בית פורומים כל העולם כולו

היינט: תושבי קרית יואל לקדש שם שמים לטובת הורי עמנואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/11/2010 17:47 לינק ישיר 
היינט: תושבי קרית יואל לקדש שם שמים לטובת הורי עמנואל


היינט נאכט וועט פארקומען דער מעמד האדיר גירא בעינא דשיטנא לטובת די 88 עלטערן פון עמנואל וואס ווילן מחנך זיין זייערע קינדער על דרך ישראל סבא מיטן פולסטון מאס צניעות
דער מעמד וועט פארקומען אין זאל קרן ויואל משה מיטן בייטאלונגונג פון אלפי יהודים מאמנים תלמידי רבותינו הקדושים ובראשם הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א וואס וועט אויפטרעטען לטובת דעם חשובען צוועק אזוי אויך וועלן אויפטרעטן מערע רבינם חשובים

איש בל יעדר












דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 04:43 לינק ישיר 

קוקט עפעס אויס ווי די ''זאלי'ס האבען א ניצחון'' האפענדיג אז די בית חינוך אין עמנואל וועט צירוק אנגהייבן נעמען געלט פין די מדינה
קנאים ווי מנשה פילאף...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2011 23:15 לינק ישיר 

פייוו-בארא, א גוטס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2011 19:27 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
ר' דוד שמידל איז דא א קריאת הקודש פון אלע גאוני וקדושי ארץ אז ער איז דער שליח להצלת קברי אבותינו ורבותינו. אויף דעם בריוו זענען אונטערגעשריבן די אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן אויפן בריוו פון בני יואל וואס איר האלט אין איין חזר'ן. ‎​
 
ווידעראמאל עמנואל איז דאס געווען א גוטע שידוך פאר די אהרונים וועלכע לעבן אויף חיי שעה, און אז אויף חיי שעה פאמפע דראמפע קען מען זאגן אז ר' אהרן טייטלבוים שטיצט דעם מוסד וואס קען נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה צוליב א קנס פאר א יאר צייט, איז דאס א פערפעקט מעטש פאר די אהרונים צו מאכן מסיבות, בילדער, באזוכן פון די אזוי גערופענע "העלדן".



א גוט מארגן געלעכטער.

איך האב פאר אייך א שטיקל דיסאפוינטמענט, איך האף דו וועסט מיר מוחל זיין:




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2011 15:29 לינק ישיר 

יעדער האט געוויסט אז זיי זענען די ווייסע סלונימער, געבראטענע ציונים, (די גאנצע עמנא'ל איז געבויט מיט התגרות באומות) למעשה האט זיך די מדינה הטמאה אריינגעמישט אין די חינוך (ווי רביה''ק האט דאס פאראויס געזאגט) און זיי האבן געזאגט(און האבן נאך געברענגט אייכלער אן עדה'ניק) אז זיי ווילן מער נישט נעמען געלט פון די מדינה(עכ''פ דארט אין עמנוא'ל) האט מען זיי גדארפט שטיצען,

חיי שעה פארן באשעפער איז אויך געלעבט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 05:42 לינק ישיר 

ר' דוד שמידל איז דא א קריאת הקודש פון אלע גאוני וקדושי ארץ אז ער איז דער שליח להצלת קברי אבותינו ורבותינו. אויף דעם בריוו זענען אונטערגעשריבן די אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן אויפן בריוו פון בני יואל וואס איר האלט אין איין חזר'ן. ‎​
 
ווידעראמאל עמנואל איז דאס געווען א גוטע שידוך פאר די אהרונים וועלכע לעבן אויף חיי שעה, און אז אויף חיי שעה פאמפע דראמפע קען מען זאגן אז ר' אהרן טייטלבוים שטיצט דעם מוסד וואס קען נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה צוליב א קנס פאר א יאר צייט, איז דאס א פערפעקט מעטש פאר די אהרונים צו מאכן מסיבות, בילדער, באזוכן פון די אזוי גערופענע "העלדן".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 05:36 לינק ישיר 

אויב האט איינער א פראבלעם יעצט איז עס נאר די עמנואל אינגעלייט אליין אז זיי האבן אנגעפירקלט די גאסן אז זיי ווערן ווי סאטמאר ווי מזעהט דא ווי דער מנהל זאגט פאר ככר השבת 

http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%A2%D7%9E%D7%A0%D7%95%D7%90%D7%9C-40.html 
און צום סוף וועלן זיי מעגליך אנהייבן נעמען געלט

אבער באמת איז נישט דאס געווען בכלל די אישו פון יעמנעם מעמד בכלל ווי אייינע פון די עסקנים האבן דאן מסביר געווען פארן ציבור אז סאיז נישט נוגע צו זיי וועלן נעמען געלט צו נישט רביה"ק זי"ע האט אונז באמת אויסגעלערנט יעדן צו העלפן אזוי ווי ביי רובאשקין  נאר דא איז דא א עיקר פאר סאטמאר צו ווייזן פאר די וועלט אז ווער סאיז אין מחלמה מיט די עוקרי התורה באה"ק במלחמה לה' בעמלק אז התורה קובעת ולא הבג"ץ באקומט הילף פון סאטמאר אפגעזעהן פון זיין בעקגראונד ארום און דער מעסידש און קידוש השם איז דאן אנגעקומען מסוף העולם ועד סופו און ווערט יעצט גארנישט קלענער

און צו די היפאקריטן די זאליס וואלט איך געפרעגט
הייסט ר' דוד שמידל איז ביי אייך קדשי קדשים און אים מעג מען העלפן אין דער צייט וואס ער איז אריין אין כנסת המינים אויף וואס דער רבי שרייבט יהרוג ואל יעבור אויף אריינגיין אין כנסת המינים
מיט אים מעג מען ארבעטן ווייל כלומרש ראטעוועט ער קברי אבותינו (מחלל קברי אבותינו עיין רחוב שמעון בן שטח ונשר ועוד)
אבער די אסירי עמנואל וואס מהאט געהאלפן א יאר צוריק און נישט פאר א נקודה אחריתא ווי קברים נאר ממש פארן זיך אננעמען פאר כבוד שמים קעגן בג"ץ און יעצט גייען זיי מעגליך נעמען געלט ווערן מיר למפרע ציונים פארן זיי העלפן אפקויפן די קנסות פונעם בג"ץ?
היפאקריטע בתפארתו!

תוקן על ידי גרוינים ב- 06/12/2011 05:38:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 04:00 לינק ישיר 

גערעכט פייוו מיין גרעסטע הנאה איז צו זעהן ווען זיי לייגן דאס אן אויף רבינו שליט"אס עבירות אז מהאט געהאלפן די אסירי הבג"ץ אין עמנואל
עס איז נישטא שענער ווי אזא ריין קנאות וואו מווייזט אז מאיז מקרב יעדן וואס שטויסט דעם ציוניסטישן בג"ץ אפילו עס שטימט נישט מיטן פאליטיק פון קנאות
סאיז ידועה די מעשה אז רבינו הקדוש ז"ל האט געהייסן אויסרופן די סכומים פון א מוסד וואס איז געקומען נאך געלט און מהאט זיי געהייסן אפרופן אויף קומענדיגע וואך צוליב א סיבה האט רבינו ז"ל נישט געוואלט מזאל מיינען אז מאיז זיי מרחק ווייל זיי האבן באלאנגט מער צי די ציוניסטישע קרייזן האט ער געהייסן מזאל אויסרופן די סכומים
אויב האט איינער מער פרטים אין די מעשה יועה זאל ער עס מגיה זיין ביטע
(איך מיין אז אין זקניך ויאמרו לך איז עס געווען לעצטענס)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 01:44 לינק ישיר 

די זאלונים פארפירן אז סלונים אין עמנואל גייט צוריק אנהייבן נעמען געלט, און דאס דארף זיין ווי א סתירה צום קידוש שם שמים וואס סאטמאר האט געמאכט מיטן אפקויפן די בג"ץ קנסות.

די פאקט איז, אז די געלט קאמפיין איז נישט געווען פאר זייער מוסד, טראץ וואס מען האט שטארק געהאפט אז זיי וועלן טאקע ווערן א מוסד על טהרת הקודש, און מען האט זיי געשטופט דערצו און מבטיח געווען אז אויב וועלן זיי דאס באווייזן וועט מען זיי העלפן, אבער עס איז נישט געווען קלאר וואס די סוף וועט זיין (בשעתו האב איך שוין געשריבן אז עס זעהט נישט אויס זיי וועלן בלייבן כשר), און אצינד ווען די מדינה איז שוין מסכים זיי צו געבן געלט, ווארט מען צו זעהן וואס זיי גייען למעשה טוהן.

אבער די געלט קאמפיין וואס סאטמאר האט דעמאלס געמאכט איז געווען אינגאנצן עפעס א אנדערשט. דאס איז געווען אפצוקויפן די "בג"ץ קנסות", און די קידוש שם שמים האט טאקע אפגעהילכט איבער די גאנצע וועלט, אז סאטמאר נעמט זיך אן פאר בג"ץ-געליטענע"! אז דער בג"ץ קנס'עט אידן פארן גיבן א ערליכע חינוך, באצאלט עס סאטמאר!

ואשרינו שזכינו לקדש שם שמים מסוף העולם ועד סופו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 19:21 לינק ישיר 

 

*תושבי בארא פארק*

!בדרך התורה נלך! לקדש שם שמים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 19:11 לינק ישיר 

 

*תושבי בארא פארק*

!היום! בדרך התורה נלך! לקדש שם שמים




תוקן על ידי היראים ב- 24/11/2010 19:21:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 18:52 לינק ישיר 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 18:50 לינק ישיר 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 01:50 לינק ישיר 

♦♦♦

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 01:49 לינק ישיר 

♦♦♦

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 01:42 לינק ישיר 

עיר בארא פארק וועט זיך משתף זיין לדבר מצוה לקדש שם שמים

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אינע'ם מאסיווער קאמפיין לטובת די "אסירי עמנואל, האבן די עסקנים געמאלדן אז די נעקסטע רינגעלע אינע'ם קייט פון מעמדי קידוש השם וועט אי"ה פאהרקומען אינע'ן עיר ואם בישראל בארא פארק, דעם קומענדיגן מיטוואך פ' וישב הבעל"ט.

 

פרטים יבואו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היינט: תושבי קרית יואל לקדש שם שמים לטובת הורי עמנואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext