בית פורומים אידישע געדאנק

יושר? די קרית יואלע אידן ווילן אויך פארן אויף א שיף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2010 04:41 לינק ישיר 
יושר? די קרית יואלע אידן ווילן אויך פארן אויף א שיף

ס'אנטשטאנען א געטימעל און די וועלט בארימטע כולל אהל יושע - אין די הייליגע שטאט ק"י - איבער די פלאן אז די ק"י אוטו באסעס וועל שפרייזען גלייך צום מעכטיגען פאלאסקי זאל - כ"א כסליו, יום הצלה והשחרור פונעם רעבעזיכרונולעבראכע - אן מיטמאכען די היסטארישע "ויסעו" שיפעלע רייזע.
מ'האט פארמירט א קאמיטע וואס זאל פארהאנלען איבער די האקעלע נוש
א מיט די חשובע וויליאמסבורגע הנהלה שיחי'. הלמאי? שטעלט זיך די הארבע פראגע למה נגרע? בפרט ווען אינז זעמער די חלק הניכר פינעם ציבור ביים דינער. נאך לאנגע פארהאנדלונגען קענען מיר ב"ה אייך בארואיגען אז דידן נצח! עס אינז געלונגען צי משכנע זיין די וואויל באקאנטע הארטנעקיגע הנהלה. און מ'האט גלייך איינגעשפאנט די וועד הפועל צי ארענדזשירען נאך א גאנצע פלאטע פון די היסטארישע שיפעלעך

ס'איבריג צי זאגען אווי נאר די פרייליכע נייעס איז פארשפרייט געווארען בין כותלי הכלל, האבען זיך די תמימות'דיגע אינגעלייט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגען טאנץ זינגענדיג דעם אלעמען בייקאנטען בך בטחו ניגון וואס די רעבעזעכרונעלעבראכע האט זיך אינטערגעזינגען פארענדיג אויפען באן קיין פאלאסקי פארט, די הויפט שטאט שווייץ. מיט דעם האט מען אויכעט אויסגע'פועלט אז די חשוב'ע בעלי בתים פון ק"י זאל מען אויך ציפירען צי די שעיפער קאמפלעקס ווי מען וועט אויפשטייגען אויף די היסטארישע שיפלעך כלנו ביחד, בשם השם נעשה ונצליח! אליך זעקו ונמלטו...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > יושר? די קרית יואלע אידן ווילן אויך פארן אויף א שיף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext