אויב די ווילסטו דוקא יא זיך שטעלן אין מדייק זיין אויף די לשון הקונסוס דא האסטו דעם פונקטליכן לשון:
והנה קריתינו הקדושה קרית יואל, אשר היתה לעיר ואם בישראל, זקוקה לרב ומורה באתרא קדישא הדין, אשר יורה ואשר ידין, דבר יום ביומו, בעתו בעירו בזמנו ובמקומו, ועיניו יהיו פקוחות עלי צרכי דמתא, ויחוור לן שמעתתא, בהנהגת עירינו בדרך התורה, כפי אשר מרבותינו לנו מסורה, וימלא אחר כ"ק אדמו"ר שליט"א אב"ד דקהלתנו, להיות שליחו כאן בעירינו, נושא דבר קודש בהוראת חכם, איש על העדה להנהיגם ולהוליכם.
אשר ע"כ נמנו וגמרו אקרו"ט דקהלתינו להכתיר עלינו את בנו הגדול של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א הרב הגאון הגדול מעוז ומגדול חריף ובקי טובא וידיו רב לו במעינות התורה פה מפיק מרגליות נאה דורש ענף עץ אבות פרי קודש הלולים נצר מטע מאורי ומנהיגי ישראל ה"ה מורינו הרב
ר' אהרן טייטלבוים שליט"א
לכהן פאר ולשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו הקדושה קרית יואל
אויב מ'איז מדייק זעהט מען אז דער קונסוס שרייבט בלויז אן הקדמה אז דער שטאט "פארלאנגט זיך" "זקוקוה" א רב וואס זאל זיין א שליח פאר דער כ"ק אדמו"ר, אשר ע"כ איז מען מכתיר ר' אהרן פאר מרא דאתרא, דאס מיינט די גאנצע שליחות זאך שטייט ביי די הקדמה ווי מ'שרייבט וואס די שטאט "פארלאנגט" זיך, אבער ביים אויספיר ווי מ'שרייבט די פאסטן אויף וואס ר' אהרן איז נתמנה געווארן שטייט פלעין און טרוקן לשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירינו, נישט קיין שליח נישט קיין עזר,
פארשטייט זיך כל הנ"ל איז נאר פאר די וואס ווילן דוקא מדייק זיין,
און די אנדערע דיוקים אז ס'שטייט קהלתינו, דערינו, איז סתם נישט צו די זאך, ווייל באותו זמן איז קהל יטב לב געווען די איינציגע קהלה אין די שטאט, ועל דעת זה האט מען לכתחלה מייסד געווען די שטעטל, ס'זאל זיין א שטעטל תחת הדרכת רבינו זצוק"ל, נישט אז דער רבי ז"ל זאל זיין בלויז רב אין זיין ביהמ"ד, פארדעם וואלט ער דאך געקענט בלאבן אין ברוקלין, ממילא קהליתנו האט בעת'ן התמנות געמיינט די שטאט, אזוי ווי אלע קהלות אין אייראפע, דאס איז א דבר פשוט
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 12/11/2010 20:31:49
 |
|
|