| נשלח ב-14/11/2010 18:19 |
|
| |
קרית יואל'ע בית רחל גייט אריבער אינטער זייער פאבליק סקול נעץ
פאריגע וואך מיטוואך איז געווען א מיטינג מיט אלע טיטשערס פון די ענגליש דעפארטמענט, ווי יעדער טיטשער איז געבעטן געווארן ביי די הנהלה אריינצוברענגען 10 שוואכע מיידלעך פון קלאס וואס מ'דארף האבן כדי צו גרייכן 40 פראצענט צו קענען אריבערגיין אינטערן סקול דיסטריקט נעץ, ע"כ וואס א יונגערמאן האט מיר פארציילט פון זיין חבר וואס די פרוי איז דארט איינגעשטעלט און איז געווען ביים מיטינג. וואס קרית יואל סקול דיסטריקט איז, אויף דעם וועל איך איבערגעבן דאס ווארט פארן געוועזענעם סופעראיטענדענט דער משומד סטיווען בערנאדא, וואס ער וועט וועט אונז געבן א שטיקל בליק, פון וואס מ'רעדט. דא האט איר אויסצוגן פון זיינע סטעיטמענטס וואס ער האט קאנפירמד אין סופרים קאורט אין יענערצייט ווען די סקול דיסטריקט האט זיך געגרינדעט.
(איך לייג קודם איבערגעטייטשט אויף אידיש, און נאכדעם א קאפי פון די אריגינעלע וואס מ'האט אריינגעגעבן אין קארט)
מ'דארף נישט מוסיף זיין, די דאקומענטן זענען גענוג קלאהר, יעדער פארשטייט דער באדייט פון קרית יואל סקול דיסטריקט, דאס איז א פרייע פאבליק סקול פונקט ווי א פאבליק סקול אין די בראנקס ווי בערנאדא האט זיך אויסגעדרוקט. און קיינער זאל זיך נישט לאזן פאפן אז דאס אלעס איז נישט נוגע ווייל מ'לערנט דארט למעשה יא געהעריג תורה מיט אידישקייט, ווייל דאס איז א ליצנות, ס'גארנישט אנדערש ווי א מוסד אין ארץ ישראל וואס פארפליכטעט זיך אינטער די מדינה'ס תנאים כדי צובאקומען זייער טריפהנע שטיצע, אבער אינעווייניג אין מוסד רופט ער אויס מיט א מייק איני מכיר… די מקור טוישט זיך נישט, דאס איז טריפהנע געלטער און די חינוך איז א טריפהנע חינוך, ותוצאותיו מי ישירנה. ווי אזוי האט זיך ר' געציל אויסגעדרוקט, היעלה על הדעת אז רבינו הקדוש האט געוואלט אזא מין הארבע זאך אין זיין שטעטל, מיר פרעגן די זעלבע זאך מיט ווייטאג רבינו הקדוש דער גרעסטער לוחם אויף דע געלטער וואס קומען ממקורות זרים, מ'דארף נישט מאריך זיין, האט בערוב ימיו אויפגעשטעלט מיט בלוט אין שווייס דאס שטעטעלע קרית יואל, און דארט און דעם הייליג שטעטעלע זאל מען אריינשטעכן א מעסער אין זיינע הייליגע מוסדות, אויף דעם האט ער געבליטוגיט אויפצושטעלן דעם שטעטל? ברוך הוא אלוקינו.. והבדילנו מן התועים, מיר האבן זיך אפגעטיילט מיר האבן נישט קיין מגע ומשא מיר האבן אייגענע בתי חינוך על טהרת הקודש אפילו די טראנספארטאציע וואס מיר זענען געזעצליך עליזשיבעל צו נוצן פאר אונזערע מוסדות אלס איינוואוינער אין דעם דיסטריקט, נעמן מיר אויך נישט, טראץ די כסדר'דיגע אפפערס, מיר ווילן נישט האבן די מינדעסטע שייכות און אוודאי נישט קיין בענעפיטן פון דע מקום זר דאס איז די רוחנית'דיגע חלק די גשמיות'דיגע חילוק וועט יעדער שפירן קומענדיגע יאר אויף זיין סקול טעקס ביל, און די טענענטס אויף זייער ארענדע ביל
בנוגע אויף למעשה, ליידער האבן זיי אלץ מצליח געווען צו פארווירקליכן זייערע פלענער בעוה"ר, אבער מיר האפן אז דאס מאל זאלן זייערע פלענער בלייבן ביים פלאן און זאל קיינמאל נישט געשען למעשה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 21:53 |
|
| |
פריש
ווען איינער פרעגט מיר וואס איז דער חילוק פון עבודה זרה מיט די בחירות ענטפער איך אים, ביידע איז יהרג ואל יעבור
ווען איינער פרעגט מיר וואס איז דער חילוק פון גילוי עריות מיט די בחירות ענטפער איך אים, ביידע איז יהרג ואל יעבור
ווען איינער פרעגט מיר וואס איז דער חילוק פון שפיכות דמים מיט די בחירות ענטפער איך אים, ביידע איז יהרג ואל יעבור
סאו לשיטתך אויב סקול דיסטריקט איז יהרג ואל יעבור, איז קיין חילוק צוישן בחירות אין סקול דיסטריקט
פארשטאנטא?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 18:38 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס מען איז דא דן, ר' אברהם לייטנער האט אזוי געהאלטן, צו אזוי געהאלטן, איינער איז נאך מסביר בטוב טעם וואס ר' אברהם'ס "שיטה" איז געווען, הו קעירס?, רבי אברהם זצ''ל כבודו במקומו מונח, אבער אונזער מנהיג איז ער נישט געווען, אונזער מורה דרך איז ער נישט געווען, ער איז געווען א תלמיד חכם עצום, און אפשר א גרויסער צדיק, אבער זיין מיינונג איז קיינעם נישט מחייב, ביי מיר איז דער מיינונג פונעם גרינדער פון שערי חמלה דער הייליגער ברך משה זי''ע דער איינציגער וואס איז מאסגעבענד, זיין מיינונג איז מיך מחייב, רבי אברהם האט געהאלטן אז מען טאר נישט? , נו, זיינע חסידים האבן טאקע נישט געמאכט קיין סקןל דיסטריקט, (אינטרעסאנט, עבודה זרה איז דאך אסור בהנאה, אבער עם כל זה זענען זיינע אייניקלעך דארט געגאנגען, אלזא, קיין עבודה זרה איז דאס זיכער נישט און קיין יהרג ועל יעבור איז דאס אוודאי און אוודאי נישט), רבי אברהם'ס שיטה איז געווען איין זאך, צו צוברעכן סאטמאר, ער האט דאס אפן געזאגט ביי שלש סעודות תורות, (איך האב די טעיפס), ער האט געטענה'ט אז ס'טאר נישט זיין א מנהיג יחידי, (איר געדענקט די זיסע תורות?), און אזוי ווי סאטמאר האט זיך צובראכן, האט ער זיך צו געשטעלט דערצו, א צובראכענע סאטמאר האט ער זייער ליב געהאט, און ער איז געקומען פערזענדליך שעפן נחת, על כל פנים די הנהלה אין קרית יואל איז זיכער נישט נייגעריג אויף זיין חוות דעת, און אויב וויל די הנהלת המוסדות אנשליסן די בית רחל סקול אינעם סקול דיסטריקט צו מאכן אפאר דאלאר, תבא עליהם ברכה,רבי אברהם'ס אוהדים וחסידים שיקן במילא נישט זייערע קינדער אין די מוסדות, און פאר זיי איז פאסיג צו זאגן, מיינט יור אוען ביזנעס.
תוקן על ידי משהלע ב- 15/11/2010 18:45:02
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 18:12 |
|
| |
טענה לו בחיטים והודה לו בשעורים, ס'שאד זיך צו טענה'ן מיט די אלע וואס שטעלן אהער די מדינה. ווער עס האט נאר אמאל איין ביסעלע געלערענט ווייסט אז מען קענט נישט מדמה זיין מילתא למילתא פשוט ווייל אזוי געפעלט מיר יעצט. איך וועל נאר געבן איין דוגמא. כלאים! א איד טאר נישט פלאנצן כלאים, מעג מען דאס עסן? יא! אויב אזוי ווערט שווער, פארוואס טאר מען נישט גיין צו בחירות?!?! ס'דאך פונקט ווי עסן כלאים?!?! מיטן עסן מאכט מען דאך דעם פלאנצער אלס שליח?!?!
אזא דוגמא צייגט זייער שטארק ווי ווייט די אהרוינים האבן נישט דאס מינדערסטע מושג אין שיטת ויואל משה בכלל און אין איסור הבחירות בפרט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 17:19 |
|
| |
א באנטש אויף בעלאני'ס און בלאפערס איך וויל פארשטיין דער איסור פון עבודה זרה איז נאר אויף אויפצוהאלטן, און אריינגיין אין א בית עבודה זרה מעג מען? שאני מינות דמשכי! מאכן א מדינה פאר ביאת המשיח איז יהרג ואל יעבור, אבער אז ס'איז שוין דא איז מען נהנה פון זיי בשתי ידים! דאס איז דער דרך פון די אגודה און מזרחי אויב איז אסור איז עס אסור כל כולו נייפעלע, אויב פארשטייסטו אז וואטן מיינט מאכן א שליח, וואס פארשטייסטו נישט אז ווען א טאטע שיקט א קינד אין דעם מוסד ווערט דורכדעם אויפגעהאלטן די מוסד פון עבודה זרה, אוי וויי ר"ל!!!!!! ווייל ווען קיינער וואלט נישט געשיקט די קינדער וואלט עס נישט עקזעסטירט!!! כאפסט? ס'איז געווען א מוסד פארן סקול דיסטריקט און ס'האט אונטערגעבראכן, ס'איז נישט מעגליך אליין אויפצוהאלטן א מוסד וואס יעדער ספעשיל עיד טיטשער מאכט מער ווי 100 טויזענט דאלאר א יאר!, פון די עלטערן קען מען נישט בעטן קיין שכר לימוד. און קיין איין מוסד איז נישט מחויב צו באצאלן לעקטער אדער טעקסעס אויף דעם חשבון, קיין איין מוסד באדט זיך נישט אין געלט און דא קומט דער גרויסער חכם געלע באס און שרייבט לגבי וויזניץ
איך גלייב אז אויב ס'וואלט געווען אמת אז זיי האבען די זעלבע וואלט וויזניץ'ער רבי נישט ארויס קעגען ק"י
קיין גולם איז ער דאך נישט
אויך אויב ס'וואלט געווען אמת וואלטן די אלע איבעריגע ארויס קעגען עהם שלום עליכם געלע באס! די ערשטע מאל וואס דו באגעגנסט דיך מיט היפאקראטיע אין אונזער עולם השקר? ווער געדענקט נישט ביי די דרשה פון רבינו שליט"א כ"ט שבט תשנ"ה ווי ער האט ברבים געהייסן ר' מאיר ווערטהיימער זאל גיין טשעקן וואס וויזניץ האט יא! זיי האבן אקוראט די זעלבע (איך רעד יעצט די חלק פון טשעפטער וואן וואס אויף דעם האט מען געפירט א מערכה תשנ"ה) דער וויזניצער רבי שליט"א איז טאקע נישט קיין גולם, אבער א גרויסער תמים, און האט קינדער רשעים וואס האבן אים פארדרייט א קאפ
תוקן על ידי וואלןסח ב- 15/11/2010 17:23:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 17:06 |
|
| |
| jhol כתב: |  | נפל פארוואס איז אסור ביהרוג ואל יעבור צו גיין צו דער בחירות און דער מדינה הטמאה........??????????? |
|
הייב נישט אן צו קענען דעם ויואל משה און פארופן זיך נאך חסידים פון אים... שעם זיך אז א טאהשע חסיד דארף דיר דאס מסביר זיין.
די פראבלעם מיט די בחירות איז אז מיטן אריינלייגן פאר יענעם א וואוט, ווערט יענער דיין שליח און אלעס וואס ווערט אפגעטון אין כנסת איז אויף דיין שליחות!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 16:20 |
|
| |
נפל פארוואס איז אסור ביהרוג ואל יעבור צו גיין צו דער בחירות און דער מדינה הטמאה........???????????
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 09:08 |
|
| |
אויטענטיש, לשיטתך אז די גאנצע היתר פון האלטן דארט קראנקע קינדער איז א שקר מיסודה, טא פארוואס טאקע איז ר' אברהם ז"ל קראנקע קינדער יא דארט צו לערנען?
נפל, אויב איז טאקע אזוי אז נאר די בעלי בתים זענען עובר אויף יהרוג ואל יעבור, משא"כ די קינדער קענען טוהן וואס די הארץ בעגערט אויב אזוי פארוואס טאקע טארען דארט נישט לערנען קיין געזונטע קינדער ? פון ווי האט ר' אברהם גענומען די חילוק צווישען געזונטע און נישט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 05:42 |
|
| |
פנחס יואל, כגיי זיך נישט קריגן מיט דיר. עטליכע וואכן צוריק איז געווען געדריקט אין חומת הדת די דרשה פון רבי אברהם בשעתו, און ער זאגט קלאר דארטן וואס איך האב דיר געזאגט.
איך ווארט צו הערן ווער עס ווייסט די סיבה פארוואס מען מוז אריין גיין אונטערן פובליק סקול נעץ אויף אזא אינטערעסאנטן אופן, פארוואס מען קען נישט גיין גראד. איינער ווייסט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:45 |
|
| |
פנחס,
לגבי וויזניץ איך גלייב אז אויב ס'וואלט געווען אמת אז זיי האבען די זעלבע וואלט וויזניץ'ער רבי נישט ארויס קעגען ק"י קיין גולם איז ער דאך נישט אויך אויב ס'וואלט געווען אמת וואלטן די אלע איבעריגע ארויס קעגען עהם
לגבי וואס די פרעגסט וועגען אייגענע דיינים איך גלייב נישט די מיינסט עס אמת'דיג היינט ווייסט שוין יעדער די ליצנות דערפון,
ין ס'טושט זיכער נישט די מציאות אז שטארקע גדולים זענען ארויס אזוי שארף
די געדענקסט אפשר נאך א פאל ווען רבנים זענען ארויס אזוי שארף ?
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:42 |
|
| |
פנחסיואל מאכט זיך טעמיש אדער ער איז א באמת א קלאץ?
יהרג ואל יעבור איז געזאגט געווארן אויף האלטן אזא מוסד, נישט אויפן לערנען דארט.
דער וואס האט דעם מוסד שרייבט אינטער אז ער וועט נישט אריינלאזן דארט קיין מלכות שמים, משא"כ א תלמיד קען דארט טון "וואס זיין הארץ באגערט", פונקט אזוי ווי די הנהלה (ליין = ר' אהרן) טאר נישט אריינברענגען דעם באשעפער'ס נאמען, פונקט אזוי קען מען נישט אפהאלטן ר' אברהם לייטנער'ס אייניקל פון זאגן דארט אז ר' אהרן איז א שגץ פארן האלטן אפען אזא מוסד אינטער זיין נאמען.
נאך מער, ווען א קינד זאגט אזאנס אין ר' אהרן' חדר וועט מען אים ארויסווארפן, משא"כ ווען א קינד זאגט אזאנס אינם פאבליק סקול ווייל דאס איז זיין רילידשעס ביליפ'ס, קען אים קיינער נישט ארויסווארפן! די קינדער האבן די רעכט צו לערנען תורה און דינען דעם באשעפער, משא"כ די בעלי בתים.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:36 |
|
| |
| פינחס_יואל כתב: |  | ובפרט מיט אזא האקעלע נושא וואס אויף די חשבון פון די צובראכענע נשמות איז א מצוה צו זיכען קולות עס מתיר זיין ________________ תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 15/11/2010 04:19:24
|
|
דאס איז די גערעסטע שקר אין די גאנצע מערכה בנוגע דעם פובליק סקול. דער פאקט איז אז עס איז געווען אין קרית יואל א מוסד פאר קראנקע קינדער וואס אידן האבן אויסגעהאלטן מיט אייגן געלט, און האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות, בהמשך הזמן האט די הנהגה געזען אז מען קען מאכן געלט האבן זיי איבערגענומען דעם מוסד און כמלומרשט אנגעפאנגן צו קעמפן פאר די רעכטן פין די קראנקע קינדער אין דערצייט וואס די גאנצע צייט וואס 'שערי חמלה' איז געשטאנען האט מען פין די הנהגה נישט באקומען די מינסענסטע הילף, און במשך הזמן וואס שערי מחלה איז געווען איינקוואטירט אין א בנין וואס האט געהערט צו די מוסדות האבן זיי אפילו געדארפט צאלן רענט פאר די הנהלת המוסדות, דעריבער די גאנצע היתר פין קראנקע קינדער איז בשקר יסודה, ווייל מען האט געקענט בשעתו לאזן אלעס ביים אלטן אין די קראנקע קינדער זאלן האבן ווי צו גיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:33 |
|
| |
אומזינסט, ביז אויף געקומען מיט א באמבע חילוק צווישען געצונטע אין נישט געזונטע קינדער, קענסט מיר אפשר מסביר זיין ווי נעמט זיך א היתר אז קראנקע קינדער מעגן דינען עבודי זרה? יהרוג ואל יעבור איז נאר ביי דריי עבירות ע"ז, ג"ע ושפ"ד , ני אויב די רבנים האבן איינגעזען די סקול דיסטריקט אלס א בית מינות ממש אזש זיי האבן געשריגן יהרוג ואל יעבור, טא ווי קען זיין אז קראנקע קינדער מעגן יא? ווי טרעפט מען אין שו"ע א היתר אויף דעם?
אין אגב אויב די ווייסט נישט די טיישט פון יהרוג ואל יעבור זאג איך דיר , יהרוג ואל יעבור איז טיישט אז אפי' עס איז נישט דא קיין שום אנדערע ברירה, און די מוזט עובר זיין אויף די עבירה, טאמער נישט וועסטו געהרגעט ווערן מיט דעם אלעם טארסטו נישט טוהן די עבירה , נאר זיך לאזן הרגנען ווי איידער טוהן די עבירה ,
ני ווי אזוי טרעפט מען יעצט א היתר אריין צו שיקן די קראנקע קינדער אין אזא פלאץ? האט מען דען זיי געווארענט אז אויב זיי וועלן נישט גיין וועט מען זיי הרגנען ? זענען זיי דען אין א סכנת חיים ? ( אפי' אויב יא טארן זיי אויך נישט גיין ווייל געוואלד אין געשריגן יהרוג ואל יעבור)
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:27 |
|
| |
קלארשטעלונג
רבי אברהם'ס שיטה בנוגע דעם פאבליק סקול איז ווי פאלגענד:
א. מאכן דעם פובליק סקול איז פארבינדן מיט איסורים וואס זענען ביהרג ואל יעבור. ב. אריינלייגן דארט א קינד קען מען מצדד זיין אז עס איז נישט נכלל אין די אויבנדערמאנטע איסורים, אבער דעס איז נאך אלס נישט אויסעהאלטן מכח דעם וואס דער חינוך איז משועבד צו די רעגירונג, דעריבער: א. א קינד וואס איז נישט לעבנסוויכטיג אריינצולייגן דארט זאל מען בשום אופן נישט אריינלייגן דארט. ב. א קינד וואס דארף דאס האבן לעבנסוויכטיג (פיקוח נפש) האר רבי אברהם מערערע מאל מגלה דעת געווען בכתב ובעל פה אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג ווייל ער ווויל נישט דן זיין קיין דיני נפשות. עד כאן מדבריו הברורים וואס יעדער קען אליין הערן און ליינען.
יעצט בנוגע די מעשה פין זיין אייניקל: ווער עס האט מיטגעהאלטן די געשענישן בשנת תשנ"ה געדענקט אז דאס איז אלץ געווען פין די שטערקסטע טענות קעגן די אוסרים נעמליך; זיי האבן דארט אייניקלעך אדער תלמידים, נאר דעמאלטס איז עס געווען אקעגן קאשויער רב, און יעצט האט זיך פנחס יואל אויפגעוועקט אז רבי אברהם האט דארט אויך א אייניקל. אבער לאמיתו של דבר איז עס בכלל נישט קיין נפקא מינה למעשה, ווייל קודם כל האט רבי אברהם אליין געזאגט אז עס איז דא אופנים וואס מען קען נישט זאגן א איסור ברור, צווייטנס דאס וואס א אייניקל פאלגט נישט דעם זיידן מיינט נישט גארנישט, והדברים פשוטים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:26 |
|
| |
פנחסיואל, וויזינצער רבי'ס חסידים האבן נישט קיין פאבליק סקול. דאס איז בלויז א שם רע וואס דער פוער פיו נגד כל גדולי הדור האט ארויסגעלאזט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2010 04:05 |
|
| |
געלע-באס, אויב האט דער וויזניץ מאנסי רבי שליט"א טאקע געהאלטן אז דאס איז יהרג ואל יעבור (און נישט בלויז ווייל סאטמאר האט דאס געמאכט דארף מען זיי אונטער רייסן) ווי אזוי איז ער נישט מוחה ווען זיינע אייגענע וויזניצע חסידים, די אריינגעשטימטע סקול באורד מעמבערס האבן אן אייגענע סקול דיסטריקט אין מאנסי ?
הא לן והא להו סאטמאר טאר טאקע נישט אבער וויזניץ מעג יא.
און אגב געלע באס, טאקע אמת גערעכט עס זענען דא גדולי דורינו וואס זענען שארף ארויס דערקעגן, אבער זיי מיר מסביר פ"וו אויב די אייגענע סאטמארע דיינים האבן מיר דאס מתיר געווען וואס דארף איך אננעמען די פסק פון די פרעמדע רבנים וואס אלעס וואס סאטמאר טוט איז ביי זיי טרייף? אדער דארף איך זיך אנדערשט רעכענען מיט מיינע אייגענע דיינים וואס האבן דאס מתיר געווען ? (ובפרט מיט אזא האקעלע נושא וואס אויף די חשבון פון די צובראכענע נשמות איז א מצוה צו זיכען קולות עס מתיר זיין )
זאג מיר ווען עס טוט זיךא שאלה אין טאהש אדער אין סקווירא, ווער איז דן איבער די נושא היימישע רבנים אבער מען לויפט זיכען וואס פרעמדע רבנים (מיט מלא נגיעות קעגען זיי) האבן צו זאגן ???
________________
תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 15/11/2010 04:19:24
 |
|
|
|
|
|