בית פורומים אידישע געדאנק

איבערקערעניש: מדינה אנטקעגן פרומע ציונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2010 18:47 לינק ישיר 
איבערקערעניש: מדינה אנטקעגן פרומע ציונים

אפילו איך בין נישט מורגל צו שרייבן יידיש וועל איך זיך אנשטרענגען לטובת די חברי הפורום וואס האבן דאס געבעטן...

ארץ ישראל דרייט זיך איבער ממש טישן און בענק, שוין יארן לאנג וואס די כוללים וואס געהערן זיך אן צו די אגודה באקומען געלט פון די מדינה אויף א גנב'דיגען אופן.

די מדינה גיבט א געוויסע סכום געלט פאר יעדן כולל אינגערמאן, די כולל באקומט דאס געלט און די כולל טיילט דאס אויס פאר די אינגעלייט.

אסאך יארן צוריק האבן די כוללים געטראפן א נייע טריק, נאכן מאכן א חשבון אז הונדערטער און אפילו טויזענטער אינגעלייט נעמען נישט קיין כולל געלט פון די מדינה, האבן געוויסע כוללים געפעלטשט די דאקומענטן פון די פרומע אינגעלייט בעיקר סאטמארע און תולדות אהרן'ע. און זיי האבן איינגעגעבן אז די אינגעלייט לערנען ביי זיי אין כולל און די כולל האט באקומען פון די מדינה מיליאנען שקלים במשך די יארן אויפן חשבון פון די אינגעלייט.

לעצטנס האט די מדינה ארעסטירט אסאך קנאים און גענומען פאר אויספארשונגען, ספעציעל נאכדעם וואס עס איז געווען לעצטענס אסאך מערכות, קודם די הפגנות אויף בר אילן דערנאך קרתא פארקינג לאט דערנאך די חפירות אין אשכלון דערנאך אין יפו, דערנאך א מערכה קעגן די גער'ע כולל פולין (רמבעה"נ) ועוד. ווען די מדינה ארעסטירט א אינגערמאן פאר אויספארשונגען מאכן זיי זיכער איבערצוגיין אלע זיינע רעקארדס, האבן זיי באמערקט א אינטערסאנטע זאך, אז א גרויסע חלק פון די אויסגעפארשטע נעמען כולל געלט פון די מדינה... דאס איז א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל ספעציעל נאכדעם וואס די אינגעלייט זענען גרייט זיך צו לאזן ארעסטירן אין די מערכות קעגן די מדינה...

נאך א קורצע אויספארשונג האט די מדינה געכאפט דעם שווינדל וואס דא קומט פאר. זיי האבן אינאכט גענומען אז די כוללים פעשלן די פאפירן פון די אינגעלייט מיטן חשבון אז קיינער וועט קיינמאל זיך סיי ווי נישט דערוויסן, ווייל די אינגעלייט וועלן דאך קיינמאל סיי ווי נישט איינגעבן צו באקומען געלט פון די מדינה.

די פאליציי האט זיך אראפגעלאזט אויף עטליכע כוללים וואס באקומען געלט אויף די נעמען פון קנאים און "אז מען זיכט טרעפט מען" זיי האבן געפינען אין איינע פון די כוללים (כולל מתמידים וואס געהערט צו ר' לייבל מינצבערג) מאשינען מיט וואס מען מאכט פאלשע איי. דיס.

עס זענען דא אפאר ארעסטירטע.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/11/2010 19:18 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2010 19:18 לינק ישיר 

* width="480" height="385"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איבערקערעניש: מדינה אנטקעגן פרומע ציונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext