בית פורומים אידישע געדאנק

א נפל און א טאָטער, פרישע 2 אין פאלאקס לאט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2010 20:03 לינק ישיר 
א נפל און א טאָטער, פרישע 2 אין פאלאקס לאט

עס קומט יעצט די בשורה אז פרישע צוויי קערפער וועלן קומען לקבורה אין פאללאק'ס לאט. דער ערשטער איז א אינגער טאטער א קארגע יאר אלט און דער צווייטער איז א נפל נאכנישט קיין 30 טאג אלט! (וויפיל נפלים איז שוין דא דארט?).

פאר ווער עס געדענקט האבן די אהרונים אנגעהויבן א ביטערע מערכה קעגן דעם נייעם בני יואל'ער זאל. בני יואל איז שוין צוגעוואוינט צו דעם אז די אהרוינים לייגן שטיינער אויף טריט און שריט, אנגעהויבן ביים עפענען דעם חדר בני יואל דערנאך קעגן די באסעס פון בני יואל דערנאך קעגן די קומפעטארן היים ילד שעשועים, דערנאך קעגן חרדים ביהמ"ד דערנאך קעגן די רעבעצינס שול און יעצט קעגן די נייע זאל, יעדעס מאל האבן זיי געהאט גוטע תירוצים ווי למשל מען דארף צושפארן די רעבעצינס שול ווייל מען פארקויפט דארט יין לקידוש ולהבדלה (פונקט ווי אין די אהרוינישע שולן) אומלעגאל. די ניק פארן ביהמ"ד איז געווארן "ווערץ הויז" אדער "קרעטשמע"...

די תירוץ אויף די מערכה קעגן דעם בני יואלער זאל, וואס וועט שאטן פאר די אהרוינים פינאנציעל ווייל אסאך בני יואל האבן נאך חתונה געמאכט אין די אהרונישע זאל און יעצט וועלן זיי גיין צו זייער אייגנס, האט מען פארקויפט א מעשה בוידעם מיט סידור קידושין, פארשטייט זיך אז קיין איין איינציגער דיין\רב האט נישט מסכים געווען מיט זייערע פורים תורות (חוץ געציילטע פעיראל דיינים).

די אהרונים האבן געלאזט אין גאנג א מערכה וואס כלל ישראל האט יארן נישט געזען, זיי זענען דערגאנגען די יארן פאר די מחותנים, חתן כלה, זיידעס באבעס און פאר וועם נישט?! פאשקעווילן זענען געפלויגן, פאלשע מעשה'ס בשם דעם ברידער און יענעם שוואגער זענען געבאקן געווארן, די גאסן זענען נאך יעדע חתונה באגאסן געווארן, א פנקס איז געגרינדעד געווארן, וואך נאך וואך איז דער בלאט דיקער געווארן... פאני קאלס פון די מתיבתא מאנרא זענען געמאכט געווארן, א טראק מיט הויכע מייקס זענען ארומגעפארן, מיט ספרעי פעינט זענען פילע ווענט באשפריצט געווארן  און וואס אלץ נישט?!

שטאפלווייז האט די מערכה אנגעהויבן אונטערגיין, דער בלאט האט אפגעטרעטן נאך די שארפע ז' אדר דרשה וואו דער ווינער רב האט זיי שארף אונטערגעריסן, די פאשקעווילן ווארפעריי זענען שוואכער געווארן נאכדעם וואס בני יואל האט זיי באדעקט מיט מיסט... (ציניקער זאגן אז אין סקווירא האט א פיש גערעדט און אין קרית יואל האט די מיסט גערעדט...), די בחורים האבן אויפגעהערט מיט די פאני קאלס נאך וואס טייל זענען דורך שווערע קאורט קלאגעס, און די אנדערע טייל זענען געווארן פארנומען מיט די אינערליכע ריסן אין די ישיבה. למעשה זענען אין די פארגאנגענע אנדערטהאלבן וואך פארגעקומען פיר (4) חתונות, און ביי איינס פון די אינגעלייט וואס האבן דארט חתונה געהאט איז געבוירן געווארן א קינד למז"ט, און אפילו איין פאשקעוויל איז נישט געווען צו טרעפן, דער בלאט האט פון די גאנצע מערכה פארגעסן, אין די קומענדיגע וואך גייט פארקומען נאך צוויי חתונות, ואין קול ואין עונה, אפילו נאר די נעמען פון די מחותנים ווייסן זיי נישט...

די מערכה האט אפגעפייגערט אין בערך איין יאר, לויט ווי ס'זעט אויס וועט מען דעם איין יעריגן באערדיגן אין פאלאקס לאט!

היות דער איין יעריגער טאטער האט קיין קינדער נישט געלאזט זאל מען לערנען משניות לע"נ סידור קידושין מערכה בן פנקס ת.נ.צ.ב.ה.

דאס צווייטע פגר איז נעבעך א נפל נאכנישט קיין 30 טאג אלט, אלע ארומיגע האבן שטאלצירט דערמיט, בילדער זענען ארומגעפארן, אויגן האבן זיך געוואנדן מיט שטוינונג, די געמיטער זענען געווארן אויפגעהייטערט, אבער פלוצלינג אזא בראך... וואס האט פאסירט?

צדוק שפיצער, דער לאנגיעריגער דרייווער פונם קעדילעק איז חיים שלמה פישערס א מענטש, יעצט האט מען זיך פלוצלינג דערוויסט אז צדוק וועט מער נישט דרייוון דעם קעדילעק... נישט ווייל ער גייט דרייוון דעם ספרינטער, בכלל נישט. נאר ווייל דער נדבן פונם ספרינטער שלמה הערש בן דוד עקשטיין גייט דאס אליינס דרייוון... מהיום האט דער אויספלוג צדיק א נייע דרייווער, דאס האט געדארפט צו זיין א מעכטיגער פליק פאר פישער, דא האט אבער פאסירט א שרעקליכע זאך, מען האט באופן לא אופן באמערקט יענע מחלה אין די ספרינטער, דהיינו פרעמדע געוויקסן... ווייערס ציען זיך אינטער די זיצן, מען איז די ווייער'ס נאכגעגאנגען און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ווייער זענען פארבינדן מיט א אונטערהער אפעראט! פישער האט די שוידערליכע נייעס איבערגעגעבן פארן טרעוולינג ראביי און די ראבינער האט תיכף דערקלערט אז ער גייט אינם ספרינטער מער נישט אריין! וכך הוה ער האט שוין נישט אריינגעטרעטן אינם ספרינטער. שלמה הערש עקשטיין איז געבליבן שטעקן מיטן ספרינטער ווי א ביין אין האלדז.

אין די מינוטן קומט פאר א העפטיגע אסיפה ווי מען וועט באשליסן אויב דער קדוש הרב מענדל זאל דאס באקומען אדער מען זאל דעם נפל באערדיגן אין פאלאקס לאט.


תוקן על ידי ספרינטר_זל ב- 22/11/2010 20:32:47




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2010 06:18 לינק ישיר 
די ספרינטער איז אויף "סעיל"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2010 03:20 לינק ישיר 

רבייענקעל וואס גייט טאקע פאר מיטן ספרינטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2010 01:04 לינק ישיר 

אויף די צוויי נעבעך האט ר' אהרן באוויינט מוצאי שבת,

זיי זענען זיך געגאנגען און איך זאג ברוך שפטרנו,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2010 21:45 לינק ישיר 

ציקער זיס, געשמאק אראפגעלייגט, יו מעיד מיי דעי

די תירוץ אויף די מערכה קעגן דעם בני יואלער זאל, וואס וועט שאטן פאר די אהרוינים פינאנציעל
וואך נאך וואך איז דער בלאט דיקער געווארן...
ספרעי פעינט זענען פילע ווענט באשפריצט געווארן  און וואס אלץ נישט?!
די שארפע ז' אדר דרשה וואו דער ווינער רב האט זיי שארף אונטערגעריסן,
די פאשקעווילן ווארפעריי זענען שוואכער געווארן נאכדעם וואס בני יואל האט זיי באדעקט מיט מיסט...

מען האט באופן לא אופן באמערקט יענע מחלה אין די ספרינטער, דהיינו פרעמדע געוויקסן... ווייערס ציען זיך אינטער די זיצן, מען איז די ווייער'ס נאכגעגאנגען און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ווייער זענען פארבינדן מיט א אונטערהער אפעראט!






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א נפל און א טאָטער, פרישע 2 אין פאלאקס לאט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext