די הנהלת העדה החרדית האט ארויסגעגעבן א הבהרה און קלארשטעלונג איבער א רב וועלכע האט זיך פארופן אויפן נאמען פון די עדה און עס איז אויך אזוי אריין אין "דער בלאט", און זיי זאגן שארף אז דאס איז א טעות און יענער רב האט נישט מיט זיי קיין שייכות, און אויף יענעם רב זאגן זיי "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" (מיינענדיג צו זאגן אז ער האט דאס אריינגעשיקט צו א אמעריקאנער צייטונג בדוקא).
לענינינו, דעם נוסח הייבן זיי אן "היות שנתפרסם בטעות ובשגגה בעיתון דער בלאט". איך פארשטיי נישט וויאזוי די ירושלימער זאלונים האבן צוגעלאזט אז די הנהלת העדה זאל שרייבן מיט אזא נארמאלער שעצונג אויף א צייטונג וואס איז מלא ליצנות והשכלה, און זיי זענען נאך דון לכף זכות אזאנע רשעים אז ס'איז אריין בשגגה?, און לכה"פ וואלטן זיי כאטש געדארפט שרייבן "העיתן שנאסר מכבר ע"י גדולי ישראל ובראשם כ"ק בעל ברך משה זי"ע" ?!

און יעצט וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט צו די זאלונים:
באמבע: העדה החרדית מיט א מחאה קעגן "דער בלאט"
א חידוש פון די זאליס: "נתפרסם בטעות ובשגגה" איז טייטש "מחאה"...