ויפתח את פי האתון: דער סבלן צופירט זיך שוין ווייטער דאס פיסקל...
רופט שוין אריין, איידער זיי נעמען דאס אראפ
718-305-6942
דערנאך דרוקט 2-1-4-3
נשלח ב-26/11/2010 01:47
מלך_מלכים כתב:
ר' יאנקל, שאד די גאנצע טענעריי, איין שאלה וואס איך האב נאר צו דיר, פארוואס ווען דער הייליגער קאשויער רב זי"ע האט געזאגט אז עס איז דא פראבלעמען מיט די פלייש קומט אים א "עפרא לפימא" אין ווען ר' אהרן זאגט עס איז עס קודשי קדשים.
פריוואטע בקשה פאר די ענפערסט ווארט ביז די רויטקייט גייט דיר אראפ פון פנים.
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 25/11/2010 00:22:22
נשלח ב-25/11/2010 21:13
Plywood כתב:
(חוץ אויב מען וועט זאגן אז די פאקטישע סיבה פארוואס די רבי האט גענומען אזא פראסטן דיין איז ווייל עס איז נישט געווען מעגליך אן ערליכער דיין אבער היינט צואטגס קען מען שוין יא...)
נשלח ב-25/11/2010 06:18
איז דער יעצטיגע דרשה וואס מאיר הירש האט דערמאנט דעם אויסגעוועפטן רבין עפעס א שייכות מיט דעם מיטינג וואס דער גאון הקדוש האט געהאט מיט הערשי פרידמאן דער בעלהבית פון רובאשקיןס שחיטה יענע וואך?
נשלח ב-25/11/2010 01:10
rebyankel כתב:
באמת זעה איך נישט פארוואס איך זאל דיר דארפן ענטפרן דיינע ענטפרס פרעגן מיך נישט אפ נאר איינער שיקט מיר אין אישי בנוגע די טשיקאגוי פלייש וועל איך עס אריינלייגן
בנוגע טשיקאגוי קודם כל דארט שעכט מען נאר איין מין בהמה אין ביי ענקער בושטער פארקויפט מען אלע בהמה פליישן והשנית סאטמאר האט אויסדריקלעך נישט די בעלות אויף די פאבריק אין טשיקאגוי אפי' אינעווייניג, נאר 1 טאג א וואך לייגט מען צו אפאר חומרות וואס סאטמאר פארלאנגט, פינקט ווי ביי די עופות ווען מ'שעכט פאר סאטמאר לייגט מען די חומרה פין ספליט וואס סאטמאר פארלאנגט, אין מ'ניצט ע''פ רוב די רעגעלמעסיגע שוחטים וליתר שאת שיקט סאטמאר אראפ א משגיח אדער מ'צאלט אפאר דאללער פאר א שוחט ער זאל זיך אומקוקען פאר אדער נאכען שעכטן. (ויקרא שמו משגיח תמידי)
אנדערש איז אבער טעקסאס, וואס די גאנצע סדר השחיטה וניקור כו' איז בלויז לויטן פארלאנג פין סאטמאר, זיי פירן עס, זיי ברענגן די שוחטים, פירן איין די גאנצע מהלך מיט אלע חומרות והידורים אין יא, זיי מאכען ניטעמאל קיין ריווח פונעם גאנצען פאבריק, זיי האבען אבער די פולע בעלות אינעווייניג אונעם פאבריק. אין דאס איז די סיבה פארוואס מיעל מארט האט געפנט א עקסטערע פאבריק אין טעקסאס בלויז פאר ר' אהרן'ס הידורים.
איך קען דיך דען נישט איך האב געוואוסט אז דו וועסט רעאגירן מיט די שטותים "משיקט אראפ עפעס א משגיח", "מצאלט אפאר דאללער "ויקרא שמו משגיח תמידי", וכהנה.
דו האסט געשריבן ליגנטס אז סאטמאר נעמט פון טעקסאס אין די בוטשערס דאס איז שקר, און דו פארדעקסט עס מיט א פרישע שקר, אז מען שעכט נאר איין מין בהמה און נאר איין מאל א וואך און אנדערע שטותים והבלים
סאטמאר שעכט מיט זייערע אייגענע משגיחים און אייגענע סטאנדארטן און זיי זאגן קלאר וועלכע שוחט זיי ווילן, זאגסטו אז עס נארישע פאר חומרות מיט אפאר דאללער מיט א ויקרא שמו משגיח, סך הכל זאגסטו איבער וואס איך האב געזאגט אז דו גייסט ענטפערן לא על דא קאתי, איך רעד שוין נישט אז דאס איז בכלל נישט קיין תירוץ אויף קיין איין ווארט וואס איך האב געשריבן קוים איז דאס בכלל עפעס א רעאקציע.
לידיעתך ולשיטתך איז דער יחידי'שער מיעל מארט סך מער גרייט צופרידנצושטעלן די זאליס מיט אלע מיני פליישן עס קאסט זיי גארנישט און מפארלאנגט אפאר נארישע שטותים, משא"כ ביי ענק וואס עטס האטס יסודותדיגע חומרות והידורים אויף די גאנצע סדר השחיטה והניקור, וואס טראץ דעם וואס עס קאסט אפ שווערע מיליאנען האט ער עס געטוהן פאר דיין רבין, פאפט ער אביסל
נשלח ב-25/11/2010 00:41
וואלןסח כתב:
איז דא נאך איין בית השחיטה אין אמעריקא וואס האט געהאט אזויפיל סקאנדאלן ווי קרית יואל בית השחיטה?
און טאקע פארדעם זוכן ערליכע אידן נאר צו נעמען פון דארט
*
און יעצט גיי איך העלפן און פרעגן די זעלבע קשיא וואס סקאט האט געפרעגט
וואס פונקטליך ראונג האט די רבי געזאגט מוצש"ק?
ווייל ער האט גערעדט שטותים בענין הלכה אז עס איז נישטא אזא זאך ווי בית יוסף, און סיי צוליב די סיבה פארוואס ער האט דאס געזאגט כדי צו קענען אראפרייסן חסידי'שע אידן מיט ברייטע ביבער הוטן און ברייטע סירכות כאילו זיי זענען סתם קלים, דער פאקט איז אז עס איז דא א שיטת בית יוסף און דער רמ"א קריגט זיך דערויף, שוין הונדערטער יארן וואס די חסיד'ישע אידן זענען יוצאים ביד רמ"א, און די ספרדים פירן זיך כמנהג בית יוסף, הן לקולא און הן לחומרא, סיי ביי די מענער און סיי ביי די נשים, סיי ביי חינוך הבנים און סיי ביי חינוך הבנות וכו' און דא ביי פלייש איז נישט אנדערש.
ר' יאנקל, שאד די גאנצע טענעריי, איין שאלה וואס איך האב נאר צו דיר, פארוואס ווען דער הייליגער קאשויער רב זי"ע האט געזאגט אז עס איז דא פראבלעמען מיט די פלייש קומט אים א "עפרא לפימא" אין ווען ר' אהרן זאגט עס איז עס קודשי קדשים.
פריוואטע בקשה פאר די ענפערסט ווארט ביז די רויטקייט גייט דיר אראפ פון פנים.
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 25/11/2010 00:22:22
נשלח ב-25/11/2010 00:15
באמת זעה איך נישט פארוואס איך זאל דיר דארפן ענטפרן דיינע ענטפרס פרעגן מיך נישט אפ נאר איינער שיקט מיר אין אישי בנוגע די טשיקאגוי פלייש וועל איך עס אריינלייגן
בנוגע טשיקאגוי קודם כל דארט שעכט מען נאר איין מין בהמה אין ביי ענקער בושטער פארקויפט מען אלע בהמה פליישן והשנית סאטמאר האט אויסדריקלעך נישט די בעלות אויף די פאבריק אין טשיקאגוי אפי' אינעווייניג, נאר 1 טאג א וואך לייגט מען צו אפאר חומרות וואס סאטמאר פארלאנגט, פינקט ווי ביי די עופות ווען מ'שעכט פאר סאטמאר לייגט מען די חומרה פין ספליט וואס סאטמאר פארלאנגט, אין מ'ניצט ע''פ רוב די רעגעלמעסיגע שוחטים וליתר שאת שיקט סאטמאר אראפ א משגיח אדער מ'צאלט אפאר דאללער פאר א שוחט ער זאל זיך אומקוקען פאר אדער נאכען שעכטן. (ויקרא שמו משגיח תמידי)
אנדערש איז אבער טעקסאס, וואס די גאנצע סדר השחיטה וניקור כו' איז בלויז לויטן פארלאנג פין סאטמאר, זיי פירן עס, זיי ברענגן די שוחטים, פירן איין די גאנצע מהלך מיט אלע חומרות והידורים אין יא, זיי מאכען ניטעמאל קיין ריווח פונעם גאנצען פאבריק, זיי האבען אבער די פולע בעלות אינעווייניג אונעם פאבריק. אין דאס איז די סיבה פארוואס מיעל מארט האט געפנט א עקסטערע פאבריק אין טעקסאס בלויז פאר ר' אהרן'ס הידורים.
