| נשלח ב-11/11/2010 02:14 |
|
| |
שוידער: קברי רבותינו לבית סיגוט זי"ע בסכנה!
די אטעם בלייבט שטיין און די פעדער בלייבט שטים, ווען עס איז נישט דא די ווערטער ארויס צו ברענגען די שוידערליכע שרעקליכע פאסירונג, וואס שפילט זיך איצט אפ מיטן בית החיים אין סיגוט, מקום מנוחת קדשו פון מרנן רבותינו הק' לבית סיגוט זי"ע.
שוידערליך! שוידערליך! שוידערליך!
די בית החיים אין סיגוט איז ליידער אין די לעצטע יארן געווען שטארק נאך געלאזט, נאך דעם וואס די רעגירונג דארט האט נישט צוגעלאזט קיינעם, ווייל די לעצטע פאר יאר האבן זיי געלייגט אן אויג אפען בית החיים און עס געוואלט פארקויפען פאר א קאמפעני, וואס זאל ח"ו אויף גראבן דעם גאנצן בית החיים, און מאכן דארט הייזער רח"ל.
הנהלת דקהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג און קרית יואל, ובראשם רבינו שליט"א ואחיו רבי שלום אליעזר שליט"א, און נאך אייניקלעך, האבן זיך אריינגלייגט די לעצטע 3 יאר בכל כוחם צו ראטעווען די בית החיים, מען האט איינגעשלאסען די אמעריקאנער סטעיט דיפארמענט, און יעדע פאלעטישאן וואס קען העלפן, מען האט געארבעט שטיל, ווייל אלע עסקנים האבן געזאגט ווי שטילער מען וועט ארבעטן, וועט מען קענען גרינגער פוילען ביי די רעגירונג זיך אפלאזען פונעם בית החיים, אויך אדמת קודש מיט זייערע שטארקע אייראפישע קאנעקשאנס האבן אריין געלייגט כוחות דערצו.
ב"ה הודו לה' כי טוב לעולם חסדו, פאר א האלבע יאר צוריק איז ב"ה אנגעקומען די בשורה טובה, אז די רעגירונג האט איבער געשריבען די בעלות פונעם בית החיים אין סיגוט פאר א קאפארעשאן פון ניו יארק, וואס געהערט פאר קהל יטב לב דסאטמאר, זינט דעמאלס האבן מען זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו צורעכט ברענגען די בית החיים, און עס גענצליך איבער בויען, און היינט צו טאג ארבעטן מען און מען פרישט איבער די גאנצע בית החיים.
פאר 2 וואכן צוריק ויבוא השטן! די באוויסטע מחרחרי ריב, די וואס האלטן זיך נישט אפ צוליב זייער תאות ניצחון וממון פון גארנישט, די הולכי בג"ץ הציוני, וואס טרעטן אויף די תורה הק' בריש גלי, זענען געוואויר געווארען דערפון, האבן זיי זיך גענומען ארבעטן מיטן גרעסטן אימפעט אז די רעגירונג זאל צוריק ציען פונעם מקח, און צוריק נעמען די בעלות פונעם בית החיים, און עס איבערגעבען פאר ר' זלמן לייב ט"ב, וואס ער איז דער איינציגסטער אמת'ער יורש פון מרן רבותינו זי"ע, און עס באלאנגט צו אים!
ר' זלמן לייב בכבודו ובעצמו, האט אפ געשריבען א בריוו די וואך זינטאג, ווי ער שרייבט פאר די רעגירונג, אז די אהרונים וכו' זענען גנבים און חמסנים, און זיי זאלן עס איבערשרייבן פאר אים, און יעקב בער טייטלבוים מיט משה גבאי, שמשון שפאטיווקער און נאך זענען אפגעפארן קיין סיגוט, ווי זיי ארבעטן איצט מעשים אז די רעגירונג זאל עס איבערשרייבן פאר ר' זלמן לייב, אז נישט זאל עס צוריק גיין אויף די נאמען פון די רעגירונג, אויך האט דער אכזר משה דוד נידערמאן אנגעהויבען ארבעטן ביי פאליטישענס, אז זיי זאלן לייגן דרוק אויף די רעגירונג צוריק שרייבן די בית החיים, אויך מיידלעך שטערן פארפירט און שרייבט מיאוסע געמיינע בריווען אין נאמען פון אתרא קדישא.
אלע עסקנים שרייען ווי יעדער פארשטייט, אז דאס מיינט ליידער אז די רעגירונג וועט זאגן א כפרה מיט ביידע, און מיט די קברים, און זיי וועלן צוריק נעמען די בעלות און אויסגראבען די בית החיים ל"ע ווי זייער פלאן איז געווען.
גדולי רבנים שליט"א און עסקנים האבן זיך די וואך פארבינדען מיט ר' זלמן לייב און אים געבעטען אז ער זאל אפלאזן די בית החיים, ווייל די תוצאה דערפון וועט זיין שרעקליך רח"ל, אבער ער האלט זיך ביי זיינס און טוט וואס אימער אז די רעגירונג זאל צוריק ציען דערפון.
איצט שטייט די בית החיים ומקום מנוחת קדשו פון מרנן רבותינו הק' זי"ע, אין א שרעקליכע סכנה אפען שוועל פון ווערן ארויס געגראבען רח"ל, דורך זייער אייניקעל ר' זלמן לייב ט"ב!
אנשטאט גיין מוחה זיין ביי די RFR פירמע אין מאנהעטן וכו', דארף כלל ישראל ארויס גיין מוחה זיין קעגן RZL ר' זלמן לייב ט"ב, וואס לייגט איצט אריין כוחות עצומות, וואס די שרעקליכע תוצאה דערפון, וועט ליידער זיין אז מען וועט אויסגראבען די בית החיים אין סיגוט.
מרן רבינו בעל ייטב לב זי"ע, מרן רבינו בעל קדושת יו"ט זי"ע, מרן רבינו בעל עצי חיים זי"ע, בעטן זיך צו זייער אייניקל דער סורר ומורה:
ר' זלמן לייב ט"ב הרף! גראב נישט אויס אונזער קברים, לאז אונז על מי מנוחות!
גענוג וואס די האסט גע'הרג'ט און געצאפט דאס בלוט מיט רשעות ואכזריות פון דיין טאטע מרן בעל ברך משה זי"ע וזוגתו הצדיקת ע"ה, איצט גראב נישט אויס אונזער קברים רח"ל!
נאך א נקודה, ווי יעדער פארשטייט לגבי פאליטיק, איז די בעלות פונעם בית החיים אין סיגוט נישט קיין שום נפקא מיניה, עס איז לא מעלה ולא מוריד פארוועם עס באלאנגט, עס איז נישט קיין געלט, מען באגראבט נישט קיינעם דארט, נאר ווי שוין ערווענט, פאר די זאליס תאות הניצחון זענען זיי גרייט צו פארברענען די גאנצע תורה הק' רח"ל.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/11/2010 03:00:07
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2010 08:02 |
|
| |
קרוך נישט אוועק פון דעם נושא. דער נושא איז נישטא צו מ'ליינט דעם בלאט צו נישט, דער נושא איז דא אז RZL גראבט דעם בית החיים, ואין פוצה פה ומצפצף. נאבאדי גיוו'ס עי דעם טו היי!
באשעפער, וואו האלטן מיר אויף די וועלט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2010 05:38 |
|
| |
לאפלאש, יא! די בלאט האט אפגעריסענע בחורים שרייבערס....
זאג נאר, די ליינסט די געאסרטע בלאט???..........
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2010 01:17 |
|
| |
דער בלאט שרייבט די זעלבע זאך ווי היידפארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 20:57 |
|
| |
כאפט א פחד וואס דא טוט זיך, דאס דארף ווען ווערן אויפגעשפילט פאר די גאנצע וועלט, פין די נייעס אין בלאט קוקט נישט אויס די מצב אזוי שלעכט זיי רעדן נאר פין די פאזעטיווע חלק וואס מ'האט שוין יא אויפגעטוהן ביז אהער אין וויאזוי עס זאל נישט איז דא סאטמאר לכל הדעות א מציל מזיטו של ים
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 21:30 |
|
| |
מחר יהיה האות הזה!!!
| נפל כתב: |  | |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2010 20:42 |
|
| |
ווייבט איינער וואס איז געווארן?
איז יעקב בער נאך דארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2010 03:38 |
|
| |
יעצט איז געקומען די נייעס פון יאקטער אז די ארכילאגן האבן שוין פארלאזט דעם ביה"ח און נאר אפאר משיגעים פון משמרת חומותייך קומען יעדן טאג כאפן ביינער פון די ארבעטערס שיריים
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2010 02:28 |
|
| |
WOW! דער האט געכאפט דעם טוטער, ער האלט פונקטליך חשבון וואו די זאלונישע קארפן קעפ געפונען זיך, נעכטן האבן זיי זיך געפונען אין סיגעט, צו גנב'נען דעם בית החיים. היינט זענען זיי שוין געזיצן אויף א אסיפה וויאזוי מ'ספינט...
ליצנות אין א זייט, דערווייל איז דער בית החיים בסכנה, RZL גייט פעסט אן מיט די גראבונגען, און אנשטאט מ'זאל טון עפעס זאכליך איז מען ביזי שרייבן תגובות אויף היידפארק. שוידערליך!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2010 02:04 |
|
| |
היינט איז פארגעקומען א מיטונג אין שטוב פון רז"ל, ווי די קארפען קעפ האבן דן געווען וואס מען טוט דא ווייטער.
די החלטה איז געווען...! האלט קאפ.....
נו נא...? אז...?
די אהרונים גראבן אינעם בית החיים סיגוט...!
נישט מער און נישט ווייניגער, זיי גייען ארויס גיין מיט א קאמפיין אז די אהרונים גראבן רח"ל אינעם בית החיים אין סיגוט, און זענען מחלל די בית החיים, און ווילן גראבן ארויס דער עצי חיים קדושת יו"ט ייטב לב, מיידלעך שטערן וועט שרייבען מחאות אין נאמען פון אתרא קדישא, און די לישקע סיין וועט שרייבן מחאות נמרצות.
די קארפן קעפ האבן באשלאסען אז מען קען איינרעדן די זאליס מצה דעקלעך אלעס, והא ריאה אז ביי די קדושי שפאניע, זענען זיך די זאליס צוזאם געקומען ביים מושב ליצים שפיל, כאטשיג זיי האבן געוואוסט אז מען גראב שוין לאנג נישט, נאר מען באגראבט צוריק.
דאס זעלבע מיטן טמא'נעם בג"ץ ווי די זאליס זענען געגאנגען בחילול ה' שמים באופן נורא, האבן די זאליס זיך איינגערעדט אז די אהרונים זענען גאר געגאנגען...
אז די רבי זי"ע ליגט היינט אין פאלאקס...
און די אהרונים האבן פארכאפט און באגראבען מיט געוואלד ר' שלמה לייב וויינבערגער טאטע און מאמע אינעם בית החיים דקהל יטב לב... והא ראיה ווייל ר' שלמה לייב האט געשריבען אז די בית החיים איז גניבה, און מען ליגט דארט בקרקע גזולה קען דאך נישט זיין אז ער האט גלייגט זיין טאטע מאמע דארט...
בקיצור עס קומט לעבעדיגע טעג, ווי די זאליס גייען ארום שרייען און פארפירען אז די אהרונים גראבן אויס די סיגוטער בית החיים.
לעת עתה די זאליס דא לייקענען שטיין און ביין אז עס גייט עפעס פאר אינעם סיגוטער בית החיים, לא דובים ולא יער, רבי_יונה חלומעט אין נעגל וואסער. און אפאר טאג - חוץ אז די קארפען קעפ וועלן אויף קומען מיט אן אנדערע מצה טאש המצאה - וועט מען זעהן אז אלע זאליס ניקס דא גייען טוישען דעם ניגון און אויף איינמאל אנהייבען צו זינגען און שרייען מיט אלע כוחות, אז די אהרונים גראבן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2010 23:24 |
|
| |
| היראים כתב: |  | זעהט עטס דער רבי יונה - די נייטמער פין די זאלי'ס וואס לשיטתם קיינער גלייבט אים ממילא נישט זענען אבער אלע זאלי ניקס זענען איינגעשפאנט אים אפצופרעגן מיט אלע מיני קינדישקייט קוקט אויס ענדערש ווי א הודאה מצידם
|
|
יעפ, זייער א שטארקע הוכחה אז יונה זאגט נישט קיין ליגענט... איך בלייב מיטן צינג אינדרויסן איך האב נישט וואס צו ענטפערן
וואס עס ווינדערט מיר יא זייער שטארק איז פארוואס האט זיך יונה יעצט אויפגעוועקט, עס איז דאך שוין א אלטע מעשה פון תשס"ו
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2010 23:20 |
|
| |
| אויששש כתב: |  | נפל'ע, ווען די קברים פון די טאהש'ע אבות וואלטן ח"ו געווען אין א געפאר
וואלסטו זיכער נישט געמאכט קיין שפאט... |
|
אמת, און גלייב מיר טאקע אויפן ווארט אז ווען די קברים פון די סאטמארע\סיגעט'ע אבות וואלטן ח"ו געווען אין א געפאר וואלט איך אויך נישט געמאכט קיין שפאט...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2010 22:59 |
|
| |
זעהט עטס דער רבי יונה - די נייטמער פין די זאלי'ס וואס לשיטתם קיינער גלייבט אים ממילא נישט זענען אבער אלע זאלי ניקס זענען איינגעשפאנט אים אפצופרעגן מיט אלע מיני קינדישקייט קוקט אויס ענדערש ווי א הודאה מצידם
תוקן על ידי היראים ב- 11/11/2010 23:02:56
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2010 22:54 |
|
| |
נפל'ע, ווען די קברים פון די טאהש'ע אבות וואלטן ח"ו געווען אין א געפאר
וואלסטו זיכער נישט געמאכט קיין שפאט...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2010 22:42 |
|
| |
האסט 4 יאר צוריק פארשפראכן צו ברענגען א בריוו פון גאב"ד קעגן הגז"ל און יעצט נאך 4 יאר ווארטן ברענגסטו א בריוו קעגן הג"א?
--------------------
לאמיר נישט פארקריכן פונם וויכטיגקייט פונם אשכול, אזאש די ביינער פון דעם הייליגן .... שטייט צו ווערן אויסגעגראבן מיט די בלויזע הענט פון הגז"ל... עס פארן שוין ארום פלאקאטן אויף אימעיל, איך ווייס נאר נישט אויב די אהרוינים זענען טאקע אזוי שוידערליך פאריקט אדער די זאליס זענען שוידערליכע לצים
אויב איז דאס די זאליס זענען זיי תלמידים המחכימים את רבם ווייל אזא לצנות האט שוין אפילו דשיגאן נישט געקענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2010 22:12 |
|
| |
נפל, אנטשולדיגט אויפן שפעטיגן

|
|
|
|
|