| נשלח ב-17/11/2010 07:16 |
|
| |
לויבט "דער איד" אויסגאבע
איך פיל פאר א פליכט צו באדאנקען דער רעדאקציע פון דער איד פאר די הערליכע ארבעט, און דער זעלבע צייט וואלט איך געוואלט די אנדערע ליינער זאלן אויך ארויסברענגען זייערע מיינונגען בנוגע דער איד.
פאר איר שרייב ווייטער וויל איך קלאר שטעלן אז איך ארבעט נישט ביי דער איד, ניטאמאל באקום איך באצאלט פון זיי, פון דער אנדערע זייט פארשטייט זיך איך בין א שטארקע פאטראנאזירער אין שטיצער פאר זיי, אין בכלל איך האב ליב צי ליינען זשורנאלען, אויסגאבעס, צייטונגען.,, דעריבער וואלט איך געקענט באשטיין זיך אדורכצושמיעסען מיט זיי, אדער עכ"פ זאלן זיי כאטש וויסן די מיינונגען פון די לייענערס.
ערשטענס: איך בין זייער צופרידען ווי אזוי די וועלטליכע נייעס ווערט לעצטענס געדעקט, אמאל פלעגט עס זיין באשריבן קורץ און שארף, אריינגעווארפען עטליכע "אלטמאדישע" ווערטער, ווען איך זאל וועל לייענען אויפן קול וואלט איך ווען פארלוירן עטליכע ציינער...
די לעצטערע חדשים איז אנטשטאנען אין דעם א גרויסע שינוי לטובה, יעדע נייעס {נארמאלע} איז געדעקט און באשריבן אויסערגעווענליך גיט!
די פאליטישע ארטיקלען און אבזערוואציעס איז ממש צום באלעקן.
קהל'ישע נייעסער זענען איז אויך נישט אוועקצומאכן, אגב פארוואס האט מען לעצטענס אויפגעהערט לייגען קאלירטע בילדער פון רבנים?
איך האב נאך אסאך צו שרייבן ועוד חזון למועד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 20:23 |
|
| |
וואס האט דאס מיט שנאת חינם, מ'רעדט פונעם פאקט אז דער איד האט אראפגעלייגט א מעכטיגן ארבעט מיטן באריכט ארום דעם קינד, און עס איז בעסער ווי דער בלאט באריכט עס, און אפילו בעסער ווי די המודיע.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 19:17 |
|
| |
מען האט קוים געענדיגט רעדן פון שנאת חנם, און שוין הייבן זיך אן די נארישע קינדערישע געשלעגערייען ווער עס האט בעסער באשריבן.
טפשים, קומט צום שכל און הייבט אן זיך אויפפירן ווי נארמאלע מענטשן, נארמאלע אידן, און ביטע האלט נישט אפ משיח צדקינו פון קומען אונז אויסלייזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 19:16 |
|
| |
איך האב געזעהן אין דער איד ווי זיי האבן אן אויסשליסליכע פאטא קאפי פון לייבי'ס ריפארט קארד.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 18:59 |
|
| |
יעצט פארענדיגט דורכמישן "דער איד" מיט "דער בלאט". עס איז קיין ספק אז דער איד האט געוואונען דעם פארמעסט אין גרויסן. חוץ בילדער, וואס איך גיי זען אין די וואך, האט דער בלאט ממש גארנישט צו ליינען. א נאקעט'דיגער באריכט אן קיין שום זאפט.
ווידעראום דער איד האט אראפגעשטעלט א וואונדערבארן כראנאלאגישן סדר פון די גאנצע זוך אקציע מיט אלע אירע אנטוויקלונגן. אזוי אויך מאכט זי העדליינס מיט דעם אויפדעקונג ווער עס האט געפירט די פאליציי צו די לייסענס פלעיטס פון דעם מערדער.
כה לחי!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 20:34 |
|
| |
פיר אויס... און עס קראצט נאך ביז היינט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 20:21 |
|
| |
און איך לויב די מערכת פונעם 'איד' פארן אונז געבן פארגאנגענעם ווינטער '5 וואכן ברייטע דעקונג' פונעם 'בליץ באזוך' פון הרה"ח עזריא' גליק אין ארץ ישראל. ועלכע איז געוויס נישט גרינג אנגעקומען פארן מערכת...............
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 17:07 |
|
| |
אויך איז דא א גוטע ארטיקל וואס מען דארף וויסן ביים דינגען א קאר וואס איז זייער וויכטיג יעצט זומער ווען א גרויסער עולם דינגט קארס,
פאריגע וואך איז געווען א ארטיקל וועלכע איז בעסער צו ליעסן אדער צו קויפן
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 17:05 |
|
| |
דער איד האט א עקסטערע ביילאגע מיט א הערליכע באשרייבונג אויפן ראש ישיבה זצ"ל, ווי אויך באשרייבן זיי זיין התקשרות מיטן רבין ז"ל און דער באזוך פון רבין אין ישיבת לוצערן אויפן וועג צו ארץ ישראל
ווי אויך אסאך הערליכע בילדער
איך האב ממש נישט געקענט אראפלייגן דעם איד פארן דורךליינען די ארטיקלען
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 18:15 |
|
| |
דאנערשטאג פרשת קרח
זייער אינהאלטסרייכע ארטיקלען היינט דאנערשטאג אין דער איד. ברייטע דעקונג און אויפדעקונגען איבער זקו ראשי הישיבות הרה"ג ר' יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל וואס איז נפטר געווארן פארגאנגענע וואך. אויך איז דא זייער א שיינע ארטיקל לכבוד דאס אפצייכענונג פון 12 יאר זייט די היסטארישע טאג "חי סיון".
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 17:48 |
|
| |
איך בין אינגאנצן צומישט, דא האט היראים אראפגעריסן דער איד פארן לייגן קעסטל רעטענישן און אין ארונים פארום רייסט ער גאר אראפ דעם איד פארן נאכמאכן די קעסטל רעטענישן פון די בלאט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2011 21:36 |
|
| |
נעכטן נאכט געליינט דעם איד, הערליך אראפגעלייגט מיט אלע פרטים
ווי אויך דארף ארויסגעברענט ווערן לשבח אז זיי האבן נישט געלייגט קיין בילד פונעם טויטן פגר אזויווי אנדערע "אידישע" אויסגאבעס האבן ליידער געטאן
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 08/05/2011 22:47:51
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2011 04:03 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2011 04:00 |
|
| |
יעצט אין שווארטץ גראסערי אין וויליאמסבורג
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2011 02:33 |
|
| |
יעצט פארענדיגט ליינען דעם איד, די חברה דארט האבן זיך שרעקליך שטארק אויסגעריבן, דער באריכט ארום בין לאדין און אלע ארטיקלעך אין דעם הינזיכט זענען סופער! ס'פארפאקט אפילו אלבערט פריעדמאן'ס באריכט, אפגערעדט פון דער בלאט וואס האט ממש איבערראשט מיט זייער טרוקענעם באריכט,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2011 19:57 |
|
| |
יא, ברענג אים צוריק אהער
|
|
|
|
|