בית פורומים אידישע געדאנק

פאפיולערע רעסטאנט זאגט אפ פאליטישע אהרויני הכשר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2010 20:08 לינק ישיר 
פאפיולערע רעסטאנט זאגט אפ פאליטישע אהרויני הכשר

ווי שוין באריכטעט דא אויפן פורום האבן די אהרוינים אנגעהויבן א נייע אגרעסיווע מהלך פון פארקויפן זייערע שוואכע טעקסעס פלייש. זייער פראבלעם גייט אסאך ווייטער ווי דאס אז חוץ אהרוינים וויל קיינער נישט עסן פון א שחיטה וואס איז געגרינדעט פאר פאליטישע אינטערעסע. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז הונדערטער אהרוינים רירן נישט אן די אייגענע טעקסעס פלייש צוליב דעם וואס עס איז זייער הארט און טריקן, די פארמער אין טעקסעס זענען מגדל די בהמות אויף א אנדערע סיסטעם ווי אין שעקאגאוי און דאס דערקענט זיך שטארק אויף די קוואליטעיט פון די פלייש. קעטערערס און רעסטאראנטן ווילן דאס נישט אנקוקן און הונדערטער אהרוינים קויפן נאך עד היום פלייש אין גראסעריס אנגעהויבן פון רובאשקין און גענדיגט ביי מיעל מארט.

לעצטנס האט מיעל מארט נישט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט אין טעקסעס מיט די אהרוינים אויף די אלטע סיסטעם פון באקומען א פראצענט, זיי פאדערן א אפצאל פאר יעדע שעה וואס די אהרוינם ניצן זיין פלענט. די אהרוינים זענען געווארן זייער אגרעסיוו און פראבירן צו שטיפן ווי מער פלייש און דערמיט איבערצייגן מיעל מארט אז די סעילס הייבן זיך.

אלס איינע פון די אגרעסיווע שריט האט די וועד הכשרות פון די אהרוינים אין מאנרא ארויסגעגעבן א געזעץ אז אלע רעסטאראנטן אין ק"י וואס געפינען זיך אינטער זייער השגחה (זיי האבן נאר רעסטאראנטן אין ק"י, אין אנדערע שטעט ווייסט מען בכלל נישט אז אזא וועד הכשרות עגזעסטירט, בערך אזוי ווי די טאהש'ע וועד הכשרות) מעגן פארקויפן אויסדריקליך נאר טעקסעס פלייש!

די תוצאות האבן זיך אנגעהויבן תיכף דערקענען ווען די פאפיולערסטע רעסטאראנט אין קרית יואל האט פארשטאנען אז מיטן ניצן דווקא טעקסעס פלייש קען נער פארמאכן זיין געשעפט האט ער ארפאגעווארפן די השגחה פון די אהרוינים נישט וועלנדיג זיין געבינדן צו נאר אהרוינישע טעקסעס פלייש האט איינגעמאלדן פאר ר' ברוך טייטלבוים דער אהרוינישער בעל מכשיר אז ער ברויך נישט זיין השגחה ווייל ער האט זיך איינגעהאנדלט די השגחה פון קהל יטב לב וואס שטייט אינטרן בד"ץ קיט"ל בראשות כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א ביי וועלכע כשרות איז די איינציגסטע אינטערעסע אן ביזנעס חשבונות.

פארשטייט זיך אז די אהרוינים וועלן אלס כעס אנהייבן א פרישע מערכה און שמוץ קאמפיין (אזוי ווי נאר זיי קענען) קעגן דעם בעל הבית און קעגן חסידי סאטמאר בכלל.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 18/11/2010 21:48:55




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 01:52 לינק ישיר 

וויאזוי האט ער געזאגט? "פאליטיק פאליטיק און פאליטיק"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:59 לינק ישיר 

אויב אזוי מיט וואס פאר א רשעות שברייבט מען אז מען האט אים געכאפט מיט פארלעצונגען? כאילו ער האט ארומגעפאפט דעם בעל מכשיר, דאס איז שוין פשוטע רשעות, צו באשמוצן א מענטש פאר ריין ביזנעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 02:13 לינק ישיר 
די קלארע פאקטן איבער קאושער גריל

איך האב זיך געוואונדערט כנ"ל וואס עפעס קאושער גריל האט מחליט געווען אפצוהאקן מיט די אהרונים, און דאס וואס נפל / פריש שרייבט האב איך געוואוסט איז נישט אמת, ווייל יעדער חדר אינגל ווייסט אז קאושער גריל האט ביז היינט געהאט סטריקטלי קרית יואלע פלייש.

נאכגייענדיג אביסל, בין איך אויפגעקומען אז די זאך איז געווען, אז די בוטשער אין ק"י האט געצווינגען קאושער גריל צו קויפן דוקא טעקסאס פלייש דורך זיי, דאס הייסט ריטעיל, און זיי האבן אים נישט געוואלט פארקויפן אויף האולסעיל בשו"א. דאס איז אים אויסגעקומען זייער טייער, טייערער ווי צו דערלייגן די אכצן הונדערט משפחות וואס האבן ביז היינט יא געקויפט, אין אויסטויש פאר די אנדערע אכצן וואס האבן ביז היינט נישט געקויפט.

ער האט געטענהט צו זיי מיט רעכט, אז סאיז נישט קיין יושר, אז דער קאמפעטישאן זיינער די דעלי אין שאפינג סענטער באקומט יא די פלייש פאר האלסעיל, און ער זאל מוזן קויפן ריטעיל.

האט ער איינגעמאלדן פאר וועד הכשרות אז ער קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, און ער גייט אנהיייבן קויפן מיל מארט פלייש. פארשטייט זיך אז דאס איז א "פארלעצונג". אבער נישט אז זיי האבן אים געכאפט מיט עפעס, ער האט זיי קלאר מודיע געווען פון פארדעם אז דאס גייט ער טון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2010 19:46 לינק ישיר 

ער האט געמאכט א פשוטען חשבון, די קעי דשזעי בויעס עסן ממילא אלעס, זיי זענען קיינמאל נישט געווען אזאנע מחמירים אין הלכות מונחת, א גוט שטיקל שווארמא אדער יאפטשיק האט מען מונחת אין דער ערד, משא"כ די פרומערע עולם וואס עסט נישט קיין מוסקאוויס כפסקו של מהר"י ראטה (שערעור על חתנו ועל העגל) האבן נישט איינגעקויפט ביז היצטערט דארט, במילא אזוי טוט ער צופרידען שטעלן יעדעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2010 18:17 לינק ישיר 
מיטן הכשר פין פאפא רב אין מאנסי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 08:55 לינק ישיר 

פריש כתב:
אומזיסט פראביר צו פארקויפן ענקער לאקשן ביי ענק אין פורום. כא כא כא "מען האט אים געכאפט שווערצן"...  "מ'האט אים געסטראשעט אראפצונעמען דעם הכשר"... "אהרוינים האבן עני וועי"...

סך הכל האבן די אהרוינים אים יעצט געהייסן פארקויפן נאר טעקסעס פלייש, האט ער זיי געזאגט מוחל טובות איך דארף נישט ענקער הכשר. וחסל, א גוטן פורים אלע אהרוינישע שווענץ


אנטשולדיגט, כ'האב נישט געוויסט אז דער פארום באלאנגט פאר דיר. סאו פאר האב איך נאר דא רשות כתיבה, און דא שרייב איך פון צייט צו צייט.

איך שרייב נאכאמאל וואס כהאב פריער געשריבן, די פאקט איז אז ביז היינט האט ער נאר פארקויפט אהרונישע פלייש, דאס איז ביי עופות, ביי בהמות ווייס איך נישט,קען זיין אז דער וועד הכשרות האט נישט תיכף אינפארסירט די רול אז מען מעג נאר האבן זייער פלייש אויך ביי בהמות.
 
