בית פורומים אידישע געדאנק

תיקון טעות, פארט, וואס וועט זיין מיט די סעילס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2010 02:38 לינק ישיר 
תיקון טעות, פארט, וואס וועט זיין מיט די סעילס?

איך האב נישט לאנג צוריק געשריבן דא וועגן א פרשה מיט שלמה קליין דער אהרוינישער שוחט. איך האב יענע אינפארמאציע באקומען פון א כלי רביעי. רבותי איך האב געהאט א טעות! און איך בעט אים איבער דא ברבים. איך בין מודה אז איך האב געהאט "א חלק" אין הוצאת שם רע קעגן דעם שלמה.

די פרשה האט גארנישט געהאט צוטין מיט קדושה. איך האב יעצט געהערט די פרשה פון א כלי ראשון און דאס זענען די פאקטן: דער שלמה האט א שרעקליכע כעס (אין ענגליש רופט מען דאס טעמפע"ר) ער האט א מנהג ארויסצוגיין פון די כלים פאר יעדע קלייניגקייט, עס איז זייער שווער צו ארבעטן מיט אים, יעדע שטיק צייט האט ער זיך צו'כעס'ט אויף א צווייטען ארבעטער אינם שלאכט הויז. די בעלי בתים און דער בעל המכשיר האבן נישט געשעפט באזונדערע נחת פון אים בפרט ווען חז"ל זאגן אדם ניכר בכעסו וד"ל. נאכדעם וואס ער האט זיך עטליכע מאל זייער מיעס צולאזט אויף די ארבעטער דארט האבן די בעלי בתים אים געוואלט ארויסזען פון דארט.

זיי האבן אים נישט געקענט משלח זיין ווייל ער איז דער ראש השוחטים פון די אהרוינישע ליין. עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז די בעלי בתים האבן נישט געקענט און נישט פראבירט איינצוטיילן דיעות בנוגע כשרות, אבער אים צווינגען צו באהערשן זיינע כעס'עריי קעגן איינגעשטעלטע בפרט ווען ס'איז נישט נוגע כשרות קענען זיי שוין איינמאל. זיי האבן אים געבעטון און געווארנט און ס'האט געהאלפן אויף עטליכע וואכן.

ויהי היום א גוי וואס שניידט ארויס אינעוענדיגסטע חלקים פון די בהמה האט געמאכט א טעות און אריינגעשניטן אין די לונגען, דער קליין האט זיך צולאזט אויפן גוי און אים באזידלט מיטן ארגסטן, די בעלי בתים האבן קלאר געמאכט פאר דעם קליין אז ער האט קיין שום רעכט צו באזידלען דעם גוי, ער האט די ברירה צו טרפה'נען דעם בהמה אבער ער האט נישט קיין רעכט צו באזידלען יענעם. דער קליין איז שוין דא ארויס פון די כלים און געלאפן צו זיין ארבעט'ס געבער ר' אהרן און צום פרישען מונחת סעליס מענעדשער הרב לייכטאג און זיך אויסגעוויינט אז ממש מען דערגייט אים די יארן (מיט רעכט) מיעל מארט האט זיך ווייניג דערשראקן און זיך געהאלטן ביי זייער'ס, זיי האבן דערקלערט אז אויב וועט דער קליין זיך נישט קענען באהערשן זיינע כעס אויסברוכען וועלן זיי אים פאר יעדן פרייז משלח זיין.

גייט אריבער א קורצע צייט און דער זעלבער גוי האט בטעות נאכאמאל געמאכט דעם זעלבן טעות, ער האט אריינגעשניטן אין די לונגען נאך פאר מען האט דאס בודק געווען. דער קליין האט פארגעסן אז ער קען פשוט טרפה'נען דעם בהמה, ער ברויך נישט מאכן א פרישע איבערקערעניש אינם שלאכט הויז, ער האט ברוב כעסו א כאפ געטון איינע פון די קישקעס פון א בהמה וואס איז דארט געלעגן און מיטן גרעסטען אימפעט האט דער גוי געכפאט א זעץ אין פנים פונם פליענדען קישקע
 
די בעלי בתים וועלכע קענען נישט אויפנעמען אדער אפזאגן שוחטים בודקים וכדו' האבן זיך פארבינדן מיטן רב המכשיר און דער רב המכשיר האט טאקע געזאגט פאר דעם שלמה אז ער זאל אהיימגיין און בלייבן אינדערהיים פאר 4 וואכן, מען וועט דן זיין אויב ער זאל צוריק קומען און מען וועט אים לאזן וויסן
 
מער ווי דעם האט שוין נישט אויסגעפעלט, דאס האט נאך מער געבראכן די געדולדן פון ר' אהרן און זיינע פראפעגאנדע מיניסטארן, "די חוצפה פון מיעל מארט איז צו גרויס" אלס אן ערשטע טריט איז לייכטאג ארויס מיט א שארפע דרשה, ער האט צוזאמענגערעדט כמעט אזוי פיל פערל ווערטער ווי ר' אהרן... ער האט אנגעהויבן מיט דעם אז דער עולם איז קלאט ווייל מען עסט "יענע" שחיטה (איי פארוואס זענען די אפגעהיטענע אהרוינים וואס עסן נאר מהודרת קאלט? ללייכטאג תשובות) דערנאך האט ער זיך פארעדט זאגענדיג אז 75% אהרוינים קויפן נישט די מונחת פלייש, והוסיף חטא על פשע (איך גלייב אז אויף דעם זענען די אהרוינים נאך מער ברוגז. איך קען זיי נישט העלפן אזא פנים האט דאס ווען מען גיבט דעם מייק פאר א קליגער איד...) ער פארציילט אז די מונחת פלייש זענען הארטער און זענען נישט גוט אין אויסזען. ער פארציילט נאך מער אז אפילו די אהרוינישע קעטרערס געבן מונחת פלייש נאר אויב דער מחותן פאדערט דווקא דאס וכו' וכו', ווער עס וויל קען אליינס איבערקוקן זיינע פערל ווערטער
 
דארט אין יענעם דרשה וויינט ער זייער שטארק אז שלמה קליין ציטער צו פארלירן זיין פרנסה (פארשטייט זיך ער רופט אים נישט ביים נאמען, ער זאגט נאר "א שוחט א טאטע פון 9 קינדער") די אהרוינים זענען ארויס פון די כלים, זיי האבן אים געוולאט קישן די פיס פאר'ן אינטערייסן יענעם (כמנהג רבם) אבער די דרשה האט זיי געשטעקט ווי א ביין אין האלז צוליב די שלעכטע נייעס... אז 75% אהרוינים קוקן נישט אן די פלייש, די אהרוינישע קעטרערס ניצן דאס נישט, ס'איז הארט און זעט נישט אויס גוט וכו', זיי האבן עטליכע וואכן פראבירט צו באהלאטן דעם דרשה ביז א פרעמדער האט מצליח געווען צו לייגן א האנט אויף דעם דרשה און מהנאה זיין דעם עולם מיט די פערל ווערטער.
 
בראותם אז די סעיל'ס גייען נאך אלס נישט ארויף, די 75% אהרוינים זענען איינגע'עקשן'ט צו עסן דווקא טריפה מיעל מארט פלייש האט דער הויפט ראבינער אליינס געפענט דאס מויל און מסביר געווען בטיב טעם ודעת ווי אזוי סקאטש-טעיפ רייסט אראפ פאפיר און מיט וואס גלאָ איז שטערקער ווי סקאטש-טעיפ, אזאש ס'לאזט זיך גלייבן אז מיעל מארט רייסט אראפ די סירחה'ס און פארקויפט דאס אויפן פונק.. און די זויבערע פלייש בלייבט איבער פאר די אהרוינים... ער האט נאר בטעות געפלאצט דעם אהרוינישע באבעל אז אוי. יו. איז געקומען זיך "דורכשמוען" שאלות אין כשרות... ער פארציילט אז זיי זענען אים פשוט געקומען בעטן ער זאל טוישן די נאמען פון זיין שחיטה צו שחיטת בית יוסף.. חוץ מזה שטעלט זיך ארויס זיין אמעראצעס ווען ער דערקלערט אז "שחיטת בית יוסף" איז א אמעריקענער זאך... הקיצער ס'איז צרות מיט די מהודרת, לויט ווי ס'זעט אויס האבן זיי געפלאנט אנצופילן דעם לאך מיטן צווינגען די רעטאראנטן אין ק"י צו פארקויפן נאר טעקסעס, אבער דער עולם שפייט זיי אין פנים.

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 22/11/2010 02:40:56




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 19:15 לינק ישיר 

חיי, להוי ידוע איז ר' שלמה נישט קיין שוחט קיינמאל געווען און לכאורה קיינמאל זיין, ער איז ס"ה די משגיח אין מיעל מארט מצד קרית יואל, במילא דיין לומדות פשעטעל שטימט עפעס נישט אז אים האט ר' אפרים שמעון לייכטאג  האבן געמיינט ביי זיין דרשה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 14:52 לינק ישיר 

וואלן דו פארשטייסט נישט. מילא גהנום אבער וואס וועט זיין מיט די חיי שעה??? ער איז זיך גרייט מקריב צו זיין פאר דעם(אבי מען זאגט אז עס זענען נישט דא קיין געטרייע זאליס...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2010 09:26 לינק ישיר 

דו האלטסט טאקע ווען דו גייסט ארויפקומען צום בי"ד של מעלה און מען גייט דיר משפט'ען פארן מוציא לעז זיין אויף א ערליכן איד, און דו וועסט ענטפערן ר' אהרן האט אויך גערעדט אויף ערליכע אידן, גייט מען דיר שיקן גלייך אין גן עדן?

א מכה!

ווען דו ביסט ווען א חסיד פון ר' אהרן, נו, אולי קענסטו זאגן אזא חינוך האב איך באקומען, דאס האט מען מיר אויסגעלערנט, ביסט דאך אבער א חסיד פונעם נועם המדות, ממש דער וואס האט באקומען דער שלום נאבעל פרייז פונעם יאר הונדערט צו מאכן אחדות אין סאטמאר אין צווישן משפחות (אזא אחדות המבואר בכתבי שארמאש), נו דארפסטו דאך אפלערנען פון אים, און אז דו וועסט קומען מיט א תירוץ אז ר' אהרן האט אויך גערעדט וועסטו כאפן אזא שטויס פון די מלאכי חבלה אז דו וועסט אריין פליען דארט ווי דו באלאנגסט!

 

בארעכן דיך!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 03:53 לינק ישיר 

שריי דאס נישט דא אויף היידפארק, נאר שריי עס אויך הויעך ביי די קומענדיגע מאל וואס רבי אהרן גייט זיך עפענען דאס פיסקל און בארעדען אנדערע בלויז פארן נישט גיין און שפאן מיט אים, דארט זאלסטי אויסשרייען הויעך "אז די וועלט איז נישט הפקר, אית דין ואית דיין"!!!
(איך נעם נישט אחריות אויף די קאנסעקווענצען נאכן שרייען..)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 03:51 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

חיי שעה

איך ווייס נישט אויב דיין איבערבעטן מיינט ערנסט, אדער איז עס פשוט אזא פיוס ווי רז"ל איז געקומען שלום מאכן נאך שבועות תש"ס...

קען זיין האסט פשוט איינגעזען אז אזא גראבע ליגנט האט קיינער נישט מקבל געווען ביסטו געגאנגען ספינען א קלענערע ליגנט

אבער וויסן זאלסטו אז איבערבעטן אויף הוצאת שם רע גייט נישט אזוי אויף היידפארק זיצנדיג אויפן פאטעל מיט די גוטהייסונג פון דיין מענעדזשער און מען טייפט אפ א צווייטע הוצאת שם רע וואס דו האסט מן הסתם געהערט פון א כלי חמישי

און וויסן זאלסטו אז די וועלט איז נישט הפקר, אית דין ואית דיין



מסכים מיט וואלן.דו וואלסט דיר ווען געמעגט חוסם זיין, אלס שטיקל תשובת המשקל אויף וואסערע הארבע זאך דו האסט געטאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 03:20 לינק ישיר 

חיי שעה

איך ווייס נישט אויב דיין איבערבעטן מיינט ערנסט, אדער איז עס פשוט אזא פיוס ווי רז"ל איז געקומען שלום מאכן נאך שבועות תש"ס...

קען זיין האסט פשוט איינגעזען אז אזא גראבע ליגנט האט קיינער נישט מקבל געווען ביסטו געגאנגען ספינען א קלענערע ליגנט

אבער וויסן זאלסטו אז איבערבעטן אויף הוצאת שם רע גייט נישט אזוי אויף היידפארק זיצנדיג אויפן פאטעל מיט די גוטהייסונג פון דיין מענעדזשער און מען טייפט אפ א צווייטע הוצאת שם רע וואס דו האסט מן הסתם געהערט פון א כלי חמישי

און וויסן זאלסטו אז די וועלט איז נישט הפקר, אית דין ואית דיין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 03:06 לינק ישיר 

רבי יענקל ביסט נישט געגאנגען צו די חתונה?
זעהט אויס אז חיי שעה לאזט דיר נישט גיין מיט א רואיגע געמוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 02:56 לינק ישיר 

חי שעה דיינע אשכולות זענען צעקער זיס we want more



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > תיקון טעות, פארט, וואס וועט זיין מיט די סעילס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext