איך וויל דא פירן א זייער האקעלע שמועס, איך בעט זייער שטארק דעם ציבור אז יעדער איינער זאל איבערטראכטן פארן שרייבן און נאכן שרייבן - פארן דריקן די שלח קנעפל - זאל מען איבערליינען וואס מען האט געשריבן.
חסידות חב"ד פראוועט א גרויסער יו"ט יעדעס יאר י"ט כסלו צוליב די באפרייאונג פונם הייליגן בעל התניא פון די רוסישע טורמע. אין אסאך חסידישע מקומות פראוועט מען דעם זעלבן נאכט די יארצייט סעודה פונם הייליגן מגיד זיעוכ"י. פארשטייט זיך אז אויב זיצט מען שוין ביי א יארצייט סעודה וועט מען אלעמאל דערמאנען אז דער בעל התניא איז אוועק אין זעלבן טאג.
אין די קנאי'שע וועלט - לאו דווקא סאטמאר - פראוועט מען כ"א כסלו צוליב די באפרייאונג פונם סאטמאר רב זי"ע.
וועלכס איז חשובער? (איך רעד נישט פון א פארמעסט צווישן דעם בעל התניא אונם סאטמאר רב, עס איז מעל לכל ספק אז סאטמאר רב איז נישט צוגעקומען די די מדריגות פונם בעל התניא (חוץ קען זיין הוא בדורו והוא בדורו), איך רעדט פון די השראה וואס די "באפרייאונג" האט איבערגעלאזט אויף כלל ישראל בכלליות.
_________________
נשלח ב-12/11/2010 03:41
תוקן על ידי פריש ב- 12/11/2010 03:43:22
נשלח ב-11/11/2010 23:38
וזה חלקי, דאכט זיך אז פריש האט קיינעם נישט געצווינגען צו ענטפערן, גערעכט איז ער ווען ער שרייבט אז ווער ס'האט נישט וואס צו זאגן זאל שווייגן.
דאס וואס אויטענטיש שרייבט אז ס'איז נישט פאר קליינקעפיגע מענטשן אפצושאצן איז סתם אומוויסענד, די אמת איז פונקט פארקערט, מען דארף פון יעדע זאך לערנען און אריינטראכטן, טראץ דעם דארף מען וויסן אז עס איז אלעמאל דא טיפערס און ס'איז אלעמאל דא חלקים וואס מיר קענען נישט פארשטיין. תכלית הידיעה שלא נדע, שנדע שאין אנו יכולים לדעת. אבער בכלל נישט טראכטן ווייל ס'איז דא טיפערס איז א ליטווישע מהלך המחשבה. דער ליטוואק וועט דרייען מיטן פינגער אז אויב איז דא וואס צו ווייסן ווייסט מען דאך שוין און אויב ווייסט מען נישט איז בהכרח נישטא.
נאך א גרויס נפק"מ וואס שטעלט כ"א כסלו העכער איז די פאקט אז צוזאמען מיטן סאטמאר רבי זענען נאך טויזענטער אויסגעלייזט געווארן.
נשלח ב-11/11/2010 23:26
אויב שוין יא; וואס האט געלאזט א גרעסערע 'השראה' (כלשונך) אויף כלל ישראל, נס חנוכה אדער נס פורים? ל"ג בעומר אדער ח"י סיון? כ"ו אב אדער שביעי של פסח? לעבעדיג קינדערלעך!!
אגב: דאס וואס די מינימיזירסט די השפעה פין י"ט כסליו אויפ'ן אלגעמיינעם יודנטום בכלל און חסידות בפרט, איז קלאר ניטש אויסגעהאלטן. מיר ווייסן אז א פאסירונג וואס פאסירט צו א גרויסן מענטש גייט פיל ווייטער אין טיפער ווי עס קוקט אויס אויסערליך, ובפרט אזא ענין וואס דער תניא אליין האט זיך אויגעדרוקט דערויף מיט גרויסע לשונות (עכ"פ לפי המסורה) איז נישט פאר קליינקעפיגע מענטשן אפצושאצן. ולא באתי רק להעיר.
נשלח ב-11/11/2010 22:52
ענדליך איז שוין דא איינער וואס קען 'טראכט'ן'. דאס איז אמאל זיכער אז די באפרייאונג פון בעל התניא איז א שמחה אין הארץ פון יעדן חסיד אקוראט ווי מען וואלט באפרייט א טאטע אדער א זין.
דא איז אבער דא עטליכע חילוקים, איינע פון זיי איז פשוט, ווען די רוסן וואלטן נישט באפרייט דעם בעל התניא וואלט זיין שיטה און זיין השפעה סיי ווי אנגעהאלטן צוליב דעם וואס ווען מען האט אים ארעסטירט האט ער שוין געהאט געשריבן זיינע ספרים. משא"כ ווען סאטמאר רב וואלט נישט ארויס פון די נאצישע נעגל וואלט פון זיין שיטה גארנישט געבליבן.
מלך די האסט אויך נישט פארשטאנען! איך בעט זייער דעם ציבור צו ניצן קאפ, ס'איז דא א ריזן נפק"מ צווישן די צוויי פאסירונגען, הן אינם אינערליכן ראנג און הן אינם אויזערליכן ראנג, אויב זעט איר נישט א נפק"מ שרייבט איך זע נישט אדער שווייגט, קומען שרייען ס'נישטא איז א נכנס לתוך דברי חבירו... ס'איז יא דא! פראבירט אייער איי קיו.