאר. אבער נאך די וואלן האט ער זיך מתחבר געווען מיט דעם צווייטן לאו לייף נפתלי משה אינדיג, און אנגעהויבן ארומגיין פרעסן ביינאכט אין די רעסטוראנען.
 
דעריבער איז א פארגעניגן צו זען וואס דער סוף פון אזאכע דאבל קראסערס זענען, און עס איז אים אהיימגעקומען נאכן שפילן א ענדליכן טו פעיס שפיל מיט מעיאר בלומבערג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 07:39 לינק ישיר 

נישט אז בלומבערג איז נישט קיין רשע פארן אוועקנעמען דעם קריטיש וויכטיגן פראגראם. נאר עס איז א לערן געלט פאר דעוויד גרינפעלד, וואס האט איינגערעדט פארק גאנץ בארא פארק אז ער גייט דעליווערן דעם פריארעטי 7 אין אויסטויש פאר זייער שטומע פאר דאנעווען. אז מיט טו פעיס געימ'ס האט מען אזא סוף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 14:13 לינק ישיר 

* width="640" height="385"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 14:13 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 14:35 לינק ישיר 

WOW טו פעיסער. דאבל קראסער. ווייל ער איז נישט קיין זאלי איז ער א אוממענטש?(אזויווי אויף יעדעם וואס איז נישט קיין זאלי זאגן ענק אלע מיני שבחים) די מעשה מיט גרינפעלד איז אז מעיאר בלומבערג האט פאר די יעצטיגע וואלן געזאגט. אז אויב וואוט מען נישט פאר דאנאווען איז נישטא קיין רעדע פון וואוטשערס. יעצט אבער(לויט ווי דו זאגסט) האט אים דער מעיאר געזאגט קוש מיך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 16:11 לינק ישיר 

דוד האט יעצט געפירט די צווייטע מערכה מיט די אגודה פירער און דוב הייקינד און אלע אנדערע אלטע אידישע פאלאטישאנס, די ערשטע מיט זיין קאמפיין קעגן לאזאר ווען די אגודה האט זיך געשלאגן פאר לאזאר, האט גרינפעלד געמאכט שבת פאר זיך, יעצט מיט אטורני זשענעראל קאמפיין ווען אגודה האט אינדארסט שניידערמאן און גרינפעלד האט אינדארסט דאנאוואן,
ער האט אסאך ענערגי און האט געוויזן אז ס'איז נייע צייטן, און דערפאר האט ער אסאך פאליטישע שונאים וואס ווילן אים באגראבן,

איך וייס נישט וואס דאס האט מיט וואוטשערס, איך גלייב נישט אז די אידישע עסקנים שלאגן זיך מיט אים איבער וואוטשערס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 06:09 לינק ישיר 

דוד גרינפעלד איז אריינגעקומען א געווינער ווייל ער הונדערטער וויליאמסבורגער אינגערלייט ממש האבען געארבעט  פאר איהם ווי אויך האט איינער פון די ויליאמסבוגער גבירים אים געגעבן א סכום אדור וועגען געוויסע סיבות
די בארא פארקער מוסדות האבען אים נישט אינדערסירט חוץ פון קליינע מוסדות מונקאטש קראסנא אור משה אין באיאן
חוץ פון שיקען יעדן טאג פרעס רעליסעס איז ער ווערט א רעטעך פאר בארא פארק
אפשר פאר וויליאמסבורג טוט ער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2010 03:26 לינק ישיר 

דער איד רימט די היינטיגע וואך ווידער אויס דעוויד גרינפעלד, עס זעהט אויס ווי האסט א פערזענליכע קאמף מיט אים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נידערלאגע פאר דעוויד גרינפעלד: פריארעטי 7 א פארגאנגענהייט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext