בית פורומים כל העולם כולו

פאלאקס: נייע לישקע סיין פסק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2010 19:31 לינק ישיר 
פאלאקס: נייע לישקע סיין פסק

אין דער איד שטעלן אריין די זאליס א נייע בריוו פון פאלאקס חברה קדישא, ווי זיי שעלטן אן מיט טויטע קללות די אהרונים, זיי ריפען די אהרונים "געוויסע יחידים", יא די געוויסע יחידים וואס האבן די בעלות אפען בית החיים דקהל יטב לב מקום מנוחת קדשו פון מרנן רבותינו הק' זי"ע, און נישט פון די מאחורי הגדר פאלאקס... וואס דערווייל געהערט עס פאר די זאליס אויך נישט... ווייל זיי האבן נאך נישט געקלאזט, זיי האבן נישט געקענט אויף קומען מיט די 5 מיליאן דאלער וואס עס קאסט זיי.

הקיצור - נאכן אנשעלטען די אהרונים פארן ריפען פאלאקס מיט אלע צו נעמען, ווי מאחורי הגדר, בעק יארד, מחיצה גבוה, גענצליך אפגעטיילט, פאלאקס לאט, ווי מען זעהט ווי דער כעס פלאקערט זיי, איצט ווען זיי האלטן שוין כמעט איינס א האלב יאר פון פאלאקס, ליגן נישט דארט קיין 2 מנינים מענטשן, חוץ באלד א מנין מאנגאס.

ווייל א נארמאלע מענטש לייגט נישט אהין דארט קיין נפטר, וואוסענדיג אז די גאנצע פאלאקס איז געגרינדערט געווארן בלויז אז רז"ל און שאול פערלשטיין זאלן קענען ווייטער אנהאלטען מיט זייער חילול ה' און משתמט זיין לדין תורה, און ווייטער קענען גיין אין געריכט, און צוליב זייער ווילן אנצוהאטלען די השתמטות לדין, האלט זיך נישט א מענטש ביים מקרב זיין.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס די זאליס האבן שוין געטרייט אלע מיני וועגן אז דער עולם זאל לייגן אין פאלאקס, צווישען די וועגן וואס זיי האבן פרובירט איז:

1) א פסק פונעם לישקע סיין, אז מען טאר נישט ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב ווייל עס איז קרקע גזולה...

2) געמאכט א גורל ווער עס קויפט א קרקע, אז מען געווינט 18 מאל די געלט...

3) געמאכט א גורל ווער עס קויפט א קרקע אויף א טייערע אויספלוג וויקאציע...

4)  געשריבען אן אצאל בריוון און געשיקט אויף די פאסט, אז זיי זענען נישט מוחל ווער עס ליגט אינעם בית החיים דקהל יטב לב.

5) זיי געבן קרקע אומזינסט, נאכדעם וואס מען צאלט 1800 דאלער...

6) אין בית החיים דקהל יטב לב לאזט מען נישט ארויף קיין קינדער...

7) אז מען בעט 50 טויזענט דאלער פאר יעדער מת...

8) אז מען לייגט מציבות נאר אין מיטען די שבעה... און אין פאלאקס קען מען נאר נאך די שבעה...

9) מען מעג נאר ליגן אין פאלאקס, ווייל..? דאס איז די איינציגסטע בית החיים וואס ליגט נישט אין קארט...

10) מען גייט מאכן אין פאלאקס אסאך פלאץ, ממש א קאר זאל קענען ארום פארן צווישען איין קבר אין צווייטען.

11) אז דער הולך לבג"ץ עזריאל גליק פירט פאלאקס, און מען פירט זיך לויט זיינע הוראות און הלכות...

12) אז די אהרונים הרגנען אלטע מענטשען ווען זיי זענען קראנק און צווינגען זיי צו ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב.

13) אז די אהרונים נעמען געלט פאר קרקע און ווען עס קומט למעשה זאגט זיי אז מען האט קיינמאל נישט געגעבען.

14) רז"ל שרייט מיט יעלות חמסנים גזלנים.

15) די רבי זי"ע ליגט שוין נישט דארט פונקט ווי די קדושה איז אוועק פונעם כותל.

16) גרויסע קאלירטע פיקטשערס פון פאלקאס אין דער איד, און אין זייער בתי מדרשים הערליכע ריזיגע קאלירטע פאלאקטען...

17) שמחת תורה האבן זיי געהאנגען אזאנע ריזיגע קאלירטע פאלאקטן אין ראדני, אזש דער עולם איז פרייליך געווארן צו שטארבען...

18) אברהם בער יאקאבאוויטש לויפט ארום ווי א שיכור צו יעדען אלטן איד זיך בעטן מיט גוטן און בייזן.

19) די לישקע דיינים קאלן די משפחות נאכדעם וואס עס איס דא א נפטר, איבער געבן זייער פסק, אז מען זאל לייגן נאר אין פלאקאס.

20) אין פאלאקס איז דא הערליכע זאמד...

21) די אהרונים ברעכן אראפ מציבות...

22) די זאליס גייען מארגן... נעקסטע וואך... צוריק געווינען די בית החיים, און עס וועט ווערן איינס מיט פאלאק...

וכו' וכו', שווער צו געדענקען יעדע פרישע נערישע ספין.

אזוי האבן זיי יעדען צווייטען טאג פרובירט מיט אלע כוחות נייע וועגן, אז דער עולם זאל נאר לייגן נפטרים אין פאלאקס, אבער זיי האבן געטאפט א וואנט.

איצט זענען זיי אויפגעקומען אין דער איד מיט א נייע המצאה!

אז וואס..?

אז די לישקע סיין האט ארויס געגבען א נייעם פסק אז..?

לאמיר שרייבען ווארט ביי ווארט - עפ"י פסק חברי הבית דין צדק דקהלתינו שליט"א, איז דער שטח החדש וואס מען האט נאר בלויז מוסיף געווען צום שטח הישן, עפ"י הלכה איין בית החיים דאס גאנצע צוזאמען, דאס אלטע מיט די נייע.

רייבט ענק די אויגן, אלע זאלי קעלבעך דארפן מיט פארן איצט מיטן נייעם פסק. שטעלט זיך די שאלה אז טאמער על פי הלכה האט עס איין דין, דאס איז איין בית החיים, איז האט פאלאקס אויך די הלכה פון קרקע גזולה? איז דא אינעם אלטן בית החיים א וועג צווישען איין מציבה פאר א קאר...? גייט אריין אין גורל אויך ווער עס צאלט פארן בית החיים דקהל יט"ל...? פירט עזריאל גליק אויך די בית החיים דקהל יט"ל...?

מען וועט מיזן ווארטן אויף ר' שלמה לייב וויינבערגער וואס זיין טאטע און מאמע ליגן...? אז ער זאל ענטפערן די תירוצים....


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 18/11/2010 19:38:26




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2010 01:27 לינק ישיר 

די וואך שב''ק איז געווען יו''ט אין די חרדישע וועלט
אלעס איז אויף געווען מיט די פסק פין די וועלטס אנעקענטע פורים לישכה

די זאליס זענען געשפרינגען אז אלע ארונים ליגען אויך אין פאללאקס ס'דאך איין  זאך

אבער ביי אנדערע קהילות איז געווען ערנסטע געשלגען
אין סקולען איז מען געוואר געווארען אז דער סקולענער רבי ז''ל ליגט אין א גוישע בית החיים, די גאנצע גדר איז גארינשט ווערט
ווי אויך האט באבאוו אנגעהויבן א מחלוקה מיט ספינקא אויב זייער רבי ליגט אין באבאווער חלקה אדער אין ספינקא חלקה
אזוי ווייטער אין צענדליגע קהילות.
בקיצור ס'איז הויעך יו''ט אין די חרדישער גאס

די איינציגע זאך וואס בי''ד וועט נאך דארפן דן זיין איז די שטח וואס די סאטמערע דיינים האט מקדש געווען 2 יאר ציריק צווישען די בית החיים אין פאללאקס,
וואס לויט זייער אנערקענטע פסק איז די שטח קיינמאל נישט מקודש, קומט דא אויס אז א ליידיגע פעלד שנייד איבער צווישען די בית החיים מיט פאללאקס
דער עולם ווארט געשפאנט אויף די באמבע אין די קומענדיגע וואכען
האפענטליך וועט עס נאך זיין פאר פורים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2010 09:19 לינק ישיר 

כ'טראכט וועלכע פסק איז בעסער די 1 חלקה פסק אדער מארענשטערן'ס מכתב קודש - דברי פי חכם חן, הצד השוה שבהן....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 23:58 לינק ישיר 

זיי מאכען ליצנות פין זייערע אייגענע דיינים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 23:06 לינק ישיר 

אפשר וועט די ג'גנב'טע סעפטיק זאמד וואס די ארונים ניצן זיך אויסמישען מיט די שיינע ווייסע זאמד וואס די זאליס האבען געלייגט אין ס'וועט ווערן בטול בשישים
ווער ווייסט...

סיי וויאזוי קען איינער אהער ברענגן די פסק פון די לשכה?

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2010 21:31 לינק ישיר 

meshiguim



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2010 20:49 לינק ישיר 

געוואלדיג!
דאס מיינט א סוקסעספול בי"ד

מען האלט שוין ב"ה ביים זעקסטען פסק בליעה"ר




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאלאקס: נייע לישקע סיין פסק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext