שומרים ד'וויליאמסבורג האט די נאכט געכאפט א פארברעכער וואס האט פרייטאג צונאכטס גע'גנבעט א סעלפאן, קאר שליסלעך און געלט פון פישקעס אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר.
שומרים האט אים אנגערופן מוצאי שבת אויפן סעלפאן זיך אנגעבענדיג אלס דער אייגענטומער און געזאגט אז זיי זענען גרייט צו באצאלן אויסלייז געלט, מען האט אפגעשמועסט א פלאץ וואו זיך צו טרעפן, און פארשטייט זיך אליינס מען האט אנגעגרייט פאליציי א גאס ארויף.
די מינוט דער בחור האט גענומען געלט פארן סעלפאן האט די פאליציי אים ארעסטירט און מען האט גלייך דערקענט אז אים זעט מען אויף די קעמערע ווי ער גנבעט געלט פון די פושקעס.