טייערער קונצען
כ'וועל דיר איינמאל פרובירן צי ענטפערן דער חילוק, כאטש סאיז שוואכע שאנסען סזאל דורעכברעכן דיין כבוד בית בעלזא באקס.
זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער דאס שטיקל וואס די האסט דא אראפגעקאפיט איז ממש לא מינה ולא מקצתי!!!!
דער פשט אז אויב ער זאל האבן געזאגט אהרן האט געמאכט די עגל איז לכאורה א רעפרענץ אז דער בעלזער רב זאל ח"ו וכ"ו און דאס וואלט באמת געווען א פגיעה,
אבער כאמור איז דאס שקר מיסודו ווי אלע וואס זענען דארט געווען זענען מעיד (כאטש הערש וואלף שרייט אז יא)
אדער גאר ווי דער סאטמארער רב האט געזאגט און פריוואט אז ער וואלט קיינמאל נישט מדמה געווען א היינטיגער צדיק'ס טעות צי אהרן הכהן'ס מעשה העגל וואס מיר האבן קיין השגה דערין
ווידער דאס וואס די ברענגסט אז דער ברך משה האט געפרעגט דעם פעטער זע איך ממש גארנישט
נישט ווי די ווילסט אנדייטען אז ער האט ח"ו געמיינט צי זאגן אז די ערליכע אידן זענען שבתי צבי, ח"ו!
ער זאגט אז ביי שבתי צבי האבן גאר גרויסע געהאט א טעות קען די זעלבע ביי ציונות אויך דאס געשעהן
אויב עפעס איז גאר א חידוש דאס ער זאגט אז דער טעות האט גארנישט ציגערירט צי בעלזער רב'ס גרויסקייט.
ביי אונז סאטמארע חסידים איז דאס אז א צדיק קען מאכן א טעות, כלל נישט קיין חידוש דאס האט דער סאטמארער רב געלערענט מיט זיינע חסידים יומם ולילה, אז דער ש"ע איז דאס וואס איז מחייב און אז א צדיק זאגט אנדערש איז דאס א טעות (כהאף אז דיין בעלזער קאפ עקספלויד נישט

)
ווידער וואס די מאכסט חוזק אז די סאטמארע שרייען איינער אויפן אנדערען אז יענער איז טריפה וכו, אודה ולא איבוש סאיז זייער ביטערליך,
נאר וואס כ'האב קענען געלערענט אז דאס געשעהט ביי יעדען, אזוי איז געשען אפילו ביי ויזניץ און באבוב מיט זייערע אהבת ישראל פלאטפארמע
נאר וואס יעדער פייט לויט די תכסיסי מלחמה וואס מהאט ביי זיי און חדר געלערענט, און ביי סאטמאר איז דאס ליידער אז יענער איז א שייגעץ, ליידער
עטץ ביי ענק און בעלזא זענט זייער לאקי ווי מרופט דאס, אז סיי האדמו"ר שליט"א און סיי זיין ממלה מקום זענען איינציג אן קיין ברודער אדער דאס גלייכן,
כבין ענק אבער נישט מקנה ווען סוועט קומען צים נעקסטען דור( משיח זאל אוואדאי פריער קומען) וואס אויב סוועט זיין א סוקסעשען פייט צווישען די ברודער וועט דאס ציגיין מיטן גאנצען כבוד בית בעלזא ברוטאל'קייט אז אלע וועלן זיך קענען פון ענק לערנען
א קליינע פארשפיל איז ענקער וואנזיניגע נארישע מערכה מיט מאחנווקע
כ'בעט דיר אויב ענפערסטי, ביטע און די נארמאלע פאנט
