הרה"ק מסקולען גייט נישט צו ארויניס כ"א חינגא
די דרוק וואס דער פי האתון לייגט אויף פשעווארסקער רבי ער זאל באשיינען זיין נעבעכדיגע כ"א כסלו איז אין לשער.
מ'האט אים שוין צוגעזאגט צו לאזן מאכן אפילס טראץ דעם וואס חסד לאברהם עדווערטייזט אין דער איד, מ'שיקט יעדע מינוט נאך א קרעפל, פון ביזתא ביז פרשנדתא און ויזתא זענען שוין אלע געווען פארדרייען א קאפ אבער דערווייל קלאפט מען א וואנט.
ישראל שטערן זאגט אז סקולענער רבי וויל נישט קומען ווייל ער ווייסט אז ר' אהרן'ס חברה געבן סיי ווי נאר געלט פאר די אייגענע, און מ'האט גארנישט אויפגעטאן מיט די אפילס, אבער ער טרייט דאך וויפיל ער קען און עס העלפט ווי אויף א טויטען באנקעס.
נעכטן האט מען געשיקט נאך חשובערע שלוחים צו סקולענע רבי, סאורסעס זאגן אז דער בעל החוטא אליינס (פון מוסקאווישע פעיראלל פורים דיינים וד"ל) האט אליין גע'שתדל'ט אז ער זאל קומען, אבער עס גייט נישט.
האבן די מהודרת כעלמער באשלאסן אז אויב עס גייט נישט אריבער וועט מען גיין ארינטער. און בעטן יעצט דעם סקולענער רבי'ס מקורבים אז ער זאל כאטש נישט געבן קיין שטיצע פאר די זאליס און אזוי נישט חרוב מאכן זייער צערעמאניע.
ליצים זאגן אז ער שיקט שוין די סארט מעסעדזשעס צו אלע רביס און שיינע אידן, לעצטנס האט ער שוין געשיקט א ענדליכע מעסעדש צו הרב עובדיה יוסף אים אויפצוקלערן אז בית יוסף שחיטה איז א ערפינדוג פון די זאליס אין אמעריקע. (איך זאג אז דער אתון אליינס האט ערפינדן אמעריקע...)
נקמה איז געשמאק, בעסער איז ווען יענער מאכט דאס פאר דיר, חז"ל רופן דאס מלאכתך נעשית ע"י אחרים.
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 24/11/2010 23:19:28
 |
|
|