נשלח ב-24/11/2010 23:55
rebyankel כתב:
איל למשל האלט נישט אזוי ווייל ווען אזאך האט ציטיען מיט א פארטיי וועט זיך קיינער נישט ארויסשטעלן אין זאגן אז סאיז דא א פראבלעם אין די שעכט הויז אבער ווען סגהערט פאר א יחיד איז שוין א אנדערע מעשה אין קען זיין אז פארדעם האט די רבי ז"ל קיינמאל נישט געמאכט א אייגענע שעכט הויז
די סילוף פין די זאליס איז אין לשער מ'מאכט א גאנצע סילוף אז ס'מיז זיין אז די רבי האט נישט געוואלט א אייגענע שחיטה
וואס סילוף ווען סילוף, דער איד (אקס ב{ניק}לע"ז) זאגט אז עס קען זיין אז וועגן דעם האט דער רבי נישט געוואלט עס זאל זיין א פארטיי, ער זאגט נישט אז אזוי איז עס טאקע געווען אדער עס מוז אזוי זיין, ער זאגט אז עס קען אזוי זיין ונימוקו עמו מיט א שטארק מסתברא'דיגן טעם, אז א יחיד וואס איז אנגעוויזן אויפן רבים האט מער מורא, וכן ראיתי כמה פעמים בהיידפארק ועוד מקומות אז מיעל מארט ציטערט פון ר' אהרן, און וועגן דעם שטעלן זיי זיך צו, ווייל ר' אהרן האט די מאכט און ער האט א כח, און ער איז א תקיף וכו' וכו', משא"כ ווען עס איז א פארטיי קען זיך אויך מאכן ביי ענק אז ביום מן הימים וועט אריינפאלן ביי ענק אזעלכע פוסטע פאסט אפיס ארבייטער ממליחה ואיליך'דיגע ליידיגייער דיינים ווי ר' ישראל חיים מנשה פר"מ און אדער איינער מיטן נאמען כ"ץ וואס מען וועט אים אויך קענען רופן קעצעלע וואס קערן נישט איבער כשרות און זענען גרייט מאכיל נבילות וטריפות צו זיין וועגן פארטיי, אז עס האט געקענט געשעהן ביים רבין זי"ע, קען מען חושש זיין ביי ענק אויך (חוץ אויב מען וועט זאגן אז די פאקטישע סיבה פארוואס די רבי האט גענומען אזא פראסטן דיין איז ווייל עס איז נישט געווען מעגליך אן ערליכער דיין אבער היינט צואטגס קען מען שוין יא...) און ווער וועט דעמאלטס שרייען אין מוחה זיין?
אפשר זאל איך זאגען אז וויבאלד די רבי האט נישט געהאט קיין בית דין איז א סימן אז מ'טאר נישט האבען א בי''ד, קומט דאך אויס אז ענקער פורים בי''ד איז קעגן רבי'ן ז''ל (כ'בין נישט מדמה א סוקסעספולע בית השחיטה ברחניות ובגשמיות צו אפגעפרעגטע לעטערהעד בי''ד, כ'רעדט פשוט פין דיין יסוד) אין נאך מער פארוואס זאל די 'מוסדות אין קהילה' נישט באלאנגען פאר א יחיד לויט דיין זאלונישער סילוף (מה ענין שמיטה אצל? איך שטעל אבער אויף די חזקה אז דו זאגסט גוט)
די זאגסט דאך פשוט פארקערט פונעם שכל לשיטתך, פארוואס האט די רבי געפענט א בושטער ער וואלט דאס געדארפט לאזען פאר א פריוואטע מענטש אלע מאי, עטס זענסט פשוט'ע מסלפים ווען ס'איז א ציבור'ישע זאך איז נישטו א פרטיות'דיגע בעה''ב וואס קען מעלים זיין פראבלעמען ציליב זיין פריוואטען שאדען, אין דאס איז גאר א גרויסע מעלה פין בית השחיטה, אין יעדע חומרה וואס דער סאטמאר רבי שליט''א וויל איינפירן אין בית השחיטה דארף ער זיך נישט טענה'ן מיט קיין שום בעה''ב - אזווי ביי מיעל מארט (אנפאנג), אין חיסרון כיס איז נישט קיין ניצבארע היתר אין בית השחיטה אין קרית ביי קיין שום פאל. (אז דו זאגסט אזוי איז עס מסתמא אמת, אבער יעדער קען דאך אזוי זאגן? האסט אויך עפעס אן איבערצייגונג דערצו?)
אין ס'קען גאר זיין אז די פאקטישע סיבה פארוואס דער רבי ז''ל האט נישט געפענט א בית השחיטה ווייל ס'פשוט נישט מעגליך געווען בימים ההם, אין דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס סאטמאר האט נאך היינט נישט קיין אייגענע גסות שחיטה אין מ'מוז אנקומען צו מיעל מארט (מיעל מארט לאזט נאר סאטמאר פירן די נייע פלענט פין טעקסאס אבער מיעל מארט איז פאקטיש בעה''ב אין מאכען די געלט דערפון, אין שוואעע סחורה פין דארט טראגען זיי צו זייער אנדערע פלענטס פאר די המון עם ובתוכם די זאליס (יא איר הערט גיט אלע זאליס עסן פין טעקסאס, נאר די שווארכערע סחורה וואס מיר ניצן נישט) ( דאס איז שוין א פשוט'טע פראסטע ליגנט, יעדער ווייסן אז סאטמאר שעכט עקסטער נאר אין טשיקאגא מיט אייגענע משגיחים און דווקא די שוחטים וואס זיי פארלאנגען און לויט זייערע אראפגעשטעלטע כשרות סטאנדארטן, איך זאג נישט קען זיין די משגיחים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך, און זיי זענען ליידיגגייער וואס קערן נישט, און מען קען זיך נישט אויף זיי פארלאזן, אבער בכל אופן איז דאס נישט דיין שקר וסילוף)
און לאמיר דיך ענטפערן בקיצור נמרץ אויף דיין גאנצער פילפול של הבל, ווען סיי דער חלק הכשרות און סיי דער חלק הבעלות איז איין זאך איז א שטארקע סברה אז עס איז ערגער ווי ווען א יחיד איז דער חלק הבעלים, ובפרט ווען עס איז געבויעט און פארבינדן מיט פארטיי אינטערעסן.
זאל דאס דינען פאר נאך א סעמפל פין ענקער סילוף אין נאמען פין רבי'ן ז''ל (חזר עס איבער נאכאמאל אפשר אזוי וועט עס אנהייבן צו קלעבן)
נשלח ב-24/11/2010 23:06
וואלן, ר' אהרן האט טאקע נישט ווראנג גערעדט, ווייל אפילו איך וועל דיר אויפווייזן אז ער האט יא וועסטו שרייען אז נישט.
און אז איך ווייז דיר אז עס איז יא דא א בית יוסף וואס רעדט פון די שחיטה, און עס איז יא דא א שיטת בית יוסף, און עס איז נישט א אמעריקאנע המצאה, וואס וועסטו דעמאלטס זאגן?
נשלח ב-24/11/2010 22:14
דער_אקס כתב:
איל למשל האלט נישט אזוי ווייל ווען אזאך האט ציטיען מיט א פארטיי וועט זיך קיינער נישט ארויסשטעלן אין זאגן אז סאיז דא א פראבלעם אין די שעכט הויז אבער ווען סגהערט פאר א יחיד איז שוין א אנדערע מעשה אין קען זיין אז פארדעם האט די רבי ז"ל קיינמאל נישט געמאכט א אייגענע שעכט הויז
די סילוף פין די זאליס איז אין לשער מ'מאכט א גאנצע סילוף אז ס'מיז זיין אז די רבי האט נישט געוואלט א אייגענע שחיטה אפשר זאל איך זאגען אז וויבאלד די רבי האט נישט געהאט קיין בית דין איז א סימן אז מ'טאר נישט האבען א בי''ד, קומט דאך אויס אז ענקער פורים בי''ד איז קעגן רבי'ן ז''ל (כ'בין נישט מדמה א סוקסעספולע בית השחיטה ברחניות ובגשמיות צו אפגעפרעגטע לעטערהעד בי''ד, כ'רעדט פשוט פין דיין יסוד) אין נאך מער פארוואס זאל די 'מוסדות אין קהילה' נישט באלאנגען פאר א יחיד לויט דיין זאלונישער סילוף
די זאגסט דאך פשוט פארקערט פונעם שכל לשיטתך, פארוואס האט די רבי געפענט א בושטער ער וואלט דאס געדארפט לאזען פאר א פריוואטע מענטש אלע מאי, עטס זענסט פשוט'ע מסלפים ווען ס'איז א ציבור'ישע זאך איז נישטו א פרטיות'דיגע בעה''ב וואס קען מעלים זיין פראבלמען ציליב זיין פריוואטע שאדען, אין דאס איז גאר א גרויסע מעלה פין בית השחיטה, אין יעדע חומרה וואס דער סאטמאר רבי שליט''א וויל איינפירן אין בית השחיטה דארף ער זיך נישט טענה'ן מיט קיין שום בעה''ב - אזווי ביי מיעל מארט (אנפאנג), אין חיסרון כיס איז נישט קיין ניצבארע היתר אין בית השחיטה אין קרית ביי קיין שום פאל. אין ס'קען גאר זיין אז די פאקטישע סיבה פארוואס דער רבי ז''ל האט נישט געפענט א בית השחיטה ווייל ס'פשוט נישט מעגליך געווען בימים ההם, אין דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס סאטמאר האט נאך היינט נישט קיין אייגענע גסות שחיטה אין מ'מוז אנקומען צו מיעל מארט (מיעל מארט לאזט נאר סאטמאר פירן די נייע פלענט פין טעקסאס אבער מיעל מארט איז פאקטיש בעה''ב אין מאכען די געלט דערפון, אין שוואעע סחורה פין דארט טראגען זיי צו זייער אנדערע פלענטס פאר די המון עם ובתוכם די זאליס (יא איר הערט גיט אלע זאליס עסן פין טעקסאס, נאר די שווארכערע סחורה וואס מיר ניצן נישט) טראץ וואס זיי מעגן נישט אריינרעדן א ווערט וועגן כשרות)
ס'איז יתכן לומר ווי דו זאגסט אז די רבי האט נישט געעפענט א אייגענע שחיטה, ווייל ער האט געוואוסט אז אויב ס'וועט זיין א פראבלעם וועט זיך קיינער נישט וואגן צו זאגן א ווארט (איך רעד יעצט אין וויליאמסבורג)
אבער צו זאגן אז מאותו סיבה זאל רבינו שליט"א נישט טארן עפענען, אדרבה מאותו סיבה האט ער גוט געעפענט
דאן האט פאסירט דער "מלך אסור ברהטים" ווען די משמשים האט איינגעשפארט זיין טאטן און אים ממש געקידנעפט אןו מען האט נישט אבאכט געגעבן אויף אים וכו' וכו' אשר אי אפשר להעלותו על הכתב וואס די משתמשים און די שני בני רבינו האבן אלס געטוהן מיט זיין טאטן, אויף אזוי ווייט אז די אייניקלעך פון רבין האבן געטוהן אן אומדערהערטן אקט און אריינגעגאנגען בערכאות אז זיי זאלן קעיר נעמען און זיין בעל הבית דארטן און זיי האבן אריינגעגבן אפידעיוויטס און עדותשאפטן וואס וויזט ווי ברוטאל מען פירט זיך אויף צו זייער זיידן, וואס פון דעם אליין אז שיינע אידן רבנים וואס געווענליך וועלן רבנים אפילו זיי זענען גערעכט און האבן א היתר אויף סיי וועלכע סכסוך וועלן זיי עס נישט אריינשלעפן אין ערכאות צוליב די הארבקייט דערפון און עס פאסט זיי נישט, און קעגן וועמען זענען זיי געגאנגען קעגן זייער אייגענע משפחה, און אזאך וואס די גאנצע וועלט האלט מיט און די בושה אן ווייטאג און חילול ה' דערפון דיס געוואלדיג גרויס, בנוסף צו דעם אז די משפחה וועם זיי האבן אנגעקלאגט זענען א באנדע טעראריסטן, טראת די אלע זאגן האבן די אייניקלעך געטוהן דעם מורא'דיגן שריט, מוז דאך זיין אז דער מצב ביי מהר"אס טאטע איז געווען נורא ואיום, אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע פארוואס דא האט ער זיך נישט ארויסגעשטעלט זיך אנצונעמען פאר זיין טאטן, דוכט זיך אז אין די אלע יארן האט זיך קיינמאל נישט אויסגעפעלט צו דארפן פארלאנגען פון געריכט אז מען זאל פראטעקטן זיין טאטן, דאס טייטשט אז זיין טאטע האט זיך דעמאלטס געפונען אין א מצב ווי קיינמאל בעפאר איז פארוואס האט מעןן נישט קעהערט קיין איין וארט פון אים און זיך אננעמען פאר זיין טאטן
און פון מהר"א. האסטו די דרשות. שחיטה. ווייץ. בג"ץ.ראדני. וואס ביי אלע 4 האבן די זאליס פרובירט אים אינטערצוברענגען
איך כאפ נאכנישט די קאמבינאציע פון די פיר זאכן וואסערע דרשות האט ער געזאגט אויף די פיר שחיטה. ווייץ. בג"ץ.ראדני.? און וואס האבן די זאליס געטוהן אים אונטעצוברענגען?