בית פורומים כל העולם כולו

גלייך ווערטלעך... זיכט איר א גוט ווארט? אריין אהער!...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/11/2010 17:06 לינק ישיר 
גלייך ווערטלעך... זיכט איר א גוט ווארט? אריין אהער!...

איך מאך אויף דעם אשכול כדי ס'זאל זיין א געלעגענהייט פאר די חשובע ליינערס וואס קומען דא ארויף דורכן טאג, און זוכן עפעס א גוט ווארט, א פרייליך געדאנק, צו א גלייך ווערטל, זאל עס זיין אפילו פיקטיוו.. אבער גוט און אינטערעסאנט... מאכט זיך א טאג איר שטייט אויף אין א זויערן געמיט, צו פאר סיי וואסארא סיבה זענט איר נישט אין די כלים.. טאנצט אריין אהער און ווערט פרייליך פונעם עולם שרייבער'ס געדאנקן... ווי אויך אויב האט איר סיי וואס פאר א גוט ווארט עכט אדער פיקטיוו זייט מהנה דעם עולם.. האלט עס נישט איינגעמאכט, לייגט אהער אייערע געדאנקן און גלייך ווערטלעך און זייט משמח אידישע קינדער... איך האף אז די חשובע מנהל וועט צוהעלפן און זעהן אז די אשכול זאל זיין צו די זאך, נישט קיין שמוץ ביטע!! און נישט סתם גיין אויף די נערווען, די מנהל זאל אבער אין אכט נעמען אז ס'מוז נישט זיין אינגאנצן אמת די ווערטלעך.. סוף כל סוף איז עס א 'גלייך ווערטל'... כאטש אויפן פארום לייגט די מנהל א ספעציעלע דגוש אז מ'זאל נישט שרייבן קיין ליגענט חלילה, אבער מאכט זיך אמאל אז ס'איז צו א גוט ווארט אז מ'זאל דאס ארויסלאזן און דער עולם זאל נישט הערן... זאל די מנהל געבן דא א געלעגענהייט! ישר כח פון פראנאויס.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2010 17:08 לינק ישיר 

יענקעלע גליק, האט כדרכו פארנומען א פראמינענט ארט ביי דעם כינוס השליחים פון חב"ד די וואך. איך הער אבער פון אן עד שמיעה, אז אנקומענדיג צום טיר, האט מען געברויכט האבן א "פעס" וואס ער האט פארשטייט זיך נישט געהאט, און דער שומר הפתח האט אים אווודאי נישט געוואלט דורכלאזן. בצר לו, כאפט ער ארויס דעם סעלפאן און שרייט אריין: "האלאו, הערסט מיך? שטעל שוין אפ דעם טשעק פון א פערטל מיליאן דאלער וואס כ'האב זיי געגעבן! שטעל עס שוין אפ! א מין זאך דאס, זיי לאזן מיר נישט אריין!" ביז 2 מינוט האט ער געהאט א זיץ אויבנאן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2010 17:15 לינק ישיר 

מיין חבר האט חתונה געהאט קיין ירושלים, און נאך געציילטע טעג האט ער זיך מיישב געווען און געפאקט פעק און געהויבן פיס קיין בני ברק. אויף די אנפראגע פון זיינע חברים וואס האט דא פאסירט? האט ער זיי ערקלערט אז ער האסט געפערליך די וועש וואס אלע ירושלימ'ער איינוואוינער לאזן הענגן פארנט און הונטער די הייזער, ממש עס גרוילט אים. פרעגט אים יענער צוריק: אין בני ברק איז דאך אויך אזוי? ענטפערט ער אים: אין בני ברק וואשן זיי דאס כאטש אויס בעפאר מען הענגט דאס ארויס..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2010 17:59 לינק ישיר 

א זיסע זאך וואס איך האב געהאט היינט אינדערפרי מיט מיין קליינער 3 יעריגער זוהן,ער איז געווען די שבת טאטי אין חדר, איך האב שוין אלס גרייט אזא קליינע פורים שטראמל, איך טו איהם אן א ווייס העמדל מיט א קליין חאלאטל, איך האלט אינמיטן איהם צומאכן די הויזן, באמערק איך אז ער האט נישט אן קיין אונטערהויזן, פרעג איך איהם, שעפעלע פארוואס האסטו נישט אנגעטין א בודש"י? ענטפערט ער איך וויל אנטון א ווייסע אזוי ווי טאטי, ווייל איך האב דאך די ווייסע ר"ת גאטשעס, און זיינע זענען קליינע קאלירטע מיט סעסעמ"י סטרי"ט פרינטס,
נו פרעג איך ענק רבותי, קען מען דען זיין א שבת טאטי, מיט קאלירטע גאטשעס? דאס איז דאך א געהעריגע חילול שבת!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2010 18:25 לינק ישיר 

ביטע שרייבן איידל, מ'קען זאגן א גוט ווארט אויף אן איידעלן אויפן אויך, און ס'איז נאך אלץ א גוטס.. ביטע נישט פארפאטשקענען דורך מיאוסע ווערטער, פרובירט צו רעדן ווי איידעלער ס'מעגליך. ישר כח פותח האשכול: יוסעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2010 17:58 לינק ישיר 

A man leaves a bar, gets into his car and drives away. 200 yards down the road he's stopped by a police officer. Officer: " Good evening sir. We're testing drivers for drunken driving. Would you please blow into this machine?" Man: "I'm sorry, I can't do that. I have asthma. If I blow on that machine I will run out of air" Officer: "please come along to the office and we can give you a blood test." Man: "I can't do that. I have anemia and if you stick a needle in me I will bleed to death." Officer: "then you'll have to get out and walk five yards along this white line." Man: "Can't do that either." Officer: "Why not?" Man: "because I'm dead drunk."



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 04:02 לינק ישיר 

באקומען פון א חבר: ארבעטס פארמיטלונג האט א אפענינג אין די בענענע פעקטארי בערך וואס מ'דארף טון איז גיבן א קנייטש פאר יעדע בענענע, אבער מ'דארף דאס קענען, צו שטארק קנייטשן צוברעכט עס און צו ווייניג וועט נישט פיטן אין די בעג. בקיצור א גוטע פראפעשענעל דזשאב...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 17:02 לינק ישיר 

די וואך איז פארגעקומען די שבע ברכות פון אפטע- סערעט וויזשניץ, האט די בדחן געזאגט א שיינעם כאפ, אז פארוואס רופט זיך הר' אברהם שלום קרויס 'אפטע' רב??.. ווייל ער האט געוואלט אויסקומען צו זיין איינגעשריבן אין טעלעפאון בוך נאך בעפאר 'בראדע רבי'......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 17:57 לינק ישיר 

ס'נישט אמת אז א אהרויני קען נישט פארלירן, איך האב יעצט געהערט א אהרויני זאגן אז ער האט פאריגע וואך פארלוירן... 2 פונט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 22:28 לינק ישיר 

  when i make a mistake im a fool
by a rabbi it s a new minheg
by a politican its a new law
when my wife makes a mistake its MY MISTAKE!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 22:31 לינק ישיר 

how do you know that a minheg is more than a halacha? becausethe halacha isthat if you borrow money you pay it back ,and the minheg is that you dont!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 22:34 לינק ישיר 

a bucher was hiding a cigarette behind him when the mashgiach came. MASHGIACH: whats that smoke? BUCHER: man mugen brent!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 18:09 לינק ישיר 

Passenger: Have you ever noticed? Anybody driving slower than you is an idiot, and anyone going faster than you is a maniac? Driver: I'm not a complete idiot, some parts are missing!....

תוקן על ידי יוסלע_פליט ב- 24/11/2010 18:11:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 07:19 לינק ישיר 

אויב וואלט דער חסיד'ידשער איד געהאט זיין וועג, וואלט ער איינגעפירט א סיסטעם אז מען זאל סווייפן דעם מעדיקעיד קארטל ארויצוגיין אויפן פליגער, וועלכער זאל ארויספארן א שעה שפעטער ווי געשריבן. זיצן זאל מען זיך כאפן א שטייגער ווי א פלאץ אויף די פארענטשען שמחת תורה, ווער עס קאפעט מער מענטשן כאפט די ערשטע זיץ, און אז עס ליגט א שטויביגן ביבער היט אדער א צוקנייטשטע רעקל אויף א זיץ מיינט דאס אז עס איז פארנומען. דאס עסן זאל מען טיילן אזויווי מען טיילט עסן ביי חסיד'ישע טישן, עמיצער אן עסקן זאל ארומגיין מיט טעצער פיש פלייש און פערוול העכער די קעפ, און דער עולם זאל כאפן מיט די הענט. עסצייג, גלעזלעך, און באטלעך וואסער, זאל מען ווארפן פון פארנט פונעם פליגער אין אלע ריכטונגען און טיכטיגע בחורים זאלן עס כאפן צו פארטיילן פארן עולם האלב און ס'איבעריגע באהאלטן אונטערן זיץ. מנינים זאלן זיך שטעלן יעדע צען מינוט צווישן די זיצן, און עסקנים זאלן ארומגיין מיט פושקעס פאר פארשידענע צוועקן. פוירסט קלעס זאל אויך קריגן א ווארימע מקוה, פארשטייט זיך אז אלע פון עקאנאמי קלעס וועלן זיך אויך אריינשטיפן אהין. דער פליגער נאך די רייזע זאל אויסקוקן ווי דאס ביהמ"ד נאכן שושן פורים טיש, מיט טשיקן באדעמס, געפילטע פיש, און פערוול אויף דער ערד און אונטער די זיצן. אויך אויפן זיץ דארט אינעווייניג צווישן דעם זיץ מיטן אנלעהנער זאל מען קענען טרעפן אפאר פערוולעך. מען זאל טרעטן אויף די פארקלעפטע ערד פון אויסגעגאסענע היימישע וויין און גינגער עיל, און פלעשלעך באהאלטענע ווארימע סעלצער זאל זיך געפונען אונטער די זיצן. דער גערוך זאל זיין א געמישעכץ פון דאס פארבליבענע עסן און די חסיד'ישע רייזנדע. צו רייניגן וועט מען שוין ארויפשיקן אפאר לעגווארדיע חולעראס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גלייך ווערטלעך... זיכט איר א גוט ווארט? אריין אהער!...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext