בית פורומים אידישע געדאנק

וואס מיינט אנ"ש אין ק"י? לכאורה תושבי עמנואל...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2010 03:54 לינק ישיר 
וואס מיינט אנ"ש אין ק"י? לכאורה תושבי עמנואל...

דעם זונטאג איז פארגעקומען א מעמד "לקדש שם שמים" אין ק"י דורגעפירט דורך די אהרונים צו העלפן די סלונימער חסידים אין עמנועל זיי באצאלן די שטראפן וואס דער בג"ץ (יא, דער ריכטיגער בג"ץ, נישט דער "אזויגערופענער" בג"ץ פון בני ברק...) האט ארויפגלייגט אויף זיי.


אויבנאויף קוקט עס אויס צו זיין א שיינע זאך. סאטמארער אידן זארגן זיך פאר אידן פון אנדערע קרייזן, און דערצו פון א ישוב וואס איז געבויעט אויף די אקופירטע שטחים, און איז געווען זיינערצייט פארבינדן מיט גרויס קאנטראווערסיע דערוועגן.

אבער אז מען גיט אביסל טראכט אריין שטעלט זיך ארויס זייער א פאני בילד:

ווען עס האנדעלט זיך צו שטיצן די לאנגיעריגע צדקה וחסד אפאראט אין ארצינו הקדושה "כולל שומרי החומות" האט דער רבי פון ק"י עטליכע מאל געפרעדיגט אז "אנ"ש פאר אנ"ש", אז "סאטמארער חסידים דארפן שטיצן אייגענע מענטשן ווי איידער צו שטיצן אזעלכע וואס זענען פון פרעמדע קרייזן, און קענען גאר גיין צו די בחירות". (עס איז געדרוקט שווארץ אויף ווייס אין די אהרונישע גליונות).

איז מה נשתנה חסידי סלונים וואס גייען צו די בחירות, זייערע מוסדות איבערן לאנד (אויסער עמנואל וואו זיי קענען נישט באקומען קיין רעגירונגס שטיצע) זענען נהנה פון שלחן איזבל, אא"וו, וואס האבן באקומען חן אין די אויגן פונעם רבי'ן פון ק"י?

פארוואס זענען די לומדים אין שוה"ח נישט אנ"ש און די חסידי סלונים זענען יא אנ"ש?

און איך וויל נישט ח"ו ארויסברענגען אז מען דארף נישט געבן קיין געלט פאר די חסידי סלונים. אדרבה, רבינו הקדוש זי"ע האט אונז געלערנט אז מיר דארפן שטיצן יעדן איד אומעטום, און כ"ש אין ארה"ק און שטיצן זייערע מוסדות כדי זיי זאלן נישט זיין אנגעוויזן אויפן שלטון הכופרים.

איך וויל נאר ארויסברענגען די "תרתי דסתרא" פאליטיק פון דעם ק"י פארטיי פירער.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 03:57 לינק ישיר 

מען קען שטארק מרחיב זיין דעם גאנצן ענין, אבער יעצט וועל איך ארויפלייגן א בילד וואס רעדט מער ווי טויזענט ווערטער...


אט דער בילד ווייזט ווי רבבות תושבי ק"י האבן באלאגערט דעם זאל, נאך אזא מעכטיגע פראפעגאנדע וואס עס איז אנגעגאנגען במשך פון א וואך צייט, דערצו "בפקודת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א"...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 03:59 לינק ישיר 

און אט איז דאס בילד וואס ווייזט די מעכטיגע געדרענג צו געבן געלט...


נישט געזארגט, אין בלאט אפיס ארבעט שוין פעסט דער דאקטער אז דאס בילד זאל זיין גאר מעכטיג...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 04:02 לינק ישיר 

והעיקר שכחתי


איך וויל מיך אנטשולדיגן פאר רבי-יונה און זיינע געטרייע מיטארבעטער פאר די שווערע ארבעט וואס זיי מוזן יעצט אונטערנעמען ארויסצוברענגען די גרויסע הצלחה וואס איז דארט געווען, און אנהייבן מיט א מעכטיגע אטאקע קעגן די בג"ץ'ניקעס (נישט פון עמנואל) פון בני ברק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 04:07 לינק ישיר 

באקומען אין אישית אן אינטערעסטאנטע פוינט


א פלא אז אין די אהרונישע פורום איז בכלל נישט באריכטעט געווארן זייט זונטאג נאכט איבער דעם מעמד. געווענליך נאך א געלונגענע אקציע ביי זיי ווערט עס תיכף געמאלדן מיט די העכסטע טענער באגלייט מיט פיקטשערס, און מיר האלטן שוין 3 טעג דערנאך, און עס איז נישטא דארט קיין באריכט און נישט קיין פיקטשערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 04:31 לינק ישיר 

רבי אהרן רייסט ארויס געלט יעדן טאג מיט א צווייטע תירוץ, זעהט אויס זיי זעהן שוין איין ער ניצט זייער געלט זיך איינצוהאנדלען א שיינע ספרינטער, און פארן אויף וואקאציע קיין פאלם ספרינג וואס שלעפט אריין און פרישע הוצאות מיטן באצאלן פאר פאטאגראפערס זאלן אים קרוינען אלץ סאטמארע רבי.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/11/2010 06:49:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 07:38 לינק ישיר 

נאריש. יעדע צוועק איז וויכטיג. מחמת איזה סיבה הא טמען אראפגענומען די כש"ה פושקעס פון ביהמ"ד. געבן געבט מען פאר זיי גענוג און נאך. אבער קיין אפילס טארן זיי נישט מאכן. למעשה די הורי עמנואל האבן דא ארויסגעוויזן היפש מסי"נ. און צו זאגן אז ווייל מען געט נישט(וואס איז אגב שקר) פאר איינעם טאר מען נישט געבן פארן צווייטן. איז ווי זאגן אז דו זאלסט נישט דאווענען היינט ווייל דו שרייבסט יעצט לשה"ר און הוצאות שם רע ברבים....

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2010 07:46 לינק ישיר 

פריינדליך פארוואס טאר שומרי החומות נישט מאבן קיין אפיעלס אין תולדות אברהם יצחק מעג יא? ביידע אדווערטייזען אין דער איד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 21:03 לינק ישיר 

אין פארוואס האט תולדות אברהם יצחק נישט געמעגט מאכען קיין אפילס ביי די זאליס ביז היי יאר
(אין היי יאר האבען ענק געלאזט נאר וועגן פאליטיק מיט תו''א, טראץ וואס קיין געלט האבען ענק נישט געגבן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2010 22:25 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
אין פארוואס האט תולדות אברהם יצחק נישט געמעגט מאכען קיין אפילס ביי די זאליס ביז היי יאר
(אין היי יאר האבען ענק געלאזט נאר וועגן פאליטיק מיט תו''א, טראץ וואס קיין געלט האבען ענק נישט געגבן)


דאס איז דיין אייגן רבי יונה געבעקס ארויסגעזויגן פון פינגער.

אין די בילדער זע איך א טאהש'ער חסיד וואס וואוינט אין מאנסי, איך ווייס נישט פארוואס ער איז געווען דארט, זיכער נישט לאור קריאת הגה"ק, לפי"ז וואלט מיר געווען אינטערסאנט וויפיל אהרוינים זענען בכלל געווען דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 18:53 לינק ישיר 

טייערער עכטער חסיד, ווי עס שיינט האט איר לגמרי נישט ארויס די גאנצער ענין,  ווי נאר איר וועט דאס פארשטיין וועט איר איינזעהן אז אין כאן לא קשיא ולא סתירא ולא פירכא, אלעס שטימט כמין חומר,

עס זענען פארהאן פארשידענע סארט צדקות, עס איז דא די אלגעמיינע צדקה וואס יעדער קען און זאל געבן לויט זייער געפיל און פארשטאנד, נאכער איז דא א העכערע פריאריטע צדקה, למשל א חסיד פון ר' זלמן לייב וועט ענדערש געבן פאר זייער כ"א כסלו דינער ווי פאר א פרעמדע ערליכע מוסד, (פארשטייט זיך אויב ער איז נאר ביכולת צו געבן פאר איינע), יעצט אפי' אין די הויכע פריאריטע צדקות איז דא א ספעציעל סארט צדקה דאס איז די צדקות רמבע"ה, וואס דאס האט א העכערע חשיבות כמובן, יעצט אין רמבעה"נ זענען פארהאן פארשידענע קאסעס פון פארשידענע קרייזן, שומרי החומות, ייטב לב, כולל עצי חיים, חבת ירושלים, זיבנבערן וכו' וכו' יעדער לויט ווי ער געהער אין זיין אפשטאם וועט זיך אויסוועלן זיין רמבע"ה פושקע, וואס אויף דעם האט ר' אהרן געזאגט אז ווען עס קומט צו די היימישע רבמעה"נ איז דאך נישט מער ווי רעכט אז מ'זאל אויסוועלן די סיגעטער קאסע וואס איז מיוסד נאך פונעם עצי חיים און ווידערבאנייט געווארן פון זיין גרויסן זוהן דער ברך משה, היעלה על הדעת אז דאס מיינט אז מ'זאל מער פאר קיינעם מער נישט געבן קיין שום צדקות?

העמיר גיין א שטאפל ווייטער, עס פארשטייט יעדער אז ווען די הנהלה פון א געוויסער מוסד, ווי הייליג דער מוסד זאל נישט זיין, אויב די הנהלה באגייט א פערזענליכע בגידה וזילזול קעגן דיין רבי'ן, אין עקשנט זיך צו ווייטער ממשיך זיין די בגידה, איז א דבר פשוט און נישט מער ווי רעכט אז דער מוסד מעג אראפגעשטעלט ווערן צו די קאטעגאריע פון "אלגעמיינע" צדקות, און זאל נישט זיין אין די הויכע פריאריטע צדקות, איבערהויפט אז ס'זענען דא גענוג ענליכע די סארט צדקות, וואס זענען יא רעספעקטפול צו דיין רבי, ווען איך זאג "אלגעמיינע" צדקות, מיינט דאס אז ווער עס וויל קען געבן, אויב איינער וויל פערזענליך ארומגיין שנארן אין שול, כל הכבוד,

למשל ווען די הייליגע מוסד רב טוב, האט מחליט געווען צו ממשיך זיין עדווערטייזן אין דער בלאט וואס לויט דער גבאי משה פר"מ, איז דאס געווען א "חוצפה נוראה בכ"ק רבינו שליט"א" ממילא האט ער מחליט געווען נישט צו ברענגן די רבי צו די דינער, האט דען איינעם עולה על הדעת געווען אז דער ברך משה איז ארויס אין א מלחמה קעגן רב טוב?  אין לך לצנות גדולה מזה.

אדער למשל ווען די הייליגע מוסד כולל זיבנבערגן האט מחליט געווען מער נישט צו עדווערטייזן אין דער איד, האט ר' זלמן לייב'ס קהלה, נישט דערלאזט יענעם שבת צו מאכן אין אפיל אדער הענגען פלאקאטן פון זייער דינער, האט דען איינעם עולה על הדעת געווען אז ר' זלמן לייב איז ארויס אין א מלחמה קעגן צדקת רמבעה"נ?  אין לך לצנות גדולה מזה.

יעצט לענינו, ר' אהרן האט קיינמאל געזאגט אז מ'זאל מאכן א רמבעה"נ פושקע פאר מוסדות סלונים, ס"ה מאכט ער א איינמאליגע קאמפיין פאר די קנסות, וזה הוא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וואס מיינט אנ"ש אין ק"י? לכאורה תושבי עמנואל...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext