| נשלח ב-18/11/2010 20:42 |
|
| |
לעצטער סענאט פארמעסט פון קאמפיין 2010 ענדליך אנטשידן
אלאסקע. - נעכטן שפעט נאכמיטאג איז ענדליך אנטשידן געווארן דער לעצטער סענאט פארמעסט פון די פארלאפענע וואלן, ווען אלאסקע רעפובליקאנער סענאטארשע ליסע מורקאוסקי איז דערקלערט געווארן אלס די געווינער פון איר סענאט פארמעסט קעגן דעם טי-פארטי קאנדידאט דזשאו מיללער. מורקאוסקי איז געלאפן אלס א ''רייט אין'' קאנדידאט (דאס הייסט אז איר נאמען איז נישט געווען אויפן שטים צעטל, אבער מען האט דאס געקענט אריינשרייבן אויף א ליידיגן ארט) און עס איז דאס ערשטע מאל אין די לעצטע 50 יאר וואס א רייט-אין קאנדידאט געווינט א פארמעסט, ווען אין 1954 האט סטראם טורמאנד געווינען א סענאט זיץ דורך א רייט אין קאנדידאטור.
די מורקאוסקי-מיללער פארמעסט האט געהאלטן געשפאנט אמעריקע נאך לאנגע וואכן איידער די וואלן, ווען די רעפובליקאנער פארטיי האט ארויסגעשטויסן מורקאוסקי און אנשטאט נאמינירט דעם מער-רעכטן קאנדידאט דזשאו מיללער פארן סענאט קאנדידאטור, און דאן האט מורקאוסקי געמאלדן אז זי וועט לויפן אלס רייט-אין קאנדידאט.
ווען דער וואל טאג האט זיך געענדיגט האט מורקאוסקי תיכף געהאט א שטיקל אויבערהאנט, אבער מען האט געדארפט ווארטן ביז אלע אריינגעשיקטע בעלאטס וועלן אפגעציילט ווערן.
דאן האט דער מיללער קאמפיין אנגעהויבן א נייע מערכה און געזאגט אז יעדע געשריבענע שטימע וואס עס איז נישט גוט אויסגעלייגט די נאמען ''מורקאוסקי'' קען לעגאל נישט געציילט ווערן.
אויך האט מיללער געזאגט אז די וואס האבן געשריבן ''ליסע מ.'' אדער ''ל. מורקאוסקי'' זאל נישט געציילט ווערן.
מיטוואך נאכמיטאג ביים ענדע פון די ציילונג פון אלע שטימען, האט מורקאוסקי געהאט אן אויבערהאנט פון 10,400 שטימען, וואס דערין איז אריינגערעכנט 8,153 שטימען וואס די מיללער קאמפיין זאגט אז זיי קענען לעגאל נישט גערעכנט ווערן צוליב די אויבנדערמאנט סיבות.
אבער אפילו מען זאל טאקע נישט רעכענען די 8,153 שטימען, האט מורקאוסקי נאך אלס א אויבערהאנט פון 2,247 שטימען איבער מיללער.
מיללער האט געזאגט אז איבער די וויקענד וועט ער באשליסן צי ער וועט פארלאנגען א ריקאונט צי נישט.
קרעדיט לוח הציבור
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 20:44 |
|
| |
בקיצור גערעדט מיינט דאס נאך א זיץ פאר די רופאבליקאנער
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 21:11 |
|
| |
ניין, ביידע זענען ממילא רעפובליקאנער, עס מיינט א געזונטן פראסק פארן לוזער סערא פעלין,
כמעט אלע אירע סענאט קאנדידאטן האבן פארלוירן, קריסטין או'דאנעלל, שעראן ענגל, קען באק, דשאן רעיסי, אין יעצט דשאו מיללער, 3 דערפין וואלטן לכאורה די רעפובליקאנע געוואנען ווען די מעסיגע וואלטן געווען די רעפובליקאנע קאנדידאט,
בקיצור סערא פעלין איז א חורבן פאר די רעפובליקאנע פארטיי, זי קען גוט זיין פאר שטארק קאנסערוואטיווע גענויגטע געגענטער, נישט מער, נעשענעלי איז זי ווערד חרוסת,
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|