למעשה מאכט נישט קיין סענס ער זאל וועגן דעם אליינס אראפנעמען דעם הכשר, ווייל ווען ער וויל ווען טון דעם שריט פון צופרידנשטעלן די 47 פראצענט קרית יואל וואס עסט נישט די אהרוני'שע פלייש, וואלט ער עס שוין לאנג געדארפט טון.

אלא מאי, ליגט עפעס אונטער דעם.

פארשטייט זיך עס מוז נישט זיין עפעס נעגאטיוו, עס קען זיין סיי וואס, פון אז די טעקסאס פלייש איז הארט... ביז אז די צאל בחורים אין מאנרא איז געשרינקען, און אלעס אינצווישן. נישט קיין חילוק.

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 19/11/2010 17:32:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 03:17 לינק ישיר 

אומזיסט פראביר צו פארקויפן ענקער לאקשן ביי ענק אין פורום. כא כא כא "מען האט אים געכאפט שווערצן"...  "מ'האט אים געסטראשעט אראפצונעמען דעם הכשר"... "אהרוינים האבן עני וועי"...

סך הכל האבן די אהרוינים אים יעצט געהייסן פארקויפן נאר טעקסעס פלייש, האט ער זיי געזאגט מוחל טובות איך דארף נישט ענקער הכשר. וחסל, א גוטן פורים אלע אהרוינישע שווענץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 02:03 לינק ישיר 

זייט נישט קיין בהמות. קאושער גריל האט ביז היינט נישט געהאלטן ביים טון דעם שריט, ווייל א גרויס חלק פון זיינע קאסטומערס זענען די הונדערטער תלמידי הישיבה. זעט אויס אז עפעס איז יא געווען, - לויט די אהרונים איז דאס אז זיי האבן אים געכאפט אריין שווערצן זאלי פלייש - און במילא האבן די אהרונים אראפגענומען - אדער מסתמא געסטראשעט אראפצונעמען - זייער הכשר. האט ער זיי געזאגט גוד ביי טשארלי.

מסתמא מאכט ער א חשבון אז די ישיבה איז סייווי געפאלן - לויט א אינסייד באריכט האלט עס ביי קנאפע זעקס הונדערט בחורים - לוינט זיך אים נישט צו פארלירן זיבן און פערציג פראצענט קרית יואל פאר דעם. חוץ מזה וואס ער ווייסט אז אויב וועלן די בחורים זיין זייער הונגעריג, וועלן זיי אזוי אויך קויפן...

חוץ מזה, האבן די אהרונים סייווי א דעלי אין שאפינג סענטער פאר ווער עס וויל דוקא "הארטע" פלייש... לוינט זיך אים ענדערש צו פארקויפן פאר די זאליס, וואס דערווייל איז נישט געווען קיין איין סטאר וואס האט פארקויפט פאר זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 01:28 לינק ישיר 

נאך אמאל קאושער גריל מיינט נישט קיין שום פאליטיק, ס''ה ווייסט יעדער אז ער שטעלט צו די בעסטע פליישן, און ער וויל דאס ווייטער גיבן פאר'ן ציבור, און פון טעקסעס פלייש וועט דאס נישט זיין. פינטל.

די ועד הכשרות האט זיך יעצט אויפגעוועקט אז ער מעג נאר נעמען פלייש פון טעקסעס, האט ער ארויסגענומען דעם טעלפאון ביך און גערופן ועד הכשרות שע''י קהילתינו. זה הוא.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 01:20 לינק ישיר 

פריש כתב:
א. יא מאיר הירש האט זיך געבראכן און אנגעהויבן נעמען אביסל בעסערעט טשיקנס, פארט נישט די גוטע קוואליטעיט ווי וויילאנד אבער פארט נישט די גארביטש מיט וואס ער האט אנגעהויבן.

ב. מען איז שוין לאנג נישט בודק צומות הגידין אויף א שטענדיגע באזיס, מען איז בודק 2-3 מאל א חודש און געווענטליך איז דאס נאר בשעת ר' אהרן ברענגט א גאסט צו שלעפן צאמי.


2 שקרים במילתא דעבידא לגלי'

א. מ'נעמט פין די  זעלבע פלאץ - דארט ווי יעדער נעמט שוין לאנגע יארען

ב. מ'איז בודק צומות הגידין ''יעדן טאג'' טאקע נישט מיט 10 משגיחים
 אבער אויבן אויף איז מען בודק דורך עטליכע משגיחים יעדע עוף אין אויב עס מאכט זיך א טאג וואס ס'טרעפט זיך א מיעוט אפי' שאינו מציא איז מען בודק גרינטליך יעדע עוף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2010 01:10 לינק ישיר 

קען מען נאך ערגעץ קויפן פליישיגע סענדוויטשעס אין קרית יואל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2010 00:45 לינק ישיר 

א. יא מאיר הירש האט זיך געבראכן און אנגעהויבן נעמען אביסל בעסערעט טשיקנס, פארט נישט די גוטע קוואליטעיט ווי וויילאנד אבער פארט נישט די גארביטש מיט וואס ער האט אנגעהויבן.

ב. מען איז שוין לאנג נישט בודק צומות הגידין אויף א שטענדיגע באזיס, מען איז בודק 2-3 מאל א חודש און געווענטליך איז דאס נאר בשעת ר' אהרן ברענגט א גאסט צו שלעפן צאמי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2010 00:41 לינק ישיר 

פריש כתב:
יא איך געדענק אויך ווען ענק האבען נעבעך געשריגן די זעלבע טיפשות ביי צומות הגידין אז קרית יואל זיכט  די ביליגסטעדי  זעלבע איז געווען ביי צומות הגידין, מ'האט אויפגענומען 10 בודקים צו בודק זיין יעדע עוף אין עטס האטס געשריגן אז נאר ק''י האט די פראבלעם ווייל זיי ניצן ביליגע טשיקען'סנו, פארוואס האט קרית יואל נישט געקענט פארשיקען די 10 בודקים אין נעמען פין די טייערע פארעמס לשיתכםענקער עולם איז אזוי משוגע? מ'קען זיי איינרעדן אזעלכע טיפשות?

_________________

ווייל נאכדעם וואס די גאס האט ענק געכאפט ביי די מעשה האט ענק שוין נישט געפאסט. בכגון דא נאמר "א פוילער ארבעט דאפלט און א קארגער צאלט טייער".


א שקרן וועט אייביג בויען אין ספינען צו צוען ווייטער זיינע געבעקסן
פארוואס היינט צו טאגס האט קרית יואל אין סקווירא מער נישט קיין צומות הגידין?
האלטס אז היינט פאסט זיי שוין יא צו טוישן פארעם?
אין פארוואס זענען זיי נאך אלס בודק די צומות הגידין אפי' מ'טרעפט נישט

נאר ווער איז וויל וויסען ווייסט די אמת
קרית יואל אין סקווירא האבען גענומען ביי די זעלבע העטשערי אין פארעמס ווי יעדער נעמט
אין אז מ'קוקט נישט ''טרעפט מען נישט''......
קרית יואל איז היבש געוואקסען נאך די צומות הגידין סעזאן ערליכע יודן האבען זיך איבערצייגט אויף אלע היתרים זענען געבויט ''אז מ'קוקט נישט מ'זעהט מען נישט''

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2010 00:40 לינק ישיר 




תוקן על ידי rebyankel ב- 19/11/2010 00:43:55





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2010 00:40 לינק ישיר 

דער אקס, די צעטל איז א יונה פאבריקאציע, איך זאג דאס פאר 3 סיבות. איינס: ברוך טייטלבוים איז נישט אזוי צורידערט. צוויי: ער האט שוין אמאל ארויסגעגעבן א צעטל אז א צעטל פונם אהרוינישען וועד הכשרות אן זיין חתימה איז גארנישט ווערד (בשעת די עקשטיין הירש כשרות קאנטראל מחלוקה). דריטנס: זאג מיר איין סיבה פארוואס יונה זאל נישט פארבערצירן אזא צעטל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פאפיולערע רעסטאנט זאגט אפ פאליטישע אהרויני הכשר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext