בית פורומים כל העולם כולו

שטורם: סאטמארע ביה''ח ווערט אויסגעגראבען ר''ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/11/2010 18:55 לינק ישיר 
שטורם: סאטמארע ביה''ח ווערט אויסגעגראבען ר''ל

שטורם: סאטמארע ביה''ח ווערט אויסגעגראבען ר''ל

די זאלי'ס וועלכע בלוטיגען שרעקליך פאר די בתי חיים איבער די וועלט, צווישען אלע אנדערע פראבלעמן אין דור
אנגעהויבן אין שפאניע ווי עס האט זיי געבליטיג אז ס'איז געלונגען פאר ''אדמת קודש'' צו ערמעגליכען מ'זאל קענען צירוק מקבר זיין די עצמות אין נישט מפנה זיין
אין יפו ווי זיי בליטיגען אז מ'גראבט אין ''משמרת חומותיך'' האט פאררופן א היסטארישע מאסען פראטעסט וואס האט אפגעלונגען אין די גאנצע וועלט ב''ה
אין קרית יואל, אז  דער בית החיים דקהל יטב לב איז געראטעוועט פין די גנבים טראץ די פולע ערכעות'ן אין העליפקאטער קאמאדא אקציע'ס איז אלעס ביים אלטען
די אנדערע  סאטמערע בתי חים ווי ניו זשורזי וואס איז 1 וואך געלוגען בספק אין די הענט פין פאללאקס חברה קדישא (חי שעה..)
האבען אבער יעצט אויפגעשטארעמט די יודישע וועלט מיט שרעקליכע פאקטן
דעטאלען וועלן נאכפאלגן

חי' שעה איז אויך געלעבט


תוקן על ידי היראים ב- 16/11/2010 19:51:44





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2010 19:36 לינק ישיר 

יעצט אביסל פאקטען

-עס מאכט זיך צומאל אז א מציבה פאלט אראפ ווען די פאנדעישאן איז נישט גענוג פעסט,
לדוגמא ווען דער שטריק פלעגט נאך ארויפפארען מיז זיינע לעלוס אין בית החיים אין טאג פין די יארצייט
איז שוין געווען אז א מציבה איז אראפגעפאלען ווען זיין לעלו האט זיך דורכגעשיפט ארויסצופארען דורך די לינקע טויער לעבן די ציגעלייגטע חלקה לעבן די חלקת הרבנים.

-ר' זעליג ז''ל איז געווען פין די אויסגערופענע מגידי שיעור אין סאטמאר ישיבה גדולה, 
{זיין פטורה האט בשעתו ציטרייסעלט די גאנצע קהילה  בכלל אין זיינע תלמידים בפרט אין בתוך השבעה האבען די בחורים זיך מקבל געווען א דבר טוב צירוק צו באפעסטיגען די אלטע תקנה פין רביה''ק ז''ל אז תלמידי הישיבה זאלען גענצליך נישט גיין צו חתונות פין חברים}

-די  זאלי'ס האבען זיך ארויפגעכאפט אויף דעם בילד כאילו זיי האבען אנדעקט די גרעסטע קאראפשאן אין די היסטארי קוקט ווי זייער ווארט זאגער וועלכע פירט זייער גרעסטע טוויטער גרופ - א בחור'ל פין קווינס
ליארעמט מיט די 'שאקינג'
SatmaHQ: Shocking Yiden went 2 Tzion 2day found Matzeives laying broken mismanaged old Chelka of Beis Hachaim

-די בילד איז א חלק פין די ארבעט אין מארקעטינג פאר זייער בית היים
וואס די עיקר ארבעט פין די זאליס איז ארום לויפן צו אלטע יודן אין שפיטעלער וכו' מ'זאל אינטערשרייבן אז מ'וויל ליגען אינטערן גדר ווייל די ארונים גייען בעטן פין זיי 50 טויזענט דאללער פאר א קרקע
זענדיג אז די שקר קומט ארויס, פראבירן זיי לעצטנס אנדערע מיטלען ווי למשל אז די מציבות ליגען צו נאנט (זעהט אויס עזריאל האט געטשענזש זיין מיינד וויאזוי מ'זאל לייגען מציבות ווען מ'וויל אנפילן א ביה''ח שנעל),
אין מ'לייגט מציבות צו פרי,
אין די ביה''ח איז אין ערכעות (דורך וועם?),
אין וואס פאר א שיינע זאמד זיי ניצן (אין זייער שולן הענגט יעדע וואך בילדער פין די שיינע  זאמד),
(לאכטס נישט קוקט איין וואך אין זייער צייטונג - דער איד אדער אויף די ווענט פין זייער שולן)  וואס ברענגט נאר ארויס שפאז ביי יעדן רעכטן מענטש
אבער יעצט האט די ארץ החיים קאמפעני געכאפט די באמבע נעמליך אז  ''דארט ברעכט מען מציבות.....'' אין די גאנצע בית החיים איז מיסמעניזשט.

-להערה בעלמא, אין פאקט איז דא ווייניג בתי חיים וואס זענען אזוי גיט קער גענומען ווי קרית יואל, סיי די מעינטנענסט סיי צירוקהאלטען די אלע מיני שרצים אין חיות וואס מאכען זיך אין געוויסע בתי חיים, אין די בילד איז געכאפט לכאורה ממש נאכדעם וואס די מציבה איז אראפגעפאלען דורך א טרעקטאר וואס האט זיך צובראכען לעבן די מציבה.

אין האפענטליך וועט איינער קענען ארויפשטעלן די בילד פין די זאלי שיק יונקעל וואס כאפט די בילד מיט זיין בלעק בערי (די גאנצע בית החיים האט נאך די קעמרעס וואס די זאלי'ס האבען אינסטאלירט בערך 6/7 יאר צירוק, אבער זיי קענען עס שוין נישט זעהן אויף זייער סקרין'ס)

-עס בלייבט נאר איבער זיי צו ווינטשן המקום ינחם
ווי עס קוקט אויס האט פאללאק געהאט ווייניגער לוי'ס דעם ווינטער ווי די אויסגעשפילטע  זאל פין די רעבעלן לעבן קרית יואל


תוקן על ידי היראים ב- 16/11/2010 19:47:52





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2010 19:18 לינק ישיר 

מעשה שהי' כך הי'.

די חברא קדישא דקהל יטב לב ד'סאטמאר האט אונטערגענומען א פראיעקט פון איבערמאכן דעם וועג ארויף צום ציון וואס געפינט זיך צווישן די מענער און פרויען, און איז ווי באקאנט שוין א לאנגע צייט צובראכן צוליב די מערערע גראבונגען ליידער אויפ'ן בית החיים. יעצט האט מען באשלאסן אז מ'גייט עס ענדליך פאררעכטן.

דער טראקטאר וואס איז ארויפגעפארן אויסצוגראדן דעם וועג און גרייט מאכן צום אויספלאסטערן האט זיך זייער שווער באכלעפטשעט מיט דעם שמאלן וועג, און אינמיטן וועג האט אים א רעדל געפלאצט. לדאבונינו הרבים איז דורכדעם אראפגעפאלן די מציבה פון הרה"ג ר' זעליג שפילמאן ז"ל, א לאנגיאריגער ריש מתיבתא אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר.

פארשטייט זיך אז די חברא קדישט וועט נעמען די נויטיגע שריט צו מפייס זיין דעם נפטר און ווי שנעלער צוריקשטעלן די מציבה על מכונו. ויה"ר שיבולע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2010 19:15 לינק ישיר 
גנבים גזלנים חמסנים ענק וועלן נישט קענען תשובה טוהן!!!


_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2010 19:11 לינק ישיר 

מלך האק נישט אריין, כ'ענדיג שוין צו דעם שרעקליכען שטורם

ווי באקאנט האבען די זאלי'ס אנדעקט אז די בית החיים פין קהל יטב לב איז ג'נב'ט געווארען פין די אריגינעלע משמשים, אין זענען בפקודת הקודש אריין אין ערכעות צו ראטעווען די בית החיים מיט די חפירות
עס געדענקט יעדער די שוידערליכע  רשעות'דיגע אקט ווי מ'האט געבראכען מציבות באישון לילה מיט העליקאפטער'ס אין די געסטאפא פאליציי
יעצט האט זיך אבער דערקייקעלט די מצב אסאך ערגער
די ארונים ווייסען נאכנישט ווי זיך אהין צו טוהן פין די שוידליכע אויפדעקונג
נעמליך די אפיצילע ווארטזאגער פין די זאלי העדקוואטערס האט באקומען א קלארע בילד פין די ציבראכענע מציבות די בילד איז לכאורה געכאפט פין א העליקאפטער אינטער די פארשפארטע צוים פין די בית החיים
אין מ'זעהט דארט קלאר אז די ארונים האבען בארבאריש צובראכען די הייליגע מציבה פין הרה''ג ר'  זעליג  שפילמאן ז''ל פאר'ן חטא פין  זיין א זאלי
שומו שמים

מאז היתה ישראל לוי איז נאך אזאנס נישט געהערט געווארען
 

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2010 18:59 לינק ישיר 

איז דאס דער ענפער אויף דעם?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שטורם: סאטמארע ביה''ח ווערט אויסגעגראבען ר''ